וועלט פאפולאציע אפיציעל דערגרייכט אכט ביליאן מענטשן

נייעס און באריכטן

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

שרויפל
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:53 pm

Re: די וועלט פאפולאציע האט אפיציעל דערגרייכט 8 ביליאן מענטשן.

תגובהדורך שרויפל » דינסטאג נובעמבער 15, 2022 1:38 pm

זיי האבן אראפ גערעכענט וויפיל רוסן זענען היינט געהארגעט געווארען?
סאיז גרינגער צי גראבן אין א פעלד פון ערד ווי אין די פעלד אויבן אין קאפ... (ר’ אביגדער מיללער ז’’ל)

אוועטאר
חנה דוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 12, 2022 3:15 pm

Re: די וועלט פאפולאציע האט אפיציעל דערגרייכט 8 ביליאן מענטשן.

תגובהדורך חנה דוד » דינסטאג נובעמבער 15, 2022 2:09 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
eller האט געשריבן:אבער קודם שטעלט זיך א פראגע אוואו קען זיין אז פון 7 ביז 8 האט געדוירט 11 יאר און פון 8 ביז 9 גייט געדרויערען 15 יאר ? לויט די חשבון וואלט עס געדארפט נעמען אסאך אסאך שנעלער..

האסט פארגעסן פון די וואקסינען?

:lol:

קענסט לאכן,
דיפאפולאציע איז א זאך אויף וואס די ביל-געיטס פארשווענדן מער פון 8 ביליאן פון זייער פארמעגן - אלס א חלק פון זייער וואוילטעטיגע מעשים... דאקומענטירט.

זיי ארבעטן בעיקר אין דריטע וועלט אויף עדיוקאציע און אקעדעמיע.
און אויך אויף שפיטעלער, מעדעצינען און וואקסינען. וויבאלד זיי האלטן אז דער עיקר סיבה פארוואס מענטשן ווילן דארט האבן מער קינדער איז צוליב וואס דער לעבן דארט איז ווייניגער פארזיכערט. ממילא מיטן ארבעטן אויף די זיכערהייט אין יענע לענדער קען מען ראטעווען די וועלט פון איר גרויזאמע פאפולאציע (עפ"ל).

יעדער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3404
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: די וועלט פאפולאציע האט אפיציעל דערגרייכט 8 ביליאן מענטשן.

תגובהדורך יעדער » דינסטאג נובעמבער 15, 2022 2:15 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
עירמאנט'ער האט געשריבן:דאס ערשטע מאל זייט בריאות העולם.

וויפיל מענטשן זענען געווען פאר'ן מבול ווייסטו?

און לויט'ן מ"ד אז נאר צוויי פון ס' רבוא זענען ארויס פון מצרים, זענען די בלויז אידן אין מצרים אליין געווען 180 ביליאן(!) און דאס איז נישט רעכענענדיג קיין פרויען און קינדער.

עס איז דא א מדרש אז מען האט געבוירן 600 טויזענט קינדער אויף 1 מאל
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר

יער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: די וועלט פאפולאציע האט אפיציעל דערגרייכט 8 ביליאן מענטשן.

תגובהדורך יער » דינסטאג נובעמבער 15, 2022 2:28 pm

צ"ק.

רח"ל!

ביל געיט'ס עוועליבעל??
הן בשדה הן ביער, תצילנו מכל צער, ותוציאנו מגלות המר

אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר האלפיים
תגובות: 2517
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: די וועלט פאפולאציע האט אפיציעל דערגרייכט 8 ביליאן מענטשן.

תגובהדורך הערינג מיט ברוינפען » דינסטאג נובעמבער 15, 2022 2:29 pm

יעדער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
עירמאנט'ער האט געשריבן:דאס ערשטע מאל זייט בריאות העולם.

וויפיל מענטשן זענען געווען פאר'ן מבול ווייסטו?

