בערנארד מעידאף, געכאפט מיט זיין שווינדעלריי.

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

בערנארד מעידאף, געכאפט מיט זיין שווינדעלריי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

אין איינע פון די גרעסטע שווינדעלרייען אין די היסטאריע, א שווינדל וואס האט געטריבן דאס פאלן פונעם סטאק מארקעט דעם פרייטאג אינדערפרי אויף וואל סטריט, האט בערנארד מאדאף, א אידישער פינאנס זשעני און געוועזענער טשערמאן פונעם נעסדעק, באשווינדלט די קליענטן אין זיין פריוואטע אינוועסטמענט פירמע אויף א סומע פון פופציג ביליאן דאלער.

מאדאף, א באקאנטער פילאנטראף און איינע פון די איינפלוסרייכסטע לייט אין וואל סטריט, האט אויפגענומען די עף.בי.איי. אויספארשער דאנערשטאג ווען זיי זענען אים געקומען ארעסטירן אינדערהיים מיט די ווערטער: "איך האב נישט קיין איידעלע ערקלערונג דערפאר, די גאנצע זאך איז א פאפעריי, איך האב באצאלט פאר די אינוועסטירער געלט וואס עקזיסטירט נישט."

די עף.בי.איי. זאגט אז דריי הויפט ארבעטער פון מאדאף'ס אינוועסטמענט פירמע האבן אים באזוכט מיטוואך אינדערהיים מיט שווערע פראגעס איבער די פירמעס פינאנצן. מען גלויבט אז צוויי פון די ארבעטער זענען זיינע זון, ענדרו און מארק, וועלכע ארבעטן שוין פאר זייער פאטער במשך די לעצטע 20 יאר.

מאדאף האט זיי דערציילט אז ער איז "ערלעדיגט". ער איז געבליבן מיט "אבסאלוט גארנישט", און אז עס איז אלעס געווען "א גרויסער ליגנט." ער זאגט אז די אינוועסטמענט ארעם פון זיין פירמע איז געווען "בעצם א ריזיגער פָּאנזי שווינדל," וועלכע איז שוין געווען לאנגע יארן באנקראט.

"פָּאנזי שווינדל" הייסט נאך דעם איטאליענער שווינדלער 'טשארלס פָּאנזי'. עס ארבעט אויף א פיראמיד סיסטעם, ווען די אינוועסטירער ווערן צוגעזאגט א גרויסע פראצענט צוריקצאל אויף זייערע געלטער אין א קורצע צייט. די געלט קומט אבער נישט פון א קלוגע אינוועסטמענט, נאר פון די פלוס געלט וואס פרישע אינוועסטירער האלטן אין איין איינשטעקן. אין די מינוט וואס עס זענען נישט דא נאך אינוועסטירער – אזוי ווי איצט צוליב די עקאנאמישע קראך – פאלט די גאנצע געביידע צוזאם.

בערנארד מאדאף האט געזאגט פאר די דריי אז ער פלאנט זיך אונטערצוגעבן פאר די אויטאריטעט'ן, אבער וויל קודם נוצן די פארבליבענע $200-300 מיליאן צו צאלן "אויסדערוועלטע ארבעטער, פאמיליע, און פריינט."

מאדאף, 70, איז דער גרינדער פון 'בערנארד על. מאדאף אינוועסטמענט סעקיוריטיס LLC'. ער האט געגרינדעט די פירמע אין 1960. די שווינדל האט ער אנגעבליך אנגעפירט אליין אין א סעפעראטע העדזש פאנד ביזנעס, וועלכע איז נישט געווען טייל פון זיין פירמע און האט פארוואלטעט ביז לעצטענס אויף $17.1 ביליאן. זיינע זון האבן נישט געוואוסט דערפון.

די עף.בי.איי. קלאגע זאגט אז מאדאף האט דערציילט פאר זיינע זון אז ער גלויבט אז די פארלוסטן פון זיין גניבה במשך די יארן קען גרייכן העכער 50 ביליאן דאלער. אויב עס וועט זיך אויסשטעלן צו זיין ריכטיג, דאן וועט די שווינדל ווארשיינליך זיין די גרעסטע אין די היסטאריע אויסגעפירט דורך איין מאן.

הונדערטער מענטשען האבן אינוועסטירט מיט אים דורך די גרויסע קליענטן פון זיין פירמע, איבערגעבנדיג פאר אים אין די האנט שווערע ביליאנען. זיין נאמען אלס פראמינענטער אידישער אינוועסטירער-ראטגעבער, האט אים געברענגט קונים אין די רייכסטע אידישע געגענטער אין אמעריקע ווי פאלם ביטש, פלארידע, לאנג איילענד, און מאנהעטן. ביי געוויסע אידן איז עס געווען א פאמיליע טראדיציע האבנדיג אינוועסטירט מיט זיין פירמע במשך צענדליגע יארן.

