אדמו"ר ממונקאטש שליט"א שבת פרשת תולדות תשפ"ג אין וויליאמסבורג

נייעס און באריכטן

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

קלאנג
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: אדמו"ר ממונקאטש שליט"א שבת פרשת תולדות תשפ"ג אין וויליאמסבורג

תגובהדורך קלאנג » דינסטאג נובעמבער 22, 2022 1:23 pm

בני יששכר האט געשריבן:אין בארא פארק איז נאך דא א איד וואס דער מנחת אלעזר זי"ע האט אים נאך געלייגט תפילין

דארף שוין זיין 99 יאר אלט.
ביסטי זיכער?

אוועטאר
הארזים
שר האלפיים
תגובות: 2542
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 11:20 pm

Re: אדמו"ר ממונקאטש שליט"א שבת פרשת תולדות תשפ"ג אין וויליאמסבורג

תגובהדורך הארזים » דינסטאג נובעמבער 22, 2022 1:42 pm

הארזים האט געשריבן:
צפת דאמעריקא האט געשריבן:
בני יששכר האט געשריבן:נישט לאנג צוריק האט יושע יאקאבאוויטש ז"ל פארציילט ברבים אז ער געדענקט נאך די ברית פין מונקאטשע רב

הרה’’ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי’’ע איז געקומען צום ברית אין געווען סנדק.

סאיז פארבליבען א בילד וויאזוי רבי שלום אליעזר גייט אויף די גאס נאכן ברית, מיט רבי ברוך.
צוגעלייגטע
20221122143914_IMG_1797-01_copy_523x943.jpeg
סדר שנה אחרונה מונקאטש
20221122143914_IMG_1797-01_copy_523x943.jpeg (347.93 KiB) געזעהן 981 מאל

צדיק דורינו
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2022 4:17 pm

Re: אדמו"ר ממונקאטש שליט"א שבת פרשת תולדות תשפ"ג אין וויליאמסבורג

תגובהדורך צדיק דורינו » דינסטאג נובעמבער 22, 2022 2:11 pm

מנחה מעריב'ל האט געשריבן:
כמים שאין להם סוף האט געשריבן:די אכסניא שבת איז בבית הנגיד ר' משה חזקי ווייס.

דער בעל אכסניה האט עפעס א קשר מיט מונקאטש? אדער סתם ווייל ס'איז נאנט

דער בעל אכסניא איז א רעכטער אייניקל פון הרב רבי מאיר ווייס זצ"ל מפרעשבורג וועלכע איז געווען א נאנטע תלמיד ביי מרן רבינו הקדוש בעל מנחת אלעזר זי"ע, ס'דא א לענגערע מעשה וואס אכהמ"ל, די סוף המעשה איז אז דער מנחת אלעזר זי"ע האט אים געזאגט בלשון קדשו: איך געדענק נישט דאס לעצטע מאל וואס איך האב זיך געזעצט לערנען אן א קאפ ווייטאג.

ר' משה יחזקי' איז אויך געווען פון די קביעות'דיגע מתפללים אין בית מדרשינו אין וויליאמסבורג ביז ער האט געעפענט זיין אייגענע ביהמ"ד.

צדיק דורינו
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2022 4:17 pm

Re: אדמו"ר ממונקאטש שליט"א שבת פרשת תולדות תשפ"ג אין וויליאמסבורג

תגובהדורך צדיק דורינו » דינסטאג נובעמבער 22, 2022 2:21 pm

תרמב האט געשריבן:ווער ס'האט עקסטערע בעטן זאל זיך איינמעלדן פאר די עסקנים

דאס איז באמת דריגענד, מ'זוכט קריטיש וויכטיג אכסניות, א ריזן ציבור קומט מיט און מ'מוז האבן נאך אכסניות!
אנ"ש תושבי וויליאמסבורג וואס האבן אדער ווייסן פון אכסניות אין שטאט צו קענען אקאמאדירן די ריזן ציבור אנשי שלומינו וואס קומען אי"ה צו פארן אויף שבת תולדות בצל הקודש זאלן ביטע רופן ווי פריער
917.923.9267
לקראת שבת לכו ונלכה!