און לויט'ן מ"ד אז נאר צוויי פון ס' רבוא זענען ארויס פון מצרים, זענען די בלויז אידן אין מצרים אליין געווען 180 ביליאן(!) און דאס איז נישט רעכענענדיג קיין פרויען און קינדער.

עס איז דא א מדרש אז מען האט געבוירן 600 טויזענט קינדער אויף 1 מאל

אויף דעם איז געזאגט געווארען, איך גלייב עס נישט ביז איך זעה עס. (די מדרש)
Bugaboo Cameleon שווארצע פרעים און ווייסע הוד, גענוצט דריי א האלב יאר, פאר 450, ביטע קום אין אישי.

אוועטאר
אוראייניקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14825
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: די וועלט פאפולאציע האט אפיציעל דערגרייכט 8 ביליאן מענטשן.

תגובהדורך אוראייניקל » דינסטאג נובעמבער 15, 2022 2:29 pm

יעדער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
עירמאנט'ער האט געשריבן:דאס ערשטע מאל זייט בריאות העולם.

וויפיל מענטשן זענען געווען פאר'ן מבול ווייסטו?

און לויט'ן מ"ד אז נאר צוויי פון ס' רבוא זענען ארויס פון מצרים, זענען די בלויז אידן אין מצרים אליין געווען 180 ביליאן(!) און דאס איז נישט רעכענענדיג קיין פרויען און קינדער.

עס איז דא א מדרש אז מען האט געבוירן 600 טויזענט קינדער אויף 1 מאל

דאכט זיך מיר אז 60 קינדער איז די מערסטע וואס ווערט דערמאנט אין מדרש.

דאס וואס שטייט 600000 איז דער מדרש (שהש"ר) מסביר אז עס גייט אויף משה שהיה שקול כס' רבוא.


- -----

האקט.

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1795
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

Re: די וועלט פאפולאציע האט אפיציעל דערגרייכט 8 ביליאן מענטשן.

תגובהדורך פארדינט » דינסטאג נובעמבער 15, 2022 2:36 pm

פון ווי נעמט זיך די נאמבער וויפיל טשיינע האט?
איך וועל נישט זיין סורפרייזט געוואר צו ווערן אז זיי האבן ווייט נישט די נאמבער.
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
eller
שר תשעת אלפים
תגובות: 9261
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: די וועלט פאפולאציע האט אפיציעל דערגרייכט 8 ביליאן מענטשן.

תגובהדורך eller » דינסטאג נובעמבער 15, 2022 3:01 pm

חנה דוד האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
eller האט געשריבן:אבער קודם שטעלט זיך א פראגע אוואו קען זיין אז פון 7 ביז 8 האט געדוירט 11 יאר און פון 8 ביז 9 גייט געדרויערען 15 יאר ? לויט די חשבון וואלט עס געדארפט נעמען אסאך אסאך שנעלער..

האסט פארגעסן פון די וואקסינען?

:lol:

קענסט לאכן,
דיפאפולאציע איז א זאך אויף וואס די ביל-געיטס פארשווענדן מער פון 8 ביליאן פון זייער פארמעגן - אלס א חלק פון זייער וואוילטעטיגע מעשים... דאקומענטירט.

זיי ארבעטן בעיקר אין דריטע וועלט אויף עדיוקאציע און אקעדעמיע.
און אויך אויף שפיטעלער, מעדעצינען און וואקסינען. וויבאלד זיי האלטן אז דער עיקר סיבה פארוואס מענטשן ווילן דארט האבן מער קינדער איז צוליב וואס דער לעבן דארט איז ווייניגער פארזיכערט. ממילא מיטן ארבעטן אויף די זיכערהייט אין יענע לענדער קען מען ראטעווען די וועלט פון איר גרויזאמע פאפולאציע (עפ"ל).

כ'כרפ נישט ווייל די לעבן איז נישט פארזיכערט וועגן דעם האט מען אסאך קינדער ???

אפשר קענסטו קלארשטעלן דיינע ווערטער.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

אוועטאר
nodeJS
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: די וועלט פאפולאציע האט אפיציעל דערגרייכט 8 ביליאן מענטשן.

