ותיק ניק מנרתק האט געשריבן:Joe the Farmer האט געשריבן:עד סנאודען האט געשריבן:ותיק ניק מנרתק האט געשריבן:maybeeynot האט געשריבן:
ווי אויך קען מען עס בארגן פון געוויסע לייבעריס אין די שולן.....
איך ווער פשוט אסאך מאהל נערוועז, אז די אייער וואס אונז קויפן, איז נישט אייביג אזוי
כד וחד, אזוי ווי אונזער
שלחן ערוך לייגט עס אראפ...
ואס איז טאקע די דין?
כהאב אוועק געווארפן אן איי אפאר מינוט צירוק צוליב דעם.
זייער גוט האסטו געטיען,
אבער כ'האב געהערט אמאל פון א דיין אויב איז עס אפילו נאר א משהו כד וחד איז שוין גוט
אבער אויב קען מען ממש נישט זעהן צו ס'איז כד וחד זאל מען דער איי אוועקווארפן, אבער די אנדערע וואס זענען יא כד וחד זענען גוט
איך גלייב אז די פסק נשתנה הטבעיים וואלטן אונזערע רבי'ס נישט סובל געווען, דאס איז איינס פון די סיבות מיר פארלאזן זיך נישט אויף אזעלעכע הכשרים
לאז מיך צולייגן צו
מי חכם'ס טענה.
די זעלבע עוף קען איין טאג לייגן אן אייער וואס איז כד וחד, א טאג שפעטער זאל עס זיין חד וחד.
איז דין די עוף איין טאג טהור מיט איין טאג פארקערט?
נישטא אזא זאך, דעמאלטס ווייסטו נישט וואס מיינט כד וחד
און דאס זאגן אינז חז"ל אז א כשר'ע וועט אלס לייגן כד וחד
יא ס'קען זיין אן איי וואס איז דישעפיד כ'האב עס שוין געהאט אין מיין פארם, אבער מען קען אלס זעהן עטוואס כד וחד
איך בין שוין געווען אויף גאוישע פארמס, ווען כ'האב געזעהן עפעס טויג נישט צו מיט די פיס אדער מויל פון קאטשקעס, האב איז געבעטן איך וויל אריינגיין אינעווייניג ווי די עלטערן זענען
האב איך געזעהן טאקע אן אנדערע מין וואס האט נישט קיין מסורה דארט זיך דרייען, די זעלבע ביי די אייער קען זיך אמאל מאכן ס'דא נאך מינים,
וואס זיי האבן נישט קיין מסורה, כאשר ראיתי בעיני ספעציעל ביי קליינע פארמס, און די אייער טאר מען נישט עסן
אזוי אויך ביי די פארם אין מאנסי האט ער דארט א געמיש מיט הינער וואס האבן נישט קיין מסורה...
בקיצור, אויב זעהט מען א איי וואס איז ממש נישט כד וחלק איפילו א טראפ דארף מען עס אוועקווארפן און די איבעריגע איז גוט
אויב אויב א משהו איז עס כד וחלק איז עס גוט