מי מילל ומי פילל? - באראק אבאמא פרעזידענט

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

צוביילטער איך גלייך דיי תגובה! ווייסט פארוואס? ווייל דו באציסט דיך צו די קשיא מי מילל ומי פילל! און דו האסט עס זייער שיין ארויסגעברענגט.

איך דערמאן מיך טאקע יעצט ווי אזוי דו גאס האט אויסגעקוקט ווען דער (דעמאלטדיגער) אום באקאנטער שטינקער ביל קלינטאן האט ארויס געקאפעט דעם ערשטען בוש, ערענסטע מענטשן זענען געשטאנען און זיך געריבן דעם שטערן: רבונו של עולם! וואס האבן דא די אמעריקענער שוטים געטוען? אויף געטוישט א עהרנפולען שטאטסמאן מיט א ליבעראלן ראצער???

נאר וואדען, די עקאנאמיע,

כ'דענק נאך ווי אברהם פריעדמאן האט עס באשריבן אין "די צייטונג", אז א טאג פאר די וואלן, ווען בוש איז געפלויגן מיטן עיר פארס וואן אריינכאפן צו קאמפיין ערגעץ ווייסעך ווי, און מען האט דאך שוין געזעהן אז דער מצב איז זייער שמאל, און דער פרעזידענט האט געלאזט א פאר טרערן אויף זיין מצב, אזוי פארקלעמט איז ער נעבעך געווען, מען נעמט אן עלטערן מלחמה וועטעראן, וואס האט דורך געפירט א סוקסעספולע אינוואזיע אויף דעם טיראן סאדאם כויסעין, און מען בייט אים אויף א ליבעראלן יונגאטש, וואס האט זיך ארויסגעדרייט פון דינען דאס לאנד.

עכ"פ זייער א גוטער צוזאמענשטעל צוביילטער, מי מילל ומי פילל - ביל קלינטאן פרעזידענט....
תכלית הידוע שלא נדע
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

געזעהן אין די אידישע וועלט נייעס:

מעקעין האט געוואונען אין -- וויליאמסבורג THURSDAY, 13 NOVEMBER 2008

די לאקאלע פרעסע האט אנגעוויזן אויף אן אינטערעסאנטער פענאמען, אז דער רעפובליקאנער פרעזידענט-קאנדידאט דזשאן מעקעין האט אין דער חרדישער וויליאמסבורג געוואונען מיט אן איבערוויגנדער מערהייט.

ניו יארק סיטי איז אין אלגעמיין א ליבעראלער ראיאן, און אין ברוקלין, אריינגערעכנט וויליאמסבורג, זענען פאראן פינף מאל אזוי סך רעגיסטרירטע דעמאקראטן ווי רעפובליקאנער. אין אלגעמיין האט אבאמא באקומען 79 פראצענט פון די ברוקלין שטימען, קעגן 20 פראצענט פאר מעקעין; אבער אין דעם אידישן טייל פון וויליאמסבורג האט מעקעין דערהאלטן 84 פראצענט פון די שטימען קעגן 16 פראצענט פאר אבאמא.

א רעפארטער וואס האט באזוכט די געגנט כדי צו פרואווען דערגיין וואס האט געמאכט די דאזיגע דעמאקראטן שטימען פאר'ן רעפובליקאנער האט באקומען ענטפערס וואס האבן אויסגעדריקט אומצוטרוי צו דעם יונגען, אומדערפארענעם אבאמא. א צווייטער, וואס האט זיך באצייכנט ווי א "ליבעראל", האט זיך געשפירט זיכערער מיט מעקעין אין דער יעצטיגער שלעכטער עקאנאמיע.

און א דריטער האט געשטימט פאר מעקעין אין איינקלאנג מיט דער טראדיציע פון רעספעקטירן און געטרויען עלטערע מענטשן מיט לעבנס-דערפארונג.

נאך דא באזעצענע מענטשן און אמעריקע, און ווי טרעפט מען זיי? און ו ו י ל י א מ ס ב ו ר ג ! ! !
תכלית הידוע שלא נדע
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32536
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

קודם פאר דיר ר' ווייסעך, דיין לעצטע תגובה מאכט מיך טראכטן אז דו האסט זייער א שלעכטע טעיסט, די טשאויס וואס דו האסט געמאכט 6-8-10-11- איז אין מיינע אויגן זייער א שוואכע.

