ק.נ.א. וועטער ביורא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

משהלע
שר האלף
תגובות: 1073
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » זונטאג נובעמבער 18, 2018 7:53 am

די נעם און גפס האבען עטליכע אינטשעס שניי פאר מאנסי מאנטאג נאכט דינסטאג צופרי.
עס איז נישט דא תמימות דעים אויף די מאדעלן.
עס וועט זיך פארמירען א קאוסטעל און די היי אין קוויבעק וועט גיבען די קעלט. עס קען נאך טרענדירן קעלטער.

האסט פארשטאנען איין ווארט?

משהלע
שר האלף
תגובות: 1073
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » זונטאג נובעמבער 18, 2018 7:55 am

דאנערשטאג און פרייטאג קוקט אויס צו זיין פארפרוירענע אינדיג לכבוד החאגע. עס וועט זיין גאר קאלט. סאך קעלטער ווי ינואר דארף צו זיין.
מאכט זיכער אייערע קינדער זענען מסודר.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6433
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג נובעמבער 18, 2018 8:57 am

למעשה איז דא עפעס ערנסטע שניי פאר מארגן מאנטאג?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » זונטאג נובעמבער 18, 2018 9:03 am

איך וויל אפשר פארן קיין מאנטריאל דינסטאג נאכט. קען איינער זאגן קלאר וואס איך קען ערווארטן?

מקשה זהב
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 6:02 pm

תגובהדורך מקשה זהב » זונטאג נובעמבער 18, 2018 12:02 pm

איך ווייס נישט וועמען עס קומט זיך די קלעפ. קאומא, דעבלאזיא צו א דריטער. נישט קיין חילוק. אזא היסטארישע אומדערהערטע טראפיק דיזעסטער האט נא עקסקיוזעס.

מיין רבי האט געזאגט "איך וויל נישט הערן קיין תירוצים". תירוצים וועסטו האבן אבער אן עם-הארץ וועסטו בלייבן. זייער שיין גענטפערט, ערשטע שניי, נישט געקענט צוקומען, GWB עקסידענט בלא בלא בלא. אזוינס איז אן-היערד-אוו. און אויב האסטו נישט קיין פלען בי און סי און די פאר אזא טראפיק דיזעסטער זיי מוחל גיי ארבעט ערגעץ אנדערש.

קאנסטרוקטיוו קריטיק: פארוואס האט נישט די סטעיט-סיטי פלענער וויאזוי צו קענען רעספאנדן צו עקסידענטן אין א שניי דורך העליקאפטערס?! פארוואס האבן זיי נישט א סיסטעם צו הייבן די צאל פאליסלייט אין צייט פון א שניי?! צו רעספאנדן לויט די ערנסטקייט פונעם טראפיק-דיזעסטער?! צו אפשפארן הייוועיס צו קענען אויסדרייען דעם אנגעלייגטן עולם פון איין זייט?! וכו' וכו' וכו'.

#נא עקסקיוזעס.

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1935
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג נובעמבער 18, 2018 12:05 pm

100 פארצענט, איך געדענק נאך ווי מיט עטלעכע יאר צוריק איז געווען בילדער אין די צייטונגען ווי אזוי אין עפעס א דריטע וועלט לאנד איז מען געשטאנען אין טרעפיק 15 שעה, אבער אין אמעריקא? מיט אזא געלוגענע פרעזידענט?, און קיינער אנטשולדיגט זיך ניטאמאל! איז דאס נארמאל?.
אגב, אז די רעדסט וועם צו באשילדיגן קענסטו צולייגן טראמפ צום ליסטע.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג נובעמבער 18, 2018 12:07 pm

דער וואס איז געווען אויפן ראוד דארנאשטאג נאכט פארשטייט לכאורה אז ס'איז קיין סאך נישט געווען וואס צו טוען בדרך כלל
די ראודס זענען געווען פיל מיט וויקלס נישט געווען קיין מעגלעכקייט צו שארן. + געווען נישט נארמאל גליטשיג
מען האט געקענט זען בערך יעדע האלבע מייל א עקסידענט אדער א אויסגעלאשענע וויקל
קריך ארויף הויעך, ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען! אז די וועסט קריכן שטייטלעך אין פארזיכטיג. וועסטו נישט אראפ פאלן אין זיך בכלל נישט צוקלאפן!...