תגובהדורך nodeJS » דינסטאג נובעמבער 15, 2022 3:16 pm

דא האסטו די טראנסקריפטס פון א קאנווערסעישאן מיט ביל געיטס אין וואס ער איז מסביר זיין טמא'נע טעאריע וועגן קינדער'ס העלט קעיר און וואקסינאציעס, און פאפולאציע וואוקס קאנטראל (נאוט: עס איז נישט די זעלבע ווי דיפאפולעישאן).
איך וויל נישט מעתיק זיין דא זיינע גרויליגע ווערטער וועגן די וויכטיגקייט (עפ"ל) פון קאנטראלירן פאפולאציע וואוקס.
Clever code does not necessarily creates clever Software

אוועטאר
חנה דוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 12, 2022 3:15 pm

Re: די וועלט פאפולאציע האט אפיציעל דערגרייכט 8 ביליאן מענטשן.

תגובהדורך חנה דוד » דינסטאג נובעמבער 15, 2022 3:20 pm

eller האט געשריבן:כ'כרפ נישט ווייל די לעבן איז נישט פארזיכערט וועגן דעם האט מען אסאך קינדער ???

אפשר קענסטו קלארשטעלן דיינע ווערטער.

אויב איינער וויל האבן דורות, פארשטייט זיך.
אזוי ווייסט מעם אז מיט עפעס בלייבט ער. (מען רעדט פון לענדער וואס פאליע און חולי-רע בוזשעווען ה"י).

אוועטאר
אביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 02, 2018 12:26 am

Re: די וועלט פאפולאציע האט אפיציעל דערגרייכט 8 ביליאן מענטשן.

תגובהדורך אביש » דינסטאג נובעמבער 15, 2022 4:04 pm

חנה דוד האט געשריבן:
eller האט געשריבן:כ'כרפ נישט ווייל די לעבן איז נישט פארזיכערט וועגן דעם האט מען אסאך קינדער ???

אפשר קענסטו קלארשטעלן דיינע ווערטער.

אויב איינער וויל האבן דורות, פארשטייט זיך.
אזוי ווייסט מעם אז מיט עפעס בלייבט ער. (מען רעדט פון לענדער וואס פאליע און חולי-רע בוזשעווען ה"י).

לשיטתם מאכט איבער-פאפיאלציע (וואס האבן אסאך קינדער איז די גורם) נאר ערגער ציליב פארשידענע סיבות: פארניצט מער עסען, גיט ארויס מער קארבן :? ועוד
(אסאך קינדער איז אויך גורם א שנעלערע פארשפרייטונג פון אן אינטערגאנג רח"ל)
ואתם הדבקים חיים וגו'

אוועטאר
eller
שר תשעת אלפים
תגובות: 9261
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: די וועלט פאפולאציע האט אפיציעל דערגרייכט 8 ביליאן מענטשן.

תגובהדורך eller » מיטוואך נובעמבער 16, 2022 6:15 pm

וועלט באַפעלקערונג דעגרייכט 8 ביליאָן
unnamed (30).jpg
unnamed (30).jpg (74.55 KiB) געזעהן 575 מאל


ניו יאָרק — די יו-ען האָט געמאָלדן אַז די וועלטליכע באַפעלקערונג האָט דערגרייכט צו אַכט ביליאָן מענטשן, וואָס איז צושטאַנד געקומען צוליב דער העכערונג אין די צאָל יאָרן וואָס מענטשן לעבן, רעדוצירטע טויטפעלער און די פאָרשריט אויפ'ן געביט פון העלט-קעיר. די גלאָבאַלע באַפעלקערונג האָט דערגרייכט צו זיבן ביליאָן אין 11', און ווערט געשאַצט צו דערגרייכן ניין ביליאָן אין 15 יאָר אַרום. ס'ווערט געשאַצט אַז די קומענדיגע ביליאָן מענטשן וועלן קומען פון בלויז אַכט לענדער, פינף פון זיי אין אַפריקע, קאָנגאָ, עגיפּטן, עטיאָפּיע, ניידזשעריע און טאַנזאַניע. אינדיע איז ערוואַרטעט איבערצונעמען כינע מיט די מערסטע צאָל מענטשן קומענדיגן יאָר.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

אוועטאר
eller
שר תשעת אלפים
תגובות: 9261
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: די וועלט פאפולאציע האט אפיציעל דערגרייכט 8 ביליאן מענטשן.