צווישן מאדאף'ס אינוועסטירער געפינען זיך פירער'ס פון אינדוסטריע'ס, קארפאראציע'ס – טייל פון זיי אויפ'ן סטאק מארקעט – וועלכע האבן גענוצט מאדאף אלס א הויך-אפצאל קעש קאנטע, ירושה'ס, אוניווערסיטעטן, צדקה פונדאציע'ס, און פיל אנדערע קלענערע פאנדן. אסאך שווער אפגעהארעוועטע כשר-פארדינטע אידישע געלטער זענען ליידער אויך אוועק מיטן רויך.

אינוועסטירער אויף וואל סטריט זענען שוין א לענגערע צייט געווען סקעפטיש איבער ווי אזוי ער האט אלעמאל באוויזן צוריקצוצאלן יערליך העכער צען פראצענט אפגעזען פון דעם מארקעט צושטאנד. איצט פרעגן אלע ווי אזוי פעדעראלע רעגולירער האבן פארזעהן די ווארנונג צייכנס בנוגע זיינע צווייפלהאפטיגע געשעפטן.

מאדאף האט לכתחלה געזאגט אז ער האט נאר 25 קליענטן, אבער עס ווייזט זיך אויס אז די ליסטע פון די באטראפענע פון די שווינדל איז אין די הונדערטער, און מעגליך אויך די טויזענטער.

די הויפט אייגענטימער פון גרויסע ספארט געזעלשאפטן, די אידן 'פרעד ווילפאן' און 'נארמאן בראמאן' זענען צווישן זיינע קרבנות, ווי אויך אויסלענדישע בענק ווי די פראנצויזישע BNP פאריבאס, יאפאנ'ס נאמורא האלדינגס, און די ציריך'ע ניאו פריוואט באנק.

די סטאקס פון בראמדיען אלטערנאטיווס, אן ענגליש באזירטע נכסים מענעדזשמענט פירמע זענען געפאלן מיט 35 פראצענט נאכדעם וואס זיי האבן פאַרעפענטליכט אז באלד %10 פון זייערע אינוועסטירונגען זענען געווען אין די הענט פון מאדאף.

די גרעסטע געלט פארלוסט האט געזען די העדזש פאנד 'פעירפיעלד גרינוויטש גרופ', וועמענס קליענטן האבן געהאט $7.5 ביליאן אינוועסטירט מיט בערנארד מאדאף.

אדוואקאטן פאר באזארגטע אינוועסטירער האבן ערשיינט אין געריכט פרייטאג פאר א הירינג איבער די צוטיילונג פון מאדאפ'ס איבערגעבליבענע נכסים. די הירינג איז אבער אנולירט געווארן נאכדעם וואס מען האט באשלאסן איבער א אויפזעהער אויף זיינע פארמעגנס.

אדוואקאט לי ריטשארדס איז באשטימט געווארן דורך יו.עס. דיסטריקט ריכטער לואיס סטאנטאן, צו האלטן איבערזיכט אויף די פירמעס אינטערנאציאנאלע נכסים. מאדאף זעלבסט איז ארויסגעלאזט געווארן דאנערשטאג אויף א $10 מיליאן באנד.
עס ווארט אים ביז צוואנציג יאר אין טורמע, און א פינף מיליאן דאלער געלט שטראף.

בראד פרידמאן, אן אדוואקאט פאר מערערע אינוועסטירער האט געזאגט פאר די ניו יארק טיימס: "עס זענען פארהאן מענטשען וואס האבן קוים עטליכע טעג צוריק געהאט גאר גאר אסאך, אבער זענען איצט געבליבן מיט גארנישט. זיי האבן בלויז זייערע הייזער וואס זיי וועלן דארפן פארקויפן צו האבן פון וואס צו לעבן."
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יודל,
א הערליכע ארטיקל.

עס איז א געוואלדיגער חילול השם אז דער באגאבונד איז גאר א 'איד' און ווי מ'רעדט דערמאנט מען זיין אידישען אפשטאם.

ישראל כשהן יורדין....
פלאפי יוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאפי יוד »

ס'איז טאקע א געפערליכע חילול השם, אבער א שטיקל טרייסט פאר אונז חרדישע יודן,

יודן וואס זענען באקאנט מיט אים געבן איבער אז דער מאידאף האט זייער פיינט געהאט אונז פרומע חסידישע יודן, און ער פלעגט אלעמאל זאגען אז די חסידישע יודן קען מען נישט טראסטן און זיי זענען די גרעסטע שווינדלער...........
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15461
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

ר' יודל, פונקט ווי מיט אייערע אנדערע ארטיקלן האב יאך זיך באלעקט די פינגער, און זיך נאך געשפירט אין שול ווי דער גרעסטער ידען.

