ק.נ.א. וועטער ביורא

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

א גוט מארגן!

האט איר געהאט אין פלאן צו ערלעדיגן זאכן פאר פסח מארגן מיטוואך?
פרובירט עס אריינצושטופן אויף היינט, אדער עס מדחה זיין אויף דאנערשטאג...

יא! שלג גדול וקור יהיה, לא נפל דבריו ארצה מדברי ר' אייזיק דרשן המובא באלי' רבה.
די קור לאזט נישט נאך, און א פרישע שלג גדול איז אויפן וועג.

די זעלבע שטורעם וואס מיר האבן דא געשריבן גענוי א וואך צוריק דינסטאג ויקרא
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ניו יארק סיטי איינוואוינער, אל תתייאש! ס'איז נאך דא האפענונג.

ווילט איר א געהעריגע איינס צו צוויי פיסיגע שניי? נישט קיין סלאש און נישט נאר אויף קארס און ביימער?

קוקט ארויס אויף מיטוואך צו!

נישט אז ס'גייט זיכער זיין, ס'איז גראדע דא מאדלס וואס ווייזן אז ס'וועט בלייבן איסט און סאוט פון ניו יארק סיטי, אבער די פאטענטשל איז דא, און אויב קומט עס קען עס זיין א היפש גרויסע שניי, און די טעמפראטורן קוקט אויס וועט פיין מיטשפילן דאס מאל.

ס'איז נאכנישט אזוי זיכער אז עליה השלם כל השלגים של תשע"ח... אלזא נישט פארגעסן דאס יאר פסח'דיג צו מאכן די שטיוול!

אויף דעם האבן עטליכע אירע געשריבן ווי פאלגענד:
שמואל שמעלקא האט געשריבן:מייו וועטער וואס איך קאל פון ראקלענד קאנטי 845-202-0727 זאגט אז עס גייט זיין רעגן און נישט שניי

פערדס מיניסטער האט געשריבן:
splinter האט געשריבן:עני אפדעיט?


אויף וועדער טשענעל קוקט אויס אז ביינונז אין קרית יואל וועט בכלל נישט זיין קיין שניי (ב"ה).

tech yid האט געשריבן:קול מבשר האט געזאגט אז לכאורה וועט נישט זיין קיין שטורעם און טריי סטעיט


אצינד איז דאס שוין נענטער צו א ריאלעטי, ס'איז דא א שטארקע שאנס אז אלע חרדישע געגענטער פון ניו יארק און ניו דזשערזי וועלן באקומען א עוורידזש פון 1 ביז 2 פיס שניי - אריינגערעכענט ניו יארק סיטי - (די נאציאנאלע וועטער סערוויס האט אין די יעצטיגע מינוטן שרייבענדיג די שורות טאקע געאפגרעיד ניו יארק סיטי און די האדסאן וואלי צו א ווינטער שטורעם ווארענונג פון 12 ביז 16 אינטשעס שניי אין די סיטי, און 10 ביז 14 אינטשעס מיט לאוקעלי 16 אינטשעס אין אראנדזש און ראקלענד קאונטיס) אבער טראץ דעם וואס די שאנסן זענען יעצט אסאך מער ווי נעכטן און אייער נעכטן, איז עס נאך אלס נישט קיין זיכערע זאך אז ס'וועט זיין אזוי געפערליך צוליב עטליכע סיבות, אבער ס'איז גוט צו זיין צוגעגרייט, ווייל אויב קומט עס טאקע אן מיטן גאנצן קנאק קען עס פאראליזירן די שטאט און די ארומיגע געגענטער.