נאמבער זעקס און אכט, זענען זייער נאנט איינס צום צווייטן, אבער אין פאקט זענען זיי זייער ווייט פון אמת, אמת טאקע אז כמעט אלע, אדער 9 פון יעדע 10 שווארצע האבן געוואוט פאר אבאמא, אבער לויט ווי ס'האצעך למעשה ארויסגעשטעלט זענען די שווארצע און די יונגע וויילער בכלל נישט נישט ארויס געקומען מער פון פיר יאר צוריק, (אויב געדענקעך גוט, ס"ה מיט איין פראצענט מער).

נאמבער 10 האמער שוין אויבן דערמאנט, ס'איז גאנץ אמת, אבער ביי האוערד דיען האטעס נישט געהאלפן, (וועגן קלינטאן העמער רעדן שפעטער)

נאמבער 11, קען זיין א איך בין פארריקט, אבער אין מיינע אויגן איז די אבאמא קאמפיין בכלל נישט געווען גוט ארגענעזירט, זיי האבן טאקע געהאט א גוטע פאנדרעיזינג אפאראט, און א שטארקע וואלענטיר באזע, אבער דאס מיינט נאכנישט גוט ארגענעזעירט, און פאקט צייכענען אלע אן, אז די פאקט אז ער האט נישט געקענט האלטן די ביידען אויסוואל פאר א סוד, אין די צייט וואס מקעין האט יא געהאלטן די פעילין אויסוואל פאר סאך א לענגערע צייט, ווייזט אז זיי האבן עס נישט געוויסט וויזוי צו הענדלן, און די זעלבע האט פאסירט גראד נאך די פעילין אויסוואל, די אבאמא קאמפיין האט נישט געוויסט וואו זיך אהין צו טוהן, איינער האט געשאסן א סטעיטמענט, און דער צווייטער האטעס אפגעווארפן, און דער דריטער האט צוריקגעווארפן, ביז אבאמא אליין איז ארויסגעקומען און אפגעווארפן די סטעיטמענט'ס, ס'געפארן א באן, און ס'האט אנגעהויבן גיין בארג אראפ, ביז........................

יעצט קימעך צוריק צו די זעלבע וואס כ'האב שוין אויבן געשריבן, די "עקאנעמי" האט אנגעהויבן בארג אראפ, און מיט די הילף פון די "איינזייטיגע מידיע", האט אבאמא אלעס אנגעווארפן אויף מקעין, און די מידיע האצעך גענומען צו פעילין'ס ביינער, און און........................

אבער די עצם אבאמא קאמפיין איז בככל נישט אריין אין גדר פון א גוט ארגענעזירטער קאמפיין....

אויף דיין לעצטע פראגע, וואס ס'האט געטריבן די מידיע? מ'קען קלערן אז די אנדערשקייט פון אבאמא, האט דאס צוגעברענגט, אדער זיין געלט, אדער קען מען זאגן וואס כ'האב געהערט אמאל, אין 00' איז די מידיע געווען אביסל בוש געשטימט, ווייל זיי האבן געהאלטן אז ווען ער ווערט אילעקטעד, וועלן זיי מאכן א לעבן מיט א אומערפארענער מענטש ווי בוש, די זעלבע קען מען יעצט אויך זאגן, די מידיע וויל האבן א פרעזידענט וואס וועט זיי האלטן ביזי א גאנצן טאג.... (בדרך אפשר)

זארעך, כ'שטעלמעך אין די ליין ווארטן צוזאמען מיט צייטליך, אבער וויסן זאלסטע אז צייטליך האצעך אריינגעכאפט..................

צוביילטער, קודם שלום עליכם, כ'זעה אז דו ביסט ב"ה היימיש דא, כ'טוה זייער שטארק עגריען מיר ס'רוב פון דיין תגובה, אבער נישט מיט די אנפאנג און נישט מיט די סוף.

אוודאי איז קאמיוניקאציע סקילל'ס זייער וויכטיג, אבער קאמיוניקאציע אליין ברענגט גארנישט, א ראי' פעילין, און ווי שוין אויבן דערמאנט, דיען, און דו ברענגסט נאך א ראי' פון נישט קיין צווייטן ווי קלינטאן, קודם היללערי קלינטאן האט אויך געהאט מורא'דיגע סקילל'ס, און ווי איז זי אנגעקומען? און בילל קלינטאן האבעך שוין אויבן געשריבן, ער האט נישט געווינען וועגן זיינע פעהאיגקייטן אדער סקילל'ס, נאר וועגן ראסס פעראו, א דריטער פארטיי קאנדידאט, וואס האט אוועקגעצויגן פון בוש זייער אסאך שטימען, (15 פראצענט, אדער מער, כ'געדענק שוין נישט) סאו דיין ראי' וואס דו ברענגסט פון קלינטאן, פרעגט דיך אליין אפ, אויב האטער טאקע געהאט אזעלעכע גוטע סקילל'ס, פארוואס האטער אנגעצויגן קארגע 43 פראצענט, און א צייט וואס די עקאנעמי איז געווען א שטארקע וואפן קעגן בוש? (מ'קען אויך ברענגען א ראי' פון בוש, וואס כאטש ער האט זייער שוואכע קאמיוניקאציע סקילל'ס, האטער די לעצטע מאל געווינען מיט איבער 50 פראצענט)

