טעראר אטאקע אין מאמבעי אינדיע; אריבער הונדערט טויט, משכונות פארכאפט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » זונטאג נובעמבער 23, 2014 9:55 am

ארויפגעברענגט לכבוד די 7'טע יארצייט
(ליידער האט מען די פארגאנגענע וואך מיטגעהאלטן אין ארצינו הקדושה אן ענליכע טעראר אטאקע )
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

תגובהדורך גליטשעדיג » מאנטאג נובעמבער 24, 2014 12:29 am

derech eretz האט געשריבן:בר מצווה
viewer.png

download/file.php?id=31171&mode=view

אז מען האט שוין ארויפגעברענגט, וועלן מיר וואונטשן דעם בחור לאנגע יארן צו זיין געבורטסטאג...

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מאנטאג נובעמבער 24, 2014 12:36 am

די בחור האט נעכטן געבענטשט אויפן כוס לע"נ זיין טאטן ביים טיש פון זיין זיידן האדמו"ר מתוא"י לרפו"ש אין שפיטאל
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דינסטאג יוני 23, 2015 5:57 pm

מזל טוב! אלמנת הרב בן ציון קרומאן הי"ד איז א כלה געווארן היינט עם אברמי רוטלוי מב"ב.

שמעלץ טאפ
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 5:18 pm

תגובהדורך שמעלץ טאפ » מיטוואך יולי 29, 2015 10:41 pm

India executes Yakub Memon, man convicted of financing the deadly Mumbai bombings - @BBCBreaking http://t.co/5z7LI6sc4y

הרב_שלום
שר ששת אלפים
תגובות: 6301
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » מיטוואך יולי 29, 2015 10:51 pm

די מישט דא צאם צוויי באזונדער מעשיות
מען האט איהם געהאנגען פאר טעראר וואס איז פארגעקומען אין שנת תשנ"ג
צוזאם לייג בעט פאר סוכות
https://amzn.to/2msazAI

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובהדורך נייעסלעך » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2015 2:44 pm

דער איינציגסטער אידישער איבערלעבער פון די שרעקליכע באמביי אטאקע, משה'לע האלצבערג ני"ו בן ר' גבריאל ורבקה הי"ד, גייט זיין בעל תפילה פאר תהלים ביים ליובאוויטשער כינוס השלוחים דעם קומענדיגן זונטאג בעז"ה.

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2015 2:45 pm

ערגעץ יעצט דארף זיין די זיבעטע יארצייט

אוועטאר
נעכטן
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

משה'לע

תגובהדורך נעכטן » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2015 3:20 pm

IMG-20151105-WA0028.jpg

תורה סחורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 8:12 pm

תגובהדורך תורה סחורה » דאנארשטאג יוני 29, 2017 1:37 pm

פירער פון אינדיע וועט טרעפן משה'לע האלצבערג
ירושלים – נעקסטע וואך מיטוואך וועט פארקומען אן אייגנארטיגע באגעגעניש, ווען דער פרעמיער מיניסטער פון אינדיע וועט זיך טרעפן מיט'ן 11 יעריגן משה'לע האלצבערג. משה'לע'ס נאמען איז באקאנט אין אלעמענס מיילער און איינגעקריצט אין אלע מוחות, זייענדיג דאס קינד וואס האט בחסדי ה' וואונדערליך איבערגעלעבט יענעם שרעקליכן טאג פון דער טעראר אטאקע אין מומביי, אינדיע מיט כמעט 9 יאר צוריק. די אטאקע איז דורכגעפירט געווארן דורך טעראריסטן פון דער פאקיסטאנער-געשטיצטע לאשקאר אי-טאיבא טעראר גרופע, צילנדיג צו שא
פן אומסטאביליטעט און מאסן-מארד אין די גאסן פון פאקיסטאן'ס ארכי-פיינט אינדיע, און ליידער זענען אידן, די קדושי מומביי הי"ד, אויך געפאלן א קרבן, אריינגערעכנט די עלטערן פון משה'לע האלצבערג, אבער משה'לע איז געראטעוועט געווארן בדרך נס. משה'לע וואוינט היינט צוטאגס מיט זיין זיידע און באבע אין ירושלים, און דער פרעמיער מיניסטער פון אינדיע, נעראנדרא מאודי, וועט זיך געפינען אין ירושלים אויף א באזוך און דערביי זיך טרעפן פערזענליך מיט משה'לע, וועלכער איז אן איבערלעבער פון דער אטאקע אויף מאודי'ס היימלאנד אינדיע.(DER YID DAILY)
צוגעלייגטע
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (35.02 KiB) געזעהן 5125 מאל