די שאנסן אז ס'זאל זיך נישט אויסארבעטן קען גיין אויף עטליכע וועגן:
ס'קען זיין אז ס'וועט טרעקן מער צו מזרח ארויס צום ים
ס'קען זיין אז ס'וועט נישט זיין אזעלכע העווי שניי רעיטס
ס'קען זיין אז די טעמפראטור וועט זיין העכער די פרירונגס פונקט

אבער דערווייל איז דא מער שאנסן:
אז ס'וועט יא טרעקן מער צו מערב, ד.ה. נענטער צום קאוסט
אז ס'וועט יא זיין העווי שניי רעיטס מעגליך באגלייט מיט דונערן און בליצן (טאנדער סנאו)
אז די טעמפראטור וועט יא זיין אונטערן פרירונגס פונקט אין ניו יארק סיטי, און אין די צוואנציגער אין די האדסאן וואלי

מיר וועלן זעהן שפעטער אין טאג די פרישע דעטא פון פרישע מאדלס, צו האבן א בעסערע איידיע אין וועלכן ריכטונג ס'גייט
אבער פאר דערווייל איז די בליזארד פון ניסן תשע"ח נענטער ווי ווייטער צו א ריאלעטי
יא איך נוץ די ווארד "בליזארד" ווייל דאס וועט קומען אינאיינעם מיט שטארקע ווינטן פון 30 צו 40 מייל א שעה, און מעגליך אפילו ביז 50 מייל א שעה אין ניו יארק סיטי
(דאס מיינט אויך אז מ'דארף זיין גרייט על כל בלעקאוט שלא תבא חלילה)

די שווערסטע חלק פון די שטורעם איז ערווארטעט צו זיין דורכאויס די שפעטע נאכמיטאג שעות מיטוואך נאכמיטאג און דורכאויס רוב טייל פון די ערשטע העלפט נאכט, און וועט זיך גענצליך ענדיגן ארום 2:00 דאנערשטאג פארטאגס
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

רבותי זייטס מתפלל עס זאל זיך אוועקדרייען ; עס איז שוין אן ערנסטער הפסד ממון, אזויפיל שטורעמעס.
mi a nagy ügy
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

יישר כח קנא. דיינע באריכטן זענען דאך אזוי קלאר און געשמאק. פליז קיפ אס פאוסטעד אווער די קורס אוו די דעי.
און פליז, אויב דו האסט א ווארט ביים רבוש''ע, זע ער זאל עס קענסלען...
mi a nagy ügy
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

גרויסע-גדולה האט געשריבן:רבותי זייטס מתפלל עס זאל זיך אוועקדרייען ; עס איז שוין אן ערנסטער הפסד ממון, אזויפיל שטורעמעס.


א פאר פון די איבערנאכטיגע מאדעלן האבען צוריקגעשניטען.
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

משהלע האט געשריבן:
גרויסע-גדולה האט געשריבן:רבותי זייטס מתפלל עס זאל זיך אוועקדרייען ; עס איז שוין אן ערנסטער הפסד ממון, אזויפיל שטורעמעס.


א פאר פון די איבערנאכטיגע מאדעלן האבען צוריקגעשניטען.

מיר ווארטן אז קנא זאל אונז זאגן וואס מיר קענען רעאליסטיש ערווארטן.
אבער יישר כח פאר די שיין פון האפענונג
mi a nagy ügy
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4032
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

א גרויסן יישר כח פאר די אפדעיט
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

NWS Upton:

"Areas from about NYC eastward will also need to be monitored for
a potential blizzard warning with strong winds around 20-30 mph
with gusts up to 45 mph are expected"
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2684
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:@קנא אז דו קומסט נישט וועלן מיר זיך מוזן באגיין אן דיר.


2018-03-20 00.34.04.png

נעקסטע וואך העסטו זאגן פאר דיין בעה"ב; אויב דו געבסט מיר נישט מיין טשעק וועל איך זיך מוזן באגיין אן דעם!


הגה: וכן אנו נוהגים

איך האב טאקע אזוי געטוהן צו מיין פריערדיגען בעה"ב.