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2044
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג נובעמבער 18, 2018 12:08 pm

וועלקאם טו הארטע, פאָרמאַלע, גאווערמענט, יוניאן, סיטי, סטעיט, קאונטי ביוראקראיע.
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות."
— הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל


מפתח

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג נובעמבער 18, 2018 12:08 pm

ואגב האב איך שוין געדאנקט דעם אייבערשטן אז די זאווארוכע איז נישט פארגעקומען מיט פינקט 10 שעה שפעטער, ערב שבת
קריך ארויף הויעך, ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען! אז די וועסט קריכן שטייטלעך אין פארזיכטיג. וועסטו נישט אראפ פאלן אין זיך בכלל נישט צוקלאפן!...

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1872
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » זונטאג נובעמבער 18, 2018 12:13 pm

ניס קראכער האט געשריבן:ואגב האב איך שוין געדאנקט דעם אייבערשטן אז די זאווארוכע איז נישט פארגעקומען מיט פינקט 10 שעה שפעטער, ערב שבת

איי געס משום חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך על הטוב. וואס וואלט דאן געווען?

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג נובעמבער 18, 2018 12:15 pm

וועלטניק האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:ואגב האב איך שוין געדאנקט דעם אייבערשטן אז די זאווארוכע איז נישט פארגעקומען מיט פינקט 10 שעה שפעטער, ערב שבת

איי געס משום חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך על הטוב. וואס וואלט דאן געווען?

א שנעלע סורטש זאגט מיר אז מען וואלט זיך מיכן געווען צום דאווענען שבת אינדערפרי מיט זכר באנדלעך...
קריך ארויף הויעך, ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען! אז די וועסט קריכן שטייטלעך אין פארזיכטיג. וועסטו נישט אראפ פאלן אין זיך בכלל נישט צוקלאפן!...

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » זונטאג נובעמבער 18, 2018 12:23 pm

עכט היימיש האט געשריבן:100 פארצענט, איך געדענק נאך ווי מיט עטלעכע יאר צוריק איז געווען בילדער אין די צייטונגען ווי אזוי אין עפעס א דריטע וועלט לאנד איז מען געשטאנען אין טרעפיק 15 שעה, אבער אין אמעריקא? מיט אזא געלוגענע פרעזידענט?, און קיינער אנטשולדיגט זיך ניטאמאל! איז דאס נארמאל?.
אגב, אז די רעדסט וועם צו באשילדיגן קענסטו צולייגן טראמפ צום ליסטע.

וואס עפעס טראמפ? איך האלט פוטין האט אנגעדרייט די גאנצע זאך.
איינער געדענקט נאך 2010? ביי די באוויסטע בלומבערג שניי, האבן אלע מידיע נעצן באשולדיגט אבאמא אינעם גרויסן חורבן, איא?
צו באשולדיגן א פרעזידענט און א לאקאלע אישו ברויך מען האבן ווייניגער איי-קיו ווי דער דורכשניטליכער אמעריקאנער, אדער סתם בלינד געטריבענע האס,
וואס (כ'האף) אין אונזער פאל איז לכאורה די צווייטע די סיבה.
לעצט פאראכטן דורך איש האשכולות אום זונטאג נובעמבער 18, 2018 12:25 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

מקשה זהב
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 6:02 pm

תגובהדורך מקשה זהב » זונטאג נובעמבער 18, 2018 12:24 pm

דזשאסט טו סעט די רעקארדס סטרעיט: איך בין יא געווען אויף די ראודס דאנערשטאג נאכמיטאג/ביינאכט. (איך ווער נישט אזוי שנעל גערעגט פון יענעמ'ס צרות...). און טאקע זייענדיג אויף די ראודס האב איך געזעהן וויפיל מען קען ווען - מיט אביסל פרי-פלענינג - דיסאלוון אזא דיזעסטער.