תגובהדורך eller » מיטוואך נובעמבער 16, 2022 6:19 pm

איז דא לאנד וואס האט די מערסטע קינדער פרעצענטועל ? (אויסער קרית יואל און וויליאמסבורג ?..)
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

ויברך דוד
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 5:54 pm

Re: די וועלט פאפולאציע האט אפיציעל דערגרייכט 8 ביליאן מענטשן.

תגובהדורך ויברך דוד » דינסטאג נובעמבער 22, 2022 5:03 pm

eller האט געשריבן:קודם זעהט די נייעס פון די אלעמען באליבטער אידישלעך
אידישליך האט געשריבן:די וועלט פאפולאציע האט אפיציעל דערגרייכט 8 ביליאן מענטשן.

די פאפולאציע האט דערגרייכט 7 ביליאן מיט 11 יאר צוריק, און לויט די UN וועט עס נישט אנקומען צו 9 ביליאן בעפאר 15 יאר ארום.


טא לאמיר דא אין דעם אשכול אויסשמועסן אלעס ארום די וועלט פאפולעישן..

אבער קודם שטעלט זיך א פראגע אוואו קען זיין אז פון 7 ביז 8 האט געדוירט 11 יאר און פון 8 ביז 9 גייט געדרויערען 15 יאר ? לויט די חשבון וואלט עס געדארפט נעמען אסאך אסאך שנעלער..

למעשה עפעס א נארמאלע תירוץ ? קיקט אויס זייער א אינטערסאנטע זאך

אוועטאר
nodeJS
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: די וועלט פאפולאציע האט אפיציעל דערגרייכט 8 ביליאן מענטשן.

תגובהדורך nodeJS » דינסטאג נובעמבער 22, 2022 5:23 pm

זייער פשוט די וואוקס ראטע איז שטארק אויפן וועג אראפ
Clever code does not necessarily creates clever Software

אוועטאר
eller
שר תשעת אלפים
תגובות: 9261
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: די וועלט פאפולאציע האט אפיציעל דערגרייכט 8 ביליאן מענטשן.

תגובהדורך eller » דינסטאג נובעמבער 22, 2022 6:10 pm

eller האט געשריבן:איז דא לאנד וואס האט די מערסטע קינדער פרעצענטועל ? (אויסער קרית יואל און וויליאמסבורג ?..)

אקעי קיינער האט נישט געענטפערט האט מען געפרעגט די גוגל הדור
Capture.GIF
Capture.GIF (42.28 KiB) געזעהן 358 מאל
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6018
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: די וועלט פאפולאציע האט אפיציעל דערגרייכט 8 ביליאן מענטשן.

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג נובעמבער 22, 2022 6:29 pm

eller האט געשריבן:
eller האט געשריבן:איז דא לאנד וואס האט די מערסטע קינדער פרעצענטועל ? (אויסער קרית יואל און וויליאמסבורג ?..)

אקעי קיינער האט נישט געענטפערט האט מען געפרעגט די גוגל הדור
Capture.GIF
פון די אלע לענדער, וועלכע איז א ציוויליזירטע מירב וועלט לאנד?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

סעקרעטאר
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 11:45 am
לאקאציע: אין אפיס

Re: די וועלט פאפולאציע האט אפיציעל דערגרייכט 8 ביליאן מענטשן.