צדיק דורינו
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2022 4:17 pm

Re: אדמו"ר ממונקאטש שליט"א שבת פרשת תולדות תשפ"ג אין וויליאמסבורג

תגובהדורך צדיק דורינו » דינסטאג נובעמבער 22, 2022 2:26 pm

עירוב תבשילין האט געשריבן:פארוואס גייט דער רב שליט"א פראווענען א שבת אין וויליאמסבורג?

די ראשי הקהילה בראשות פונעם דומ"ץ הרה"ג ר' אברהם בער יאזאפאוויטש שליט"א זענען אריין אל הקודש פנימה בעפאר די הייליגע טעג און זיי האבן דאן געבעטן דעם רבי'ן שליט"א זאל קומען פראווענען א שבת.
די רבי שליט"א איז נעתר לבקשתם און האט זיי דאן געזאגט אז אי"ה נאך יו"ט וועט ער קומען.

בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 02, 2009 9:54 am

Re: אדמו"ר ממונקאטש שליט"א שבת פרשת תולדות תשפ"ג אין וויליאמסבורג

תגובהדורך בני יששכר » דינסטאג נובעמבער 22, 2022 2:27 pm

צדיק דורינו האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:ווער ס'האט עקסטערע בעטן זאל זיך איינמעלדן פאר די עסקנים

דאס איז באמת דריגענד, מ'זוכט קריטיש וויכטיג אכסניות, א ריזן ציבור קומט מיט און מ'מוז האבן נאך אכסניות!
אנ"ש תושבי וויליאמסבורג וואס האבן אדער ווייסן פון אכסניות אין שטאט צו קענען אקאמאדירן די ריזן ציבור אנשי שלומינו וואס קומען אי"ה צו פארן אויף שבת תולדות בצל הקודש זאלן ביטע רופן ווי פריער
917.923.9267
לקראת שבת לכו ונלכה!

מען שטעלט צי די סעודות פאר די געסט?

צדיק דורינו
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2022 4:17 pm

Re: אדמו"ר ממונקאטש שליט"א שבת פרשת תולדות תשפ"ג אין וויליאמסבורג

תגובהדורך צדיק דורינו » דינסטאג נובעמבער 22, 2022 2:55 pm

shalsheles האט געשריבן:דענק איך צו ליינען אז ווען אדמו״ר ממונקאטש שליט״א פלעגט קומען צום טיש אין סאטמאר צום בעל דברי יואל זצ״ל פלעגט ער זינגען איינע פון די זמירות ווען ר׳ חיים העללער העלפט אים ארויס און דער רבי זי״ע קוקט צו מיט א קענטיגע הנאה.
איינער ווייסט אפשר וואספארא ניגון מען רעדט?
בכלל, איז דא אייגענארטיגע מקובלדיגע ניגונים וואס מען זינגט ביים טיש?

דער ניגון פלעגט נאך זינגען רבינו הקדוש בעל מנחת אלעזר זי"ע, מ'זינגט דאס שבת שקלים און החודש אויף די פיוטים ביי מוסף און אויף כל מקדש.
רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע האט זייער געגליכן דעם ניגון און יעדעס מאל וואס מונקאטש'ער רבי שליט"א איז געקומען צום טיש האט ער אים מכבד געווען צו זינגען כל מקדש ווייל ער האט געוואלט הערן דעם ניגון.

בנוגע די ניגונים ביים טיש: בעפאר קידוש זינגט מען אלץ די ניגונים וואס מ'האט נאך געזינגען ביים מנחת אלעזר ולמעב"ק, אויסער ביים בשמים שמעקן וואס דער הייליגער מנחת אלעזר האט געזינגען (נישט ממש געזינגען נאר מער אזוי געברומט) א ניגון מיט שווערע תנועות וואס איז געווען געבויעט אויף די כוונות פון בשמים שמעקן. נאכ'ן קריג איז נישט געווען קיינער וואס האט געקענט נאך זינגען דעם בשמים ניגון, דעריבער האט מען איינגעפירט צו זינגען (ברומען) א קליין שטיקל פונעם סאטמאר'ער נענועים ניגון בשעת וואס דער רבי שליט"א רעכט אפ זיין עבודת הקודש פון בשמים שמעקן ווי מ'גייט ארום פון איין זייט צו די אנדערע זייט מיט א דביקות נפלאה, אשרי עין ראתה!

