פאמפעניקעל האט געשריבן:
קיינער איז למעשה נישט געקומען פארענפערן מיינע פראגען אייטעם ביי אייטעם, איך האב געברענגט צום טיש הייסע-ווארע,
און חוץ אראפרייסן, זאגן ווי זאלעך אונהייבן בליק דורך כל-התורה-כולה, און ברענגען ווי ביליג אינשורענס איז פאר א 20 יעריגע אינגערמאן, און שטייצעך נישט ראגירן צו נאנסענס, האט אין מיי עפיניאן קיינער גערעדט צו זאך, אפי' איינער סטראשעט ער גייט אויסטוהן זיין ריפלעקטער...
אקעי, סוי איך גיי שרייבן ברחל בתך הקטנה, און אזוי וועט מען אויך פארשטיין פארוואס דאס איז א האקעלע נושא.
סוי, קוק אהער, אסאך א גרעסערע פראצענט עולם שטארבט יונג ווי דו מיינסט, פיריעד, נישט געשמאק, אבער אזוי איז עס, ליידער.
ממילא מאכט זיך כסדר אז עס ווערן יתומים, כסדר, עס איז היינט דא אסאך מער יתומים ווי דו מיינסט.
יעצט צום ענין, עס איז אינגאנצן אנדערש, אבער אינגאנצן אנדערש, צו זיין חס ושלום אן אלמנה (אדער אלמן) מיט יתומים אן געלט, ווי צו זיין חס ושלום אן אלמנה (אדער אלמן) מיט יתומים מיט געלט.
און צוליב דעם ברויך יעדער מאכן לייף אינשורענס. (טוירם רעדן מיר דא.)
(אמת טאקע אז ביי 22 איז נאך נישט אזוי איינגעפירט צו שטארבן ווי למשל ביי די 45, איז אבער די פרייז פאר א טוירם לייף טאקע וועגן דעם אין אינגאנצן אן אנדערע געגענט, ואיזהו חכם, הרואה את הנולד.)