יישר כח.
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

יישר כח מיינע טייערע פריינט פאר'ן אייערע ווארימע אנטווארטן און יישר כח'ס.

הרב יאנאש לעבן, געדענק דעם 'האומר דבר בשם אומרו'. איך וועל אבער פארשטיין אז צומאל איז עס נישט מעגליך. קענסט דאך נישט זאגן אין שוהל אז "איך האב אליין געזען ווי יודל מענדלזאהן האט געשריבן כך וכך."...
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:הרב יאנאש לעבן, געדענק דעם 'האומר דבר בשם אומרו'. איך וועל אבער פארשטיין אז צומאל איז עס נישט מעגליך. קענסט דאך נישט זאגן אין שוהל אז "איך האב אליין געזען ווי יודל מענדלזאהן האט געשריבן כך וכך."...

פאר וואס זאל ער נישט קאנען נאך זאגן בשם אמרו, ער קאן דאך זאגן ער האט עס געליינט אין דעם לוח הציבור,

אופס ! ער וואוינט דאך נישט אין ב"פ, דאן באקומט ער דאך עס ווייטער זיכער אויף דעם גע'אסר'טן אויבער-נעט, ואכהמ"ל, ודי.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

דער טאג שריפט באריכט איבער אידן וועלכע זענען באגנב'ט געווארן אין דעם שווינדל
אטעטשמענטס
tug shrift.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

פארוואס האט ער אויפגעגען פארשטיי איך נישט
ער וואלט דאך געקענט אנגיין מיט דעם שווינדל עד יום מותו
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ער האט דען אויפגעגעבן? ס'שוין נישט געגאנגען, דער גאנצער שפיל קען אנהאלטן ווילאנג ס'נאך דא געלט, אבער דא האט יעדער אויף אמאל געוואלט ארויס ציען האט דאס בהכרח געמוזט קראכן
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

יישר כח ר' יודל זייער שיין באשריבן.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

וואס זאל איך ענק זאגן, ער האט געטאן א געלינגענער דשאב, נאר א שאד אז ס'אמגעפאלן אזוי שנעל.

ענק האבן נישט קיין אנונג ווי געשמאק און באטעמט ס'איז צו פאפן די וועלט גאנצע 40 יאר, אדער ווי לאנג ס'איז געווען.

דאס איז נאר בגלופנ'דיג גערעדט.

וואס איך מיין ארויסצוברענגן, אז ס'מוז נישט זיין אז ער האט פארמאגט אזא רייץ נאך געלד, ווי די געשמאקייט וואס ער האט מעגליך געהאט פון ארויסדערווישן ריזיגע סומעס פון די העכסטע פרעזענליכקייטן, און זיי מאכן צונאר לפני כל עם ועדה. ס'איז פארהאן מענטשן וואס טוען זאכן קעגן די שכל און קעגן די אייגענע אינטרעסן נאר צופרידצושטעלן די דאזיגע געפיל, דאס איז באמת א געפיל וואס מ'קען נישט מסביר זיין, ס'איז ביי זיי וויכטיגער ווי כבוד און געלט צוזאמען.

אנדערש קען מען נישט פארשטיין פארוואס ער האט דאס געטאן, ער האט פארמאגט די פאיגקייטן צו זיצן רואיגערהייט און אמתערהייט אויף שווערע מיליאנען, אן די אלע שווינדלערייען, נאר ס'מוז זיין ער האט דאס נאר געטאן מטעם כדפרשתי לעיל.
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
פלאפי יוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאפי יוד »

נאך די אלע קאקעמייקעס איז אים נאך עפעס געבליבן און טאש, אדער האט ער אלעס פארשווענדעט?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ביזנעסקאפ;
דערמאנסט מיר פון מיינס א קרוב האט געוואלט אריבערפירן קיין קאנאדע א רענצל מיט זשולערי, ביי הוק און ביי קרוק, ער האט דאס געמוזט דורכפירן.
די קאסטומס האבן זיך עפעס אנגעשטויסן אין יענעם רענצל און ער האט זיך פארשטייט זיך נישט וויסנדיג געמאכט, אזוי אז קיינער האט נישט געקלעימט קיין בעלות דערויף האבן זיי עס אראפגענומען און פערטיג.

צוויי טעג דערויף איז ער נאכאמאל געפארן מיט א געוואלדיגן רייץ דאס דורכצופירן, ענדליך איז עס אים געלונגען..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
פלאפי יוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאפי יוד »

איינער האט זיך אט וואס גענומען דאס לעבן צוליב זיינע פארלוסטן ביי מאדאף, יעצט איז ער שוין א מערדער אויך.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

יודל, צום וויפילטען מאל, האסטו מיך באגייסטערט מיט דיין רייכע שריפט, כה לחי.