נאך קידוש - בשעת די מאכלים - פלעגט מען אמאל בכלל נישט זינגען, נאר אריינגעברענגט די מאכלים איינס נאכן צווייטן און דערנאך געזינגען כל מקדש. היינטיגע צייטן האט מען יא איינגעפירט צו זינגען שיינע ווארימע ניגונים בשעת וואס דער רבי שליט"א איז טועם פון די מאכלים און פארטיילט שיריים.

כל מקדש איז דער ניגון וואס געהערט פארן רבי'ן אנצוהייבן, ער הייבט דאס אן מיט גרויס התעוררות אויף א שיינע שטייטע ניגון, דער ניגון האט זיך שוין געטוישט דא און דארט במשך די יארן, אבער עפ"י רוב איז דאס איין ניגון וואס איז נתחבר געווארן דורך הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן ז"ל וועלכע האט נאך געמאכט ניגונים ביי רבינו הקדוש בעל מנחת אלעזר זי"ע (דאס מערסט באקאנטע ניגון פון ר' הערשל ז"ל איז א ניגון וואס מ'פלעגט זינגען ביים מנחת אלעזר זי"ע און שפעטער אין אמעריקא ביים סאטמאר'ער רבי'ן זי"ע אויף פתחו לי ביי הלל, אזוי אויך פלעגט הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט דאס זינגען אויף כל מקדש). בנוגע וועלכער ניגון מ'גייט זינגען שבת אין וויליאמסבורג אויף כל מקדש, דאס וועט מען בלויז געוואר ווערן בשעת מעשה ווען דער רבי שליט"א וועט אנהייבן זינגען.

מה ידידות איז דער רבי שליט"א מכבד איינעם צו זינגען.

ביי גרעסערע שבתים וועט דער רבי שליט"א מכבד זיין נאך מענטשן מיט ניגונים ווי למשל קה אכסוף וכדו'.

נאכ'ן בענטשן טיילט מען פירות און דערנאך זינגט מען לקל אשר שבת, דערנאך זינגט מען א לעבעדיגן ניגון און מ'טאנצט אויף רננו צדיקים בשם.

צדיק דורינו
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2022 4:17 pm

Re: אדמו"ר ממונקאטש שליט"א שבת פרשת תולדות תשפ"ג אין וויליאמסבורג

תגובהדורך צדיק דורינו » דינסטאג נובעמבער 22, 2022 2:58 pm

חסד השם האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:
בני יששכר האט געשריבן:געהערט אז דינוב רב שליט"א גייט מיט האלטן אלע תפילת מיט עריכת השלחן

אזוי ווי לעצטע מאל

וואס הייסט אזוי ווי לעצטע מאל?
מונקאטשע רבי האט שוין געפראוועט א שבת און וויליאמסבורג זיין דינוב'ע רבי האט זיך אהערגעצויגן דא און שטאט?

פאר בערך 10 יאר צוריק איז דער רבי שליט"א געווען אויף א שבת אין וויליאמסבורג לכבוד די שמחת השבע ברכות פון אן אייניקל.

דאס לעצטע מאל וואס דער רבי שליט"א האט געפירט שבת אין וויליאמסבורג אן א שמחה איז געווען פאר איבער 20 יאר צוריק.

צדיק דורינו
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2022 4:17 pm

Re: אדמו"ר ממונקאטש שליט"א שבת פרשת תולדות תשפ"ג אין וויליאמסבורג

תגובהדורך צדיק דורינו » דינסטאג נובעמבער 22, 2022 2:59 pm

abeg האט געשריבן:
בני יששכר האט געשריבן:געהערט אז דינוב רב שליט"א גייט מיט האלטן אלע תפילת מיט עריכת השלחן

װי אױך גײט דער רב ניצן די מקװה אין דינוב

א שאד צו פארשפרייטן סתם שמועות פורחות באויר

צדיק דורינו
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2022 4:17 pm

Re: אדמו"ר ממונקאטש שליט"א שבת פרשת תולדות תשפ"ג אין וויליאמסבורג

תגובהדורך צדיק דורינו » דינסטאג נובעמבער 22, 2022 3:03 pm

אביונה האט געשריבן:
תורת יצחק האט געשריבן:
אדמו"ר ממונקאטש נולד יום א' דחנוכה תש"א לפ"ק
אדמו"ר מדינוב נולד יום א' דפסח תש"ב לפ"ק