און וועגן דיין מיינונג וועגן פעילין, אויף דיין ערשטע סיבה האבעך שוין געענטפערט, סקיללס איז נישט די מעין זאך וואס א קאנדידאט ברויך האבן, די צווייטע פארשטייעך נישט די מעלה דערפון, און אויף די עצם איידיע דיסעגריעך זייער שטארק, איך האלט אז זי דארף שטיין זייער ווייט פון די מידיע פאר א פאר יאר, און לאזן קודם די מידיע אראפרייסן אבאמא, און זי זאל זיך דערווייל אויסשארפן אין אויסערן פאליטיק, און זי זאל צוריקקומען און 2020, אויב אבאמא געווינט ווידערערוויילינג קען זי אויך צוריקקומען 2016, דערווייל זאל זי זיין שטיל.......
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32536
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

הערשט נאכן שלח'ן באמערקט אז אודך, זארעך איז דא צוריק, און א-וואו זיי שטייגער, קלאר געמאכט ס'ענין, (כ'האב גראדע הנאה אז דו האסט געענטפערט פאר מיר, און נישט פאר צייטליך, ווייל ער זאל זיך מער נישט אריינכאפן....)

און זארעך, איך טוה עגריען מיט דיר אז די אלע זאכן קען מען דיבעיטן א גאנצן טאג און א טאג דערויף האלטן צוריק כדאתמול, און אזוי ווי דו זאגסט, די פראגע איז געווען וויזוי האטערעס באוויזן? אויף דעים איז מיין מיינונג, בעיקר, די "איינזייטיגע מידיע" האט גענומען די מעין אישו (און אויך נאך אפאר זייטיגע אישוס) וואס דאס פאלק וויל הערן, און לויט דעים גייען זיי שטימען, "די שוואכע עקענאמיע", און געמאכט זיכער אז דער פאלק זאל האלטן אז אבאמא איז בעסער אויף דעים אישו, און דערעכדעים האט אבאמא געווינען.................
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: (כ'האב גראדע הנאה אז דו האסט געענטפערט פאר מיר, און נישט פאר צייטליך, ווייל ער זאל זיך מער נישט אריינכאפן....)


וויכטיגער, נו נו, וועסט כאפן..

כ'האב אבער הנאה אז די האלסט אויך - ווי מיר - אז מקעין'ס פראבלעם איז געווען די אקאנעמי, די זאגסט נאר אז די מידאו איז שולדיג מיטן זיין איינזייטיג. איך מיין אבער אז אפילו די מידאו זאל זיין אומפארטייאיש וואלט דאס געווען א פראבלעם פאר מקעין, וויבאלד זיין פארטיי איז יעצט אינוויייניג.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

אמת. די עקאנאמי איז געווען א פראבלעם. אבער ווען נישט די מידיא איז אזוי איינזייטיג, וואלטן מענטשן נישט געוויסט אז עס איז א פראבלעם. און אנדערע ווערטער עס איז אנגעהאנגן איינס אינעם צווייטן.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32536
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
זארעך האט געשריבן:וואלט ווען אין די לעצטעריגע תקופה געווען עפעס א צייכן פון די סי איי עי איבער אן אטאקע רח"ל אדער ווער רעדט נאך ווען עס וואלט ווען טאקע עפעס פאסירט אויסטערליש ה"י וואלט איך פארשטאנען אז די רעפובליקאנער וואלטן געהאט אויף וואס צו רייטן אבער ב"ה אלעס איז רוטין און עס האט נישט פאסירט קיין באזונדערס טא פארוואס מלחמה'ס?


אוודאי איז אלעס רוטין, אמעריקע אטאקירט זייערע פיינט אויף זייער באדן, קומען זיי נישט אהער, משא"כ קלינטאן האט נישט אזוי געטוהן, האבו זיי אונז יא אטאקירט.



היינט האט די סי איי עי דירעקטער מייקעל העידען געזאגט אז אמעריקע האט צושטערט א פלאן פון על קאידא צו אטאקירן אמעריקע, ער האט נישט געזאגט קיין דיטעילס, אבער איין זאך האטער יא ארייגעווארפן, אז די אטאקע