שוועמעל, אויב די קאסטומס האבן עס מעביר געווען ווי אזוי האט ער עס צוריק באקומען, צו קענען נאכאמאל אריבערפירן?.

פלאפי, ער ווערט נאך נישט קיין מערדער וועגן דעם, ער איז נישט מער ווי א גרמא בנזקין...

ביזנעס קאפ, אויב איז דער נושא אז ער האט סתם געוואלט מאכן צונאר דער מענטשהייט, אויף דעם קען מען אים צוריק טוהן, און אים מאכן צונער לפני כל עם ועדה, אבער די געלטער קען מען שוין נישט צוריק זעהן...
פלאפי יוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאפי יוד »

זיידי, אוודאי מ'קען אים נישט קלאגען פאר מארד, אבער אויב האט ער געקענט שלאפן רואיג ביז יעצט מיט די אלע גניבות, בין איך נייגעריג צו ער קען יעצט שלאפן מיט בלוט אויף זיין האנט!!!
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אין איין ווארט, אלע בענק טועהן דאס זעלביגע וואו ער האט געטוהן, נאר זיי האט די רעגירונג אויס געלייזט אויף אונזערע קאסטן, וק"ל.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

עיין בצייטונג פעידש ? שמאריך לעשות צד השווה בין בערנארד מאדאף לוואל סטריט
פלאפי יוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאפי יוד »

אז דו קוקסט שוין אין צייטונגען, קוק אריין אינעם בלאט איבער זייער א זיסע מעשה וואס ר' מרדכי פאלאטשעק ע"ה האט געהאט מיט בירני.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פשיהא. איך האב נישט קיין צייטונגען, אפשר שרייבסטו מיר בקיצור וואס דארט איז פארגעגאנגען?

אגב, אין דייטשלאנד איז א מולטי-ביליאנער - פון די רייכסטע אין די וועלט - געשטארבן נאכן זיך אונטערווארפן א באן, אויך צוליב בערני'לע שווינדלער.
פלאפי יוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאפי יוד »

די מעשה גאר בקיצור, ר' מרדכי פלעגט גיין מוצ"ש מאכען הבדלה אין שפיטעלער, האט ער איינמאל אריינגעוואנדערט צו נישט אזא היימישן, און געמאכט הבדלה. פארן ארויסגיין איז אריינגעקומען דעם חולה'ס א פריינט, אין ער איז נתפעל געווארן ווען ער האט געזעהן אן עלטערן יוד זיך ארומשלעפן טוהן חסד.

זיי האבן זיך צושמועסט און ביני לביני איז ארויסגעקומען אז ר' מרדכי נעמט צוזאם געלט פאר שבת פעקעלעך. דער יעניגער איז ארויס פון די כלים און געשאנקען ר' מרדכי'ן א גאנצען "פינעווער!" ( ווי נעמט מען אזא ברייטן הארץ....)

ווען ר' מרדכי איז ארויס פון צימער איז צוגעקימען א יודל און געזאגט פאר ר' מרדכי: "איר ווייסט מיט וועם איר האט יעצט גערעדט? מענטשן ווארטן חדשים צו באקומען אן אפאינטמענט ביי אים! דאס איז בערני מעידאף!!!"

האט ר' מרדכי געפרעגט צו דער מעידאף האלט שבת. האט דער יוד גענטפערט: " איך ווייס נישט צו ער האלט שבת, אבער פון זיך האלט ער זיכער...."

האט ר' מרדכי אוועקגעגעבן דעם פינעווער אלץ טיפ פאר א נוירס. (און ווער ס'האט געקענט ר' מרדכי ווייסט אז אפי' אויב ס'וואלט זיך געהאנדלט פון $10.000 וואלט ער עס אויך אוועקגעגעבן.)

האט זיך ר' מרדכי שפעטער אנגערופען אז א יוד וואס מאכט אזעלעכע מיליאנען און ער האט נישט קיין גרעסערע השגה ווי פינף דאלער איז א "בם" און "בם" איז ראשי תיבות בערני םעידאף....(דוק ותשכח.... איך האב עס אויסגערעכנט ס'שטימט......)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח פלאפי יוד.
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

פלאפי שכוח א שיינע מעשה
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

שכוח פאר די מעשה, זייער שיין.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זיידעניו האט געשריבן:שוועמעל, אויב די קאסטומס האבן עס מעביר געווען ווי אזוי האט ער עס צוריק באקומען, צו קענען נאכאמאל אריבערפירן?.


ער האט אריבערגעפירט א פריש רענצן מיט פרישע סחורה, לויט אים האט זיך עס נאך אלץ געלוינט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”