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4947
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג יולי 02, 2017 5:12 pm

די זיידע זאגט אויף קולמא אז ער פארלאנגט אז די דירה דארט זאל אריבער גיין אויף משה'לעס נאמען .
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

תורה סחורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 8:12 pm

תגובהדורך תורה סחורה » מיטוואך יולי 05, 2017 10:50 am

משה'לע האלצבערג מיטען פרעזידענט פון אינדיע און איזרעילי פרעמיער מיניסטאר.
צוגעלייגטע
DD-hT_KWAAEq5VT.jpg
DD-hT_KWAAEq5VT.jpg (83.17 KiB) געזעהן 4707 מאל

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » זונטאג נובעמבער 19, 2017 2:55 am

די נייינטע יארצייט, הי"ד, האר אויפשטעלנד און רירענד ביז גאר צי איבער ליינן די אשכול.
(פון די יארן וואס איך האב נישט געוויסט וועלכע זייט מען עפנט א קאמפיוטער...)

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 11:45 am

פארוואס איז נישט דא קיין קליפ פון די אטאקע אדער בילדער?

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 9:47 pm

ס'יא דא. דאס.
https://www.dropbox.com/s/k55251msfmmbv ... 2.mp4?dl=0

שא, נישט שרייען...

ישתבח שמו לעד
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 19, 2015 1:45 pm

תגובהדורך ישתבח שמו לעד » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 10:03 pm

אייזן גוט with out the performance

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג נובעמבער 21, 2017 12:05 am

ממה נפשך האט געשריבן:ס'יא דא. דאס.
https://www.dropbox.com/s/k55251msfmmbv ... 2.mp4?dl=0

שא, נישט שרייען...


זהירות נשים

איך רעדט שוין נישט אז ס'איז גועל נפש, אז דער... רעדט בשם כלל ישראל.
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » דינסטאג נובעמבער 21, 2017 8:39 am

עיטש בי או (HBO) האט א דאקיומענטרי פון די אטאקעס מיט אסאך ווידיאו פון די עצם אטאקעס און רעקארדירונגען פון כסדר׳דיגע שמועסן צווישן די רוצחים און זייערע אויבערהארן אין פאקסיטאן.

מה שנוגע די חב״ד הויז שיסעריי ברענגען זיי א רעקארדירטע טעלעפאן קאול צווישן די רוצחים און זייער משלח וועלכע זאגט זיי, ״געדענקטס אז ענקער ציל איז חשובער פון די איבעריגע. איין יוד איז ווערט 50 פון די אנדערע!״

דערנאך ברענגן זיי אינדיאנע ביישויער וועלכע זאגן אז זיי האבן געהערט רב האלצבערג מיט זיין ווייב קאנפראנטירן די טעראריסטן שרייענדיג יעדער באזונדער ״שיס מיך!״ ווי צו זאגן שיסט אונז אבער לאזט יעדעם צורוה. די פארדראגטע טעראריסטן זענען נישט נתפעל געווארן פון דעם און האבן זיי ביידע אומגעברענגט אויפן פלאץ (לויט די עדות קודם די רעבעצין) און גלייך דערנאך די צוויי אנדערע קדושים, רב ט״ב און קרומאן הי״ד.

די ווערסיע ווערט באשטעטיגט מיט א אויפגעכאפטע שמועס פון איינע פון די טעראריסטן קיין פאקיסטאן ווי ער פארציילט וואס זיי האבן געטון און אז עס זענען פאראן ציווילע ביישויער פון אלע זייטן. דער טעראריסט פרעגט צו ער זאל שיסן אויף די מענטשן ארום און זיין אויבערהאר רעדט עס דורך מיט אנדערע און זאגט אים אז ער זאל שיסן. זיי האבן דאן געשאסן און דערהארגעט אן אינדיאנער יוגענטליכע.

איבער די נאכט איז געלונגען ארויסצוראטעווען אסאך מענטשן פון אינעווענדיג. די בנין איז - ווי עס זעהט אויס - א גרויסע בנין און די טעראריסטן זענען געווען שרעקעדיג שוואך טרענירט, פשוט געברעינוואשטע אכצן יעריגע עמעטשורס מיט קוילן, און אויך שטארק אויסגעמוטשעט. (אויף די רעקארדירונגען פון די אטאקע אין די טאזש מאהל האטעל קען מען הערן ווי די טעראריסטן ווערן אינגאנצן איבערגענומען פון די שיינקייט דארט, פון די געשעפטן און גרויסע ווינדאוס.. דער פירער ארבעט שווער זיי איבערצוצייגן צו טון זייער ׳דזשאב׳.)

דאנערשטאג צופרי פארטאגס איז באריכטעט געווארן אויף די מידיע אז איינע פון די טעראריסטן איז געכאפט געווארן לעבעדיג און די חברה אין פאקסיטאן האבן באשלאסן אז זיי וועלן ניצן די משכנות פון די חב״ד הויז צו פארהאנדלען מיט די אינדיאנע אינסטאנצן. די טעראריסטן האבן געהייסן איינע פון די צוויי ארץ ישראל׳דיגע פרויען וועלכע זייי האבן פארכאפט צו רופן די מדנ״י קאנסולאט און זיי איבערגעבן די פארלאנגן און דערנאך איר געמאכט רעדן צו זייער אויבערהאר און פאקיסטאן. דער שחיק טמיא (וועמעס אינדענטיטעט מען איז קיינמאל נישט דערגאנגען) זאגט און א פערפעקטע ענגליש, ״האלט דיין ענערגיע פאר גוטע טעג. אויב זיי רופן צוריק וועסטו נאך קענען האלטן דיין שבת...״ דער אויבערהאר האט אנגעזאגט די טעראריסטן נישט צו פארציילן אז זיי האבן שוין דערהארגעט די איבעריגע משכנות נאר זיי זאלן זאגן אז זיי זענען גרייט ״יעדעם״ ארויסצולאזן.

אביסל שפעטער האבן די פראדוצירער פון די דאקיומענטרי קלארע, רירנדע ווידיאו וויזוי משה׳לע האלצבערג דרייט זיך ארום אין די הויז. אביסל דערויף איז זיין בעיבי סיטער ארויסגעקומען מיט אים פון די הויז. עס איז נישטא א באווייז אז איינער זאל האבן פארהאנדלט מיט די טעראריסטן וועגן ארויסלאזן דעם קינד. זיי זאגן נישט אויף די טעלעפאון קאלס אז זיי האבן נאך משכנות אויסער די צוויי פרויען און ווי געשריבן זענען זיי געווען מיד און שטארק אומפראסיאנאל. עס איז נישט ווייט צו זאגן אז זיי האבן נישט געזעהן משה איבער די נאכט אדער אים געהערט ארומלויפן; זיי האבן קוים געקערט אויף די גאנצע זאך ווי מען זעהט שפעטער אז זיי האבן נישט אפי׳ געהעריג געפאלגט זייער אויבערהארן.

דאנערשטאג נאכט איז די געדולד פון די פאקסיטאנער אויבערהארן אויסגעלאפן און געהייסן די מערדער אומברענגען די משכנות. די טעראריסטן האט עס נישט געשמעקט און זיי האבן איבערגעפרעגט וואס זיי דארפן טון. יענער האט זיך גענומען ערקלערן אז זיי וועלן לכאורה קומען אונטער אטאקע סיי ווען אימער דעריבער זאלן זיי ענדיגן די זאך און פארטיג. א שעה שפעטער רופט ער צוריק פרעגן צו זיי האבן עס שוין געטון און דער טעראריסט דרייט זיך ארויס און זאגט אז דער אנדערע טעראריסט שלאפט. זאגט אים יענער אז ער וועט צוריקרופן און א האלבע שעה. נאך א שעה איז אריבער און אפי׳ דאן האבן זיי נאכאלס נישט געהאט געשאסן די צוויי פרויען ווען דער אויבערהאר האט זיך בארעגט און רעדט מיט א קענטליכע אומגעדולדיגקייט, ״פאר גאטס נאמען טוטס ענקער דזשאב! איך בלייב אויפן טעלעפאון, טוטס עס יעצט! זעצט זיי אויף און...״ דער טעראריסט זאגט אקעי און אביסל דערנאך הערט מען א שאס אויף וואס דער פירער פרעגט זיי, ״דאס איז געווען איינער פון זיי?״ און זיי ענטפערן קאלטערהייט, ״ביידע אויפאמאל.״

עטליכע דעה דערויף האבן די אינדיאנא ״קאמאנדאס״ געשטורעמט די געביידע און הערשט נאך שעה אויסטוישן קוילן פון אלע זייטן איז זיי געלונגען צו אומברענגען ביידע טעראריסטן.

אויפן דאקיומענטרי איז דא קליפס פון די אויספארשונג פונעם פארכאפטן טעראריסט (ער איז צוגעבינדן צו געוויסע דראגס וואס מאכן אים קענטליך אין פיין) ווי ער טייטלט אינצווישן אויף דער אנפירער פון לאקאר עי טאיבא אז ער געווען דער דירעקטע אנפירער פון די גאנצע אקציע. ער פארציילט דארט אז זיין טאטע האט אים איבערגעגעבן פאר די גרופע ווייל ער האט געדארפט געלט (!). מען האט אים איינגערעדט אז נאכן שטארבן שיינט די פנים פון די מארטירער האבן די אינדיאנער גענומען זעהן זיינע טויטע פריינד און ער האט זיך אינגאנצן צוזאמגעבראכן. אינדיע האט אים הינגעריכטעט א שטיק צייט צוריק ובאבוד רשעים רנה.

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג נובעמבער 21, 2017 8:44 am

שמו האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:ס'יא דא. דאס.
https://www.dropbox.com/s/k55251msfmmbv ... 2.mp4?dl=0

שא, נישט שרייען...


זהירות נשים

איך רעדט שוין נישט אז ס'איז גועל נפש, אז דער... רעדט בשם כלל ישראל.


כ'האב אראפגעשניטן די ערשטע פאר סקונדעס צוליב תקנות המקום, נישט באמערקט אז ס'דא נאך. כ'דארף עס אראפנעמען?

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג נובעמבער 21, 2017 8:45 am

שכח יואב פאר די שיינע באריכט!

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דינסטאג נובעמבער 21, 2017 9:01 am

יואב, הערליך געשריבן!

אויף שמחות...
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע: נישט ביים קאמפיוטער

תגובהדורך tech yid » דינסטאג נובעמבער 21, 2017 9:02 am

לחם לשובע האט געשריבן:די נייינטע יארצייט, הי"ד, האר אויפשטעלנד און רירענד ביז גאר צי איבער ליינן די אשכול.
(פון די יארן וואס איך האב נישט געוויסט וועלכע זייט מען עפנט א קאמפיוטער...)

די הארץ ציפט פון פריש הי״ד
הק׳ טעקעלע

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג נובעמבער 21, 2017 11:54 am

יואב, האסט צוריק געברענגט די שוידערליכע מחשבות פון דעמאלטס. די טשילס לויפן דורך ביים ליינען.

ה׳ ינקום דמם

חידוש צו ליינען אז מ׳האט קיינמאל נישט געכאפט ווער דער פירער איז געווען. א גרויסע חידוש

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג נובעמבער 21, 2017 12:02 pm

לעגער האט געשריבן:יואב, האסט צוריק געברענגט די שוידערליכע מחשבות פון דעמאלטס. די טשילס לויפן דורך ביים ליינען.

ה׳ ינקום דמם

חידוש צו ליינען אז מ׳האט קיינמאל נישט געכאפט ווער דער פירער איז געווען. א גרויסע חידוש

Rt

איך בין פארגליווערט.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5607
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג נובעמבער 21, 2017 12:05 pm

געלעגער האט געשריבן:יואב, האסט צוריק געברענגט די שוידערליכע מחשבות פון דעמאלטס. די טשילס לויפן דורך ביים ליינען.
ה׳ ינקום דמם
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 16 געסט