מונאוויטש: אוי ווי גערעכט!

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1935
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג נובעמבער 18, 2018 12:25 pm

איש האשכולות האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:100 פארצענט, איך געדענק נאך ווי מיט עטלעכע יאר צוריק איז געווען בילדער אין די צייטונגען ווי אזוי אין עפעס א דריטע וועלט לאנד איז מען געשטאנען אין טרעפיק 15 שעה, אבער אין אמעריקא? מיט אזא געלוגענע פרעזידענט?, און קיינער אנטשולדיגט זיך ניטאמאל! איז דאס נארמאל?.
אגב, אז די רעדסט וועם צו באשילדיגן קענסטו צולייגן טראמפ צום ליסטע.

וואס עפעס טראמפ? איך האלט פוטין האט אנגעדרייט די גאנצע זאך.
איינער געדענקט נאך 2010? ביי די באוויסטע בלומבערג שניי, האבן אלע מידיע נעצן באשולדיגט אבאמא אינעם גרויסן חורבן, איא?
צו באשולדיגן א פרעזידענט און א לאקאלע אישו ברויך מען האבן ווייניגער איי-קיו ווי דער דורכשניטליכער אמעריקאנער, אדער סתם בלינד געטריבענע האס,
וואס אין אונזער פאל איז לכאורה (כ'האף אזוי) די צווייטע די סיבה.

נעם נישט יעדע ווערטל אזוי ערנסט.
פאסט נישט פאר מענטש מיט אזא הויכע איי-קיו ווי אייך נישט צו כאפן קיין ווערטל.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

מקשה זהב
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 6:02 pm

תגובהדורך מקשה זהב » זונטאג נובעמבער 18, 2018 12:36 pm

אגב, אביסל נייעס.

לויט די וועטער מומחים וועט זיין אן אינטערעסאנטער ווינטער אין אמעריקע. אויף מזרח (איסט-קאוסט, ניו יארק וגו') וועט זיין קעלטער ווי דורכשניטליך און אויף מערב (קאליפארניע ואביזרי') וועט זיין ווארימער ווי געווענליך.

דאס האט עפעס צו טוהן מיטן דזשעט סטריעם וואס איז אביסל פארפארן - א פאקטאר וואס וועט אויך עפעס ארויסהעלפן לעשן די קאליפארניע פייערן גאר בקרוב.

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3790
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » זונטאג נובעמבער 18, 2018 2:18 pm

מקשה זהב האט געשריבן:איך ווייס נישט וועמען עס קומט זיך די קלעפ. קאומא, דעבלאזיא צו א דריטער. נישט קיין חילוק. אזא היסטארישע אומדערהערטע טראפיק דיזעסטער האט נא עקסקיוזעס.

מיין רבי האט געזאגט "איך וויל נישט הערן קיין תירוצים". תירוצים וועסטו האבן אבער אן עם-הארץ וועסטו בלייבן. זייער שיין גענטפערט, ערשטע שניי, נישט געקענט צוקומען, GWB עקסידענט בלא בלא בלא. אזוינס איז אן-היערד-אוו. און אויב האסטו נישט קיין פלען בי און סי און די פאר אזא טראפיק דיזעסטער זיי מוחל גיי ארבעט ערגעץ אנדערש.

קאנסטרוקטיוו קריטיק: פארוואס האט נישט די סטעיט-סיטי פלענער וויאזוי צו קענען רעספאנדן צו עקסידענטן אין א שניי דורך העליקאפטערס?! פארוואס האבן זיי נישט א סיסטעם צו הייבן די צאל פאליסלייט אין צייט פון א שניי?! צו רעספאנדן לויט די ערנסטקייט פונעם טראפיק-דיזעסטער?! צו אפשפארן הייוועיס צו קענען אויסדרייען דעם אנגעלייגטן עולם פון איין זייט?! וכו' וכו' וכו'.

#נא עקסקיוזעס.

איך און אסאך האב שוין געשריבן וואס איך האלט איז געשען וואס האט אנגעמאכט די גאנצע זאך, וואס איך וויל נאר צולייגען וואס די שרייבסט פארוואס סיז נישט דא א סיסטעם צו הייבן די צאל פאליסלייט אין א צייט פון א שניי, וויל איך דיר זאגן אז סיז יא דא אזא סיסטעם און די NYPD הייוועי פאטראל האט פאריגע וואך אזוי ביי יעדע גרויסע שטורעם רעגן צו שניי געהאט סאך מער אפיצירן אויף די שטאטישע הייוועי'ס און זיי האבן זייער שווער געארבעט וויפיל זיי האבן געקענט צו האלטן די הייוועיס אפען, אזש עטליכע אפיצירן האבן (כמעט) געהיידזשעקט זאלץ טראקס און זיי געצווינגען זיי נאכצופארן ווי אנדערע הייוועי פאטראל אפיצירן האבן זיך געבעטן פאר הילף, די טרעפיק מענעדזשמענט וואס איז אין טשארדזש אויף די הייוועיס האבן נישט געקענט נאכקומען די נאכאנאנדע ריפן צו קומען זאלצן די הייוועיס, און דאס אלעס איז פאר די סיבה וואס איך האב שוין געשריבן פאריגע וואך,

אוועטאר
וזרח השמש
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 11, 2018 9:39 pm
לאקאציע: הוידא נאנאש/יאהאנעסבורג

תגובהדורך וזרח השמש » זונטאג נובעמבער 18, 2018 4:31 pm

הער איך אז קומענדיגע מאנטאג נאכט קומט נאך א 3 אינטשעס שניי. רבותי גרייט אייך צו ווייל מען קען שוין נישט וויסן היינט מיט די דריי אינטשעס, אזוי ווי מ'האמער אלע געזעהן פארגאנגענעם דאנערשטאג!. #זכר בונדלעך.
לעצט פאראכטן דורך וזרח השמש אום זונטאג נובעמבער 18, 2018 5:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
בעסער א פאלטשע שמחה ווי אן אמת'ער עצבות (בשם מגידים)!.

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג נובעמבער 18, 2018 4:47 pm

די זכר באנדלען האבן זיך פיין אויסגעצאלט..
אזא גוטע מארקעטינג פלאטפארעם פאר אזא פרייז האט נאך קיינער נישט ערפינדן
#א עושר האט מזל
ווען דו וועסט מיר ווייזן וואס שטייט אויבן

העט מען רעדן פון אונטערשרייבן

גאלדגרוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

תגובהדורך גאלדגרוב » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 4:30 pm

קיינער רעדט נישט פון א רעקארד קעלט דאנעשטאג טענקסגיווינג ווי עס וועט זיך שפירן ווי אין צענער נומערן און די סינגל נומערן ביינאכט!

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1935
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 5:01 pm

גאלדגרוב האט געשריבן:קיינער רעדט נישט פון א רעקארד קעלט דאנעשטאג טענקסגיווינג ווי עס וועט זיך שפירן ווי אין צענער נומערן און די סינגל נומערן ביינאכט!

רעדסט פון אפסטעיט צו די סיטי?
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

גאלדגרוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

תגובהדורך גאלדגרוב » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 9:38 pm

אפסטעיט. אבער אין די סיטי וועט אויך זיין פראסטיג קאלט

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 11:06 pm

שלום עליכם הרב קנ"א מיר ווארטן אויף פרישע באריכטן יישר כח
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 12:36 am

גאלדגרוב האט געשריבן:קיינער רעדט נישט פון א רעקארד קעלט דאנעשטאג טענקסגיווינג ווי עס וועט זיך שפירן ווי אין צענער נומערן און די סינגל נומערן ביינאכט!

אהער מיט די קוטשמעס..
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4554
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 1:49 am

וואס איז דיין באזיס זיי צו סוען?
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3190
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 5:21 am

Think and Thank האט געשריבן:וואס איז דיין באזיס זיי צו סוען?

:grin:
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Burach_Nussen, newsman, zibala, בינוני, וויכטיג מאכער, טשיינע רב, מים שלנו, מצלמה, קאץ און מויז, קרייסלער, שרייזשע און 111 געסט