תגובהדורך סעקרעטאר » דינסטאג נובעמבער 22, 2022 6:33 pm

כ'בין נאר נייגעריג צו זיי האבן אריינגערעכנט אין חשבון די כפליים כיוצאי מצרים פון די בני משה און עשרת עשבטים
וואס קומט אויס צו א קיימא לן פון 3.5 מיליאן

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5129
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: די וועלט פאפולאציע האט אפיציעל דערגרייכט 8 ביליאן מענטשן.

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג נובעמבער 22, 2022 6:42 pm

כ'האב נישט געליינט ביז אהער, אבער האט מען צוגעשטעלט גענוג פארקינג? האט איינער א סאלושען פאר טרעפיק? וואס גייט דא פאר?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1968
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: די וועלט פאפולאציע האט אפיציעל דערגרייכט 8 ביליאן מענטשן.

תגובהדורך עירמאנט'ער » מיטוואך נובעמבער 23, 2022 7:05 pm

lebediger berel האט געשריבן:כ'האב נישט געליינט ביז אהער, אבער האט מען צוגעשטעלט גענוג פארקינג? האט איינער א סאלושען פאר טרעפיק? וואס גייט דא פאר?


פעלט נישא אויס צו ליינען...
פארקינג האט זיי נישט צוגעשטעלט אבער בייק לעינס איז דא געניג פאר זעכצען ביליון אויך...
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

גוט שבת
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 02, 2019 7:38 pm

Re: וועלט פאפולאציע אפיציעל דערגרייכט אכט ביליאן מענטשן

תגובהדורך גוט שבת » דאנארשטאג נובעמבער 24, 2022 12:23 am

סתם פאר אינטערעסאנטקייט.

ווער האט זוכה געווען צו זיין די אכט ביליאן'סטע מענטש?

ווייסט איינער?

אוועטאר
פעטע פישל
שר חמש מאות
תגובות: 904
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2022 7:40 pm

Re: וועלט פאפולאציע אפיציעל דערגרייכט אכט ביליאן מענטשן

תגובהדורך פעטע פישל » דאנארשטאג נובעמבער 24, 2022 12:32 am

גוט שבת האט געשריבן:סתם פאר אינטערעסאנטקייט.

ווער האט זוכה געווען צו זיין די אכט ביליאן'סטע מענטש?

ווייסט איינער?

דא קען מען זען ווער עס האט געוואלט זיין (ווי פארשטענדליך איז נישט מעגליך עכט צו וויסן היות די גאנצע זאך איז בלויז א שאצונג)
א גריס פונעם לויתן

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7779
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: די וועלט פאפולאציע האט אפיציעל דערגרייכט 8 ביליאן מענטשן.

תגובהדורך עירוב תבשילין » דאנארשטאג נובעמבער 24, 2022 4:22 am

שאינו יודע האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
eller האט געשריבן:איז דא לאנד וואס האט די מערסטע קינדער פרעצענטועל ? (אויסער קרית יואל און וויליאמסבורג ?..)

אקעי קיינער האט נישט געענטפערט האט מען געפרעגט די גוגל הדור
Capture.GIF
פון די אלע לענדער, וועלכע איז א ציוויליזירטע מירב וועלט לאנד?

רוב פון די לענדער זענען אין אפריקע. דער אפריקאנער קאנטינענט וואס באשטייט מייסנטענס פון צוריקגעשטאנענע לענדער פארמאגט די גרעסטע געברוטס ראטע איבער די וועלט.

טראכט גראד
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 15, 2020 12:20 pm

Re: די וועלט פאפולאציע האט אפיציעל דערגרייכט 8 ביליאן מענטשן.

תגובהדורך טראכט גראד » דאנארשטאג נובעמבער 24, 2022 8:46 am

איך ווייס נישט פונקטליך ווען, אבער אין א געוויסע סעקונדע וואלט אן מיר נאר געווען אויף דער וועלט נאך 7.999.999.999 מענטשן.

"איך" בין געווען דער וואס האט געמאכט ס'זאל זיין 8.000.000.000 !!!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot, Google [Bot] און 3 געסט