ביזט זיכער?, דאכציך אז ער איז געבוירן תש"ג, אין בודאפעסט [רבי ברוך'ל האט דאן ביי זיין ברית, געהאלטן א דרשה פון דריי שעה אין די קאזינצי שוהל]

איך ווייס נישט פארוואס דער אויסגעדראשענע טעמע איז נאך אלץ נישט קלאר ביי מענטשן, די צוויי ברידער האבן שוין באקומען ביים ציבור אזויפיל געבורטסטאגן אז ס'לאזט זיך גארנישט זאגן.

דער אמת איז אזוי ווי תורת יצחק האט געשריבן. אדמו"ר ממונקאטש נולד יום א' דחנוכה תש"א לפ"ק,
אדמו"ר מדינוב נולד יום א' דפסח תש"ב לפ"ק.

abeg
שר ששת אלפים
תגובות: 6066
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: אדמו"ר ממונקאטש שליט"א שבת פרשת תולדות תשפ"ג אין וויליאמסבורג

תגובהדורך abeg » דינסטאג נובעמבער 22, 2022 3:10 pm

צדיק דורינו האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:
בני יששכר האט געשריבן:געהערט אז דינוב רב שליט"א גייט מיט האלטן אלע תפילת מיט עריכת השלחן

װי אױך גײט דער רב ניצן די מקװה אין דינוב

א שאד צו פארשפרייטן סתם שמועות פורחות באויר

?

בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 02, 2009 9:54 am

Re: אדמו"ר ממונקאטש שליט"א שבת פרשת תולדות תשפ"ג אין וויליאמסבורג

תגובהדורך בני יששכר » דינסטאג נובעמבער 22, 2022 3:17 pm

פארוואס ברענט צוויי ליכט סתם אין מיטן די וואך ביים רב אויפן טיש
צוגעלייגטע
Screenshot_20221122-151434_Gallery.jpg
Screenshot_20221122-151434_Gallery.jpg (71.08 KiB) געזעהן 610 מאל

אוועטאר
תרמב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5417
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: אדמו"ר ממונקאטש שליט"א שבת פרשת תולדות תשפ"ג אין וויליאמסבורג

תגובהדורך תרמב » דינסטאג נובעמבער 22, 2022 3:24 pm

צדיק דורינו האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:
בני יששכר האט געשריבן:געהערט אז דינוב רב שליט"א גייט מיט האלטן אלע תפילת מיט עריכת השלחן

װי אױך גײט דער רב ניצן די מקװה אין דינוב

א שאד צו פארשפרייטן סתם שמועות פורחות באויר

לעצטע מאל האט ער עס גענוצט, ס’איז געווען זייער פראקטיש דאן, דאס מאל גייט ער איינשטיין אביסל ווייטער, מוז נישט זיין אז ער גייט עס נוצן.

ווייסעך דען
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 21, 2016 1:09 am
לאקאציע: ווייסעך דען ?

Re: אדמו"ר ממונקאטש שליט"א שבת פרשת תולדות תשפ"ג אין וויליאמסבורג

תגובהדורך ווייסעך דען » דינסטאג נובעמבער 22, 2022 3:26 pm

צדיק דורינו האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:
בני יששכר האט געשריבן:געהערט אז דינוב רב שליט"א גייט מיט האלטן אלע תפילת מיט עריכת השלחן

װי אױך גײט דער רב ניצן די מקװה אין דינוב

א שאד צו פארשפרייטן סתם שמועות פורחות באויר

@צדיק דורינו. נישט אלעס וואס מ'ווייסט ברויך מען זאגן

די געדאנק לכאורה קימט ווייל פארגאנגענע מאל וואס די רב שליט"א איז געווען אין וויליאמסבורג אויף שבת האט ער גענוצט די מקוה פונעם דינוב'ער רבי שליט"א
תכלית הידיעה שלא נדע

תורת יצחק
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 15, 2020 1:35 pm

Re: אדמו"ר ממונקאטש שליט"א שבת פרשת תולדות תשפ"ג אין וויליאמסבורג

תגובהדורך תורת יצחק » דינסטאג נובעמבער 22, 2022 3:31 pm

בני יששכר האט געשריבן:ווער איז געווען סנדק ביים דינוב רב?