און עצה טובה, אויב דיין טשעק קומט נישט אן, טוה באצייטנס אזוי. (א חוץ אויב דו ביזט ווערטלאז, און ער האלט דיר לשם מצוה)
בילד
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2684
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

2018-03-20 08.16.13.png
2018-03-20 08.16.13.png (578.13 KiB) געזען 1706 מאל
9
בילד
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

NWS
אטעטשמענטס
Screenshot_2018-03-20-08-36-28-1.png
Screenshot_2018-03-20-08-36-28-1.png (296.86 KiB) געזען 1640 מאל
Screenshot_2018-03-20-08-36-24-1.png
Screenshot_2018-03-20-08-36-24-1.png (523.91 KiB) געזען 1640 מאל
אוועטאר
חזן שמילאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 16, 2018 10:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזן שמילאוויטש »

איינער ווייסט ווי אזוי דארף צו זיין אין ניובארג מארגן?
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

For entertainment purposes only!!
אטעטשמענטס
DYu4hlSVQAArdqs.jpg
DYu4hlSVQAArdqs.jpg (114.21 KiB) געזען 1374 מאל
nam_3hr_snow_acc_nyc_15.png
nam_3hr_snow_acc_nyc_15.png (139.01 KiB) געזען 1374 מאל
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

וואס זאגט דערוילעם? דאנערשטאג צופרי וועט מען קענען דרייוון פון ברוקלין קיין פילי?
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
אז ס'וועט יא זיין העווי שניי רעיטס מעגליך באגלייט מיט דונערן און בליצן (טאנדער סנאו)


דינערן מיט בליצן??? מיט שניי????
נאך קיינמאל געזען אזאנץ
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

כא כא כא האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
אז ס'וועט יא זיין העווי שניי רעיטס מעגליך באגלייט מיט דונערן און בליצן (טאנדער סנאו)


דינערן מיט בליצן??? מיט שניי????
נאך קיינמאל געזען אזאנץ

ביג טיים שוין געווען, בליצן גראדע געדענק איך אויך נישט, אבער דינערן איז שוין זיכער געווען
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

כא כא כא האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
אז ס'וועט יא זיין העווי שניי רעיטס מעגליך באגלייט מיט דונערן און בליצן (טאנדער סנאו)


דינערן מיט בליצן??? מיט שניי????
נאך קיינמאל געזען אזאנץ

א זעלטענע זאך. ביי די פאריגע בליזארד האבן עס מענטשן באריכטעט ביי איין פלאץ
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
כא כא כא האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
אז ס'וועט יא זיין העווי שניי רעיטס מעגליך באגלייט מיט דונערן און בליצן (טאנדער סנאו)


דינערן מיט בליצן??? מיט שניי????
נאך קיינמאל געזען אזאנץ

ביג טיים שוין געווען, בליצן גראדע געדענק איך אויך נישט, אבער דינערן איז שוין זיכער געווען

איך קום פון קאנאדע, מיטגעהאלטן גרויסע שטורעמעס, קיינמאל מיט דינערן און בליצן.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעחדך קאפ »

אפטימיסט האט געשריבן:
כא כא כא האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
אז ס'וועט יא זיין העווי שניי רעיטס מעגליך באגלייט מיט דונערן און בליצן (טאנדער סנאו)


דינערן מיט בליצן??? מיט שניי????
נאך קיינמאל געזען אזאנץ

א זעלטענע זאך. ביי די פאריגע בליזארד האבן עס מענטשן באריכטעט ביי איין פלאץ


האב מיר עס געהאט דא אין לעקוואד ביי די פאריגע שניי, צוויי וואכן ציריק.
אני ישנה ולבי ער
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

כא כא כא האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
כא כא כא האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
אז ס'וועט יא זיין העווי שניי רעיטס מעגליך באגלייט מיט דונערן און בליצן (טאנדער סנאו)


דינערן מיט בליצן??? מיט שניי????
נאך קיינמאל געזען אזאנץ

ביג טיים שוין געווען, בליצן גראדע געדענק איך אויך נישט, אבער דינערן איז שוין זיכער געווען

איך קום פון קאנאדע, מיטגעהאלטן גרויסע שטורעמעס, קיינמאל מיט דינערן און בליצן.