הגה"צ רבי מרדכי אפרי פישל סופר זצ"ל גאב"ד טשאז, משרידי תלמידי הגה"ק בעל כתב סופר זי"ע.

תורת יצחק
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 15, 2020 1:35 pm

Re: אדמו"ר ממונקאטש שליט"א שבת פרשת תולדות תשפ"ג אין וויליאמסבורג

תגובהדורך תורת יצחק » דינסטאג נובעמבער 22, 2022 3:32 pm

בני יששכר האט געשריבן:פארוואס ברענט צוויי ליכט סתם אין מיטן די וואך ביים רב אויפן טיש

אזוי איז געווען ביי זיין זיידע זי"ע און ביי זיין טאטען זצ"ל

תורת יצחק
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 15, 2020 1:35 pm

Re: אדמו"ר ממונקאטש שליט"א שבת פרשת תולדות תשפ"ג אין וויליאמסבורג

תגובהדורך תורת יצחק » דינסטאג נובעמבער 22, 2022 3:33 pm

בעל פרנסה האט געשריבן:פלאן מיר אי"ה אריינצופארן קיין וומס"ב מיטצוהאלטן דעם שבת

יהי בואך לברכה

תורת יצחק
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 15, 2020 1:35 pm

Re: אדמו"ר ממונקאטש שליט"א שבת פרשת תולדות תשפ"ג אין וויליאמסבורג

תגובהדורך תורת יצחק » דינסטאג נובעמבער 22, 2022 3:35 pm

אביונה האט געשריבן:
תורת יצחק האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
באסעלע האט געשריבן:
בני יששכר האט געשריבן:דינובע רב איז דעמאלסט געקומען מיט א שווארצע בעקיטשע צים טיש
אין אויף געהויבן זיין בעכער פאר קידוש

ווער איז די עלטערע ברודער ?


דער מונקאטשער רבי שליט"א

אדמו"ר ממונקאטש נולד יום א' דחנוכה תש"א לפ"ק
אדמו"ר מדינוב נולד יום א' דפסח תש"ב לפ"ק

ביזט זיכער?, דאכציך אז ער איז געבוירן תש"ג, אין בודאפעסט [רבי ברוך'ל האט דאן ביי זיין ברית, געהאלטן א דרשה פון דריי שעה אין די קאזינצי שוהל]

יא איך בין זיכער ער איז געבוירן א' דפסח תש"ב, אין בודאפעסט [זיין טאטע הגה"צ זצ"ל האט טאקע דאן ביי זיין ברית, געהאלטן א דרשה פון דריי שעה אין די קאזינצי שוהל]

תורת יצחק
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 15, 2020 1:35 pm

Re: אדמו"ר ממונקאטש שליט"א שבת פרשת תולדות תשפ"ג אין וויליאמסבורג

תגובהדורך תורת יצחק » דינסטאג נובעמבער 22, 2022 3:38 pm

בני יששכר האט געשריבן:
צפת דאמעריקא האט געשריבן:
בני יששכר האט געשריבן:נישט לאנג צוריק האט יושע יאקאבאוויטש ז"ל פארציילט ברבים אז ער געדענקט נאך די ברית פין מונקאטשע רב

הרה’’ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי’’ע איז געקומען צום ברית אין געווען סנדק.

ער האט געזאגט מען זאל א נאמען געבן נאך ר' משה ליב וואס איז געווען א זיידע פין ביידע זייטן

נישט קיין זיידע פון ביידע זייטן ער הייסט נאך הרה"ק ר' משה לייב מסטריזוב זי"ע וואס איז א זיידע מצד אביו און א פעטער מצד אמו
{כזה: האדמו"ר שליט"א בן הרה"צ רבי ברוך זצ"ל בן האדמו"ר מפארציווא זי"ע חתן ר' משה לייב מסטריזוב זי"ע
האדמו"ר שליט"א בן הרה"צ רבי ברוך זצ"ל חתן רביה"ק המנח"א זי"ע בן רביה"ק הדרכי תשובה אחיו של ר' משה לייב מסטריזוב זי"ע}
לעצט פאראכטן דורך תורת יצחק אום דינסטאג נובעמבער 22, 2022 4:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