Noreasters don't hit Montreal.
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4032
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

כא כא כא האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
אז ס'וועט יא זיין העווי שניי רעיטס מעגליך באגלייט מיט דונערן און בליצן (טאנדער סנאו)


דינערן מיט בליצן??? מיט שניי????
נאך קיינמאל געזען אזאנץ


פאריגע שטורעם איז געווען מיט דינערען
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4032
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

איז דא נאך וואס פילן אזוי ווי איך אין גייען צי רואיגער צי דעם בליזארד נאכן באקומען אזעלכע קלארע ריפארטען?
אוועטאר
פריטלעך
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריטלעך »

גרויסע-גדולה האט געשריבן:יישר כח קנא. דיינע באריכטן זענען דאך אזוי קלאר און געשמאק. פליז קיפ אס פאוסטעד אווער די קורס אוו די דעי.
און פליז, אויב דו האסט א ווארט ביים רבוש''ע, זע ער זאל עס קענסלען...
קאווליר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווליר »

גרויסע-גדולה האט געשריבן:רבותי זייטס מתפלל עס זאל זיך אוועקדרייען ; עס איז שוין אן ערנסטער הפסד ממון, אזויפיל שטורעמעס.

אויב די נשים וועלן נישט גיין שאפינג צוליב די וועטער וועט עס שוין גארנישט זיין קיין הפסד ממון אדרבה
אלע אנטיסעמיטישע אטאקעס זענען די ציונים ימ"ש שולדיג
אוועטאר
טאטלע
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 10:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטלע »

קאווליר האט געשריבן:
גרויסע-גדולה האט געשריבן:רבותי זייטס מתפלל עס זאל זיך אוועקדרייען ; עס איז שוין אן ערנסטער הפסד ממון, אזויפיל שטורעמעס.

אויב די נשים וועלן נישט גיין שאפינג צוליב די וועטער וועט עס שוין גארנישט זיין קיין הפסד ממון אדרבה

;l;p-
כהאב נישט קיין ניק
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהאב נישט קיין ניק »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:א גוט מארגן!

האט איר געהאט אין פלאן צו ערלעדיגן זאכן פאר פסח מארגן מיטוואך?
פרובירט עס אריינצושטופן אויף היינט, אדער עס מדחה זיין אויף דאנערשטאג...

יא! שלג גדול וקור יהיה, לא נפל דבריו ארצה מדברי ר' אייזיק דרשן המובא באלי' רבה.
די קור לאזט נישט נאך, און א פרישע שלג גדול איז אויפן וועג.

די זעלבע שטורעם וואס מיר האבן דא געשריבן גענוי א וואך צוריק דינסטאג ויקרא
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ניו יארק סיטי איינוואוינער, אל תתייאש! ס'איז נאך דא האפענונג.

ווילט איר א געהעריגע איינס צו צוויי פיסיגע שניי? נישט קיין סלאש און נישט נאר אויף קארס און ביימער?

קוקט ארויס אויף מיטוואך צו!

נישט אז ס'גייט זיכער זיין, ס'איז גראדע דא מאדלס וואס ווייזן אז ס'וועט בלייבן איסט און סאוט פון ניו יארק סיטי, אבער די פאטענטשל איז דא, און אויב קומט עס קען עס זיין א היפש גרויסע שניי, און די טעמפראטורן קוקט אויס וועט פיין מיטשפילן דאס מאל.

ס'איז נאכנישט אזוי זיכער אז עליה השלם כל השלגים של תשע"ח... אלזא נישט פארגעסן דאס יאר פסח'דיג צו מאכן די שטיוול!