תורת יצחק
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 15, 2020 1:35 pm

Re: אדמו"ר ממונקאטש שליט"א שבת פרשת תולדות תשפ"ג אין וויליאמסבורג

תגובהדורך תורת יצחק » דינסטאג נובעמבער 22, 2022 3:45 pm

תורת יצחק האט געשריבן:
בני יששכר האט געשריבן:פארוואס ברענט צוויי ליכט סתם אין מיטן די וואך ביים רב אויפן טיש

אזוי איז געווען ביי זיין זיידע זי"ע און ביי זיין טאטען זצ"ל

א בילד פון אביו הרה"צ זצ"ל ביים פארלערנען אין ישיבה רבתי דרכי תשובה "מערקט די צויי ליכט אויפ'ן טיש"
צוגעלייגטע
הרה''ק ממונקאטש זצ''ל.JPG
הרה''ק ממונקאטש זצ''ל.JPG (311.75 KiB) געזעהן 416 מאל

תורת יצחק
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 15, 2020 1:35 pm

Re: אדמו"ר ממונקאטש שליט"א שבת פרשת תולדות תשפ"ג אין וויליאמסבורג

תגובהדורך תורת יצחק » דינסטאג נובעמבער 22, 2022 3:54 pm

צדיק דורינו האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:דענק איך צו ליינען אז ווען אדמו״ר ממונקאטש שליט״א פלעגט קומען צום טיש אין סאטמאר צום בעל דברי יואל זצ״ל פלעגט ער זינגען איינע פון די זמירות ווען ר׳ חיים העללער העלפט אים ארויס און דער רבי זי״ע קוקט צו מיט א קענטיגע הנאה.
איינער ווייסט אפשר וואספארא ניגון מען רעדט?
בכלל, איז דא אייגענארטיגע מקובלדיגע ניגונים וואס מען זינגט ביים טיש?

בנוגע די ניגונים ביים טיש: בעפאר קידוש זינגט מען אלץ די ניגונים וואס מ'האט נאך געזינגען ביים מנחת אלעזר ולמעב"ק, אויסער ביים בשמים שמעקן וואס דער הייליגער מנחת אלעזר האט געזינגען (נישט ממש געזינגען נאר מער אזוי געברומט) א ניגון מיט שווערע תנועות וואס איז געווען געבויעט אויף די כוונות פון בשמים שמעקן. נאכ'ן קריג איז נישט געווען קיינער וואס האט געקענט נאך זינגען דעם בשמים ניגון, דעריבער האט מען איינגעפירט צו זינגען (ברומען) א קליין שטיקל פונעם סאטמאר'ער נענועים ניגון בשעת וואס דער רבי שליט"א רעכט אפ זיין עבודת הקודש פון בשמים שמעקן ווי מ'גייט ארום פון איין זייט צו די אנדערע זייט מיט א דביקות נפלאה, אשרי עין ראתה!

אין דינוב זינגט מען יא די ניגון המקובל פון רבינו הק' המנח"א זי"ע

צדיק דורינו
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2022 4:17 pm

Re: אדמו"ר ממונקאטש שליט"א שבת פרשת תולדות תשפ"ג אין וויליאמסבורג

תגובהדורך צדיק דורינו » דינסטאג נובעמבער 22, 2022 3:57 pm

בני יששכר האט געשריבן:
צפת דאמעריקא האט געשריבן:
בני יששכר האט געשריבן:נישט לאנג צוריק האט יושע יאקאבאוויטש ז"ל פארציילט ברבים אז ער געדענקט נאך די ברית פין מונקאטשע רב

הרה’’ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי’’ע איז געקומען צום ברית אין געווען סנדק.