אויף דעם האבן עטליכע אירע געשריבן ווי פאלגענד:
שמואל שמעלקא האט געשריבן:מייו וועטער וואס איך קאל פון ראקלענד קאנטי 845-202-0727 זאגט אז עס גייט זיין רעגן און נישט שניי

פערדס מיניסטער האט געשריבן:
splinter האט געשריבן:עני אפדעיט?


אויף וועדער טשענעל קוקט אויס אז ביינונז אין קרית יואל וועט בכלל נישט זיין קיין שניי (ב"ה).

tech yid האט געשריבן:קול מבשר האט געזאגט אז לכאורה וועט נישט זיין קיין שטורעם און טריי סטעיט


אצינד איז דאס שוין נענטער צו א ריאלעטי, ס'איז דא א שטארקע שאנס אז אלע חרדישע געגענטער פון ניו יארק און ניו דזשערזי וועלן באקומען א עוורידזש פון 1 ביז 2 פיס שניי - אריינגערעכענט ניו יארק סיטי - (די נאציאנאלע וועטער סערוויס האט אין די יעצטיגע מינוטן שרייבענדיג די שורות טאקע געאפגרעיד ניו יארק סיטי און די האדסאן וואלי צו א ווינטער שטורעם ווארענונג פון 12 ביז 16 אינטשעס שניי אין די סיטי, און 10 ביז 14 אינטשעס מיט לאוקעלי 16 אינטשעס אין אראנדזש און ראקלענד קאונטיס) אבער טראץ דעם וואס די שאנסן זענען יעצט אסאך מער ווי נעכטן און אייער נעכטן, איז עס נאך אלס נישט קיין זיכערע זאך אז ס'וועט זיין אזוי געפערליך צוליב עטליכע סיבות, אבער ס'איז גוט צו זיין צוגעגרייט, ווייל אויב קומט עס טאקע אן מיטן גאנצן קנאק קען עס פאראליזירן די שטאט און די ארומיגע געגענטער.

די שאנסן אז ס'זאל זיך נישט אויסארבעטן קען גיין אויף עטליכע וועגן:
ס'קען זיין אז ס'וועט טרעקן מער צו מזרח ארויס צום ים
ס'קען זיין אז ס'וועט נישט זיין אזעלכע העווי שניי רעיטס
ס'קען זיין אז די טעמפראטור וועט זיין העכער די פרירונגס פונקט

אבער דערווייל איז דא מער שאנסן:
אז ס'וועט יא טרעקן מער צו מערב, ד.ה. נענטער צום קאוסט
אז ס'וועט יא זיין העווי שניי רעיטס מעגליך באגלייט מיט דונערן און בליצן (טאנדער סנאו)
אז די טעמפראטור וועט יא זיין אונטערן פרירונגס פונקט אין ניו יארק סיטי, און אין די צוואנציגער אין די האדסאן וואלי

מיר וועלן זעהן שפעטער אין טאג די פרישע דעטא פון פרישע מאדלס, צו האבן א בעסערע איידיע אין וועלכן ריכטונג ס'גייט
אבער פאר דערווייל איז די בליזארד פון ניסן תשע"ח נענטער ווי ווייטער צו א ריאלעטי
יא איך נוץ די ווארד "בליזארד" ווייל דאס וועט קומען אינאיינעם מיט שטארקע ווינטן פון 30 צו 40 מייל א שעה, און מעגליך אפילו ביז 50 מייל א שעה אין ניו יארק סיטי
(דאס מיינט אויך אז מ'דארף זיין גרייט על כל בלעקאוט שלא תבא חלילה)

די שווערסטע חלק פון די שטורעם איז ערווארטעט צו זיין דורכאויס די שפעטע נאכמיטאג שעות מיטוואך נאכמיטאג און דורכאויס רוב טייל פון די ערשטע העלפט נאכט, און וועט זיך גענצליך ענדיגן ארום 2:00 דאנערשטאג פארטאגס

Thanks for all your updates really appreciate all your hard work what you do giving away from your time helping others..
In the same time I pray that you should be proven wrong...
Sorry for my misspellings
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”