ער האט געזאגט מען זאל א נאמען געבן נאך ר' משה ליב וואס איז געווען א זיידע פין ביידע זייטן

נישט פונקט אזוי.
רבי ברוכ'ל האט געהאט חשק צו געבן א נאמען נאך זיין זיידן דעם ביאלא רבי'ן - רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש זצ"ל.
די מאמע - הרבנית הצדיקת חי' פרימא רבקה ע"ה - האט געוואלט געבן דעם נאמען משה יהודה ליב, נאך הרה"ק רבי משה ליב מסטריזוב וואס איז געווען א ברודער פאר רביה"ק בעל דרכי תשובה און א זיידע פאר רבי ברוכ'ל (רבי ברוכל'ס מוטער איז געווען זיין טאכטער).
הרה"ק מראצפערט האט געזאגט אז מ'זאל געבן משה ליב נאך הרה"ק מסאסוב זי"ע, ווען רבי ברוכ'ל האט אים ערקלערט אז מ'רעדט פון הרה"ק מסטריזוב האט ער געענטפערט אז היות אז הרה"ק מטריזוב האט געהייסן נאך הרה"ק מסאסוב קומט אויס אז דאס קינד הייסט נאך ביידע, און ברכות הרה"ק מסאסוב וועט דאס קינד גיין אין זיינע הייליגע דרכים עוסק צו זיין אין פדיון שבויים! איבעריג צו זאגן אז ברכתו של אותו צדיק האט געפועלט, און דער רבי שליט"א איז באקאנט איבער דער גארער וועלט מיט זיינע ברייט-פארצווייגטע פעולות פאר פדיון שבויים.

ווען דער רבי שליט"א איז אלט געווען 2 יאר אין בודאפעסט האט הרה"ק מראצפערט זי"ע געפירט דארט א ראש חודש טיש און ער האט געהאלטן דעם רבי'ן שליט"א אויפן שויס. ווען מ'האט אריינגעברענגט פאר הרה"ק מראצפערט דעם גאנצן פיש האט דאס קליין יונגל ארויס געכאפט דעם אויג פונעם פיש, הרה"ק מראצפערט האט דערביי געקוקט אויפן קליינעם יונגל אום זיך אנגערופן: עינא פקיחא!

צדיק דורינו
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2022 4:17 pm

Re: אדמו"ר ממונקאטש שליט"א שבת פרשת תולדות תשפ"ג אין וויליאמסבורג

תגובהדורך צדיק דורינו » דינסטאג נובעמבער 22, 2022 4:04 pm

תורת יצחק האט געשריבן:אין דינוב זינגט מען יא די ניגון המקובל פון רבינו הק' המנח"א זי"ע

אין די ערשטע 50 יאר נאכ'ן קריג האט קיינער נישט געקענט נאכזינגען דעם ניגון.
ווי איך האב שוין דערמאנט אמאל דארף מען וויסן פון וועם מ'קען מקבל זיין און ווער ס'איז מוסיף מן דיליה, ואכהמ"ל.

תורת יצחק
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 15, 2020 1:35 pm

Re: אדמו"ר ממונקאטש שליט"א שבת פרשת תולדות תשפ"ג אין וויליאמסבורג

תגובהדורך תורת יצחק » דינסטאג נובעמבער 22, 2022 4:12 pm

צדיק דורינו האט געשריבן:
תורת יצחק האט געשריבן:אין דינוב זינגט מען יא די ניגון המקובל פון רבינו הק' המנח"א זי"ע

אין די ערשטע 50 יאר נאכ'ן קריג האט קיינער נישט געקענט נאכזינגען דעם ניגון.
ווי איך האב שוין דערמאנט אמאל דארף מען וויסן פון וועם מ'קען מקבל זיין און ווער ס'איז מוסיף מן דיליה, ואכהמ"ל.

דינובע רבי זז"ג האט עס געהערט פון זיין טאטע הגה"צ זצ"ל וואס ער האט עס געהערט פון זיין שווער רביה"ק המנח"א זי"ע
ווי אויך זינגט עס אזוי ר' איתמר לייפער מבישטנא וואס ער האט עס אויך געהערט פון הגה"צ ר' ברוך זצ"ל
ווי אויך האט עס אזוי געזינגען ר' בעריש וויינבערגער ז"ל וואס ער האט עס געהערט פון רביה"ק המנח"א זי"ע

צדיק דורינו
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2022 4:17 pm

Re: אדמו"ר ממונקאטש שליט"א שבת פרשת תולדות תשפ"ג אין וויליאמסבורג

תגובהדורך צדיק דורינו » דינסטאג נובעמבער 22, 2022 4:12 pm

בני יששכר האט געשריבן:מען שטעלט צי די סעודות פאר די געסט?

יא אי"ה, אויף די פלאקאטן שטייט 2 נעמען וועמען צו רופן פאר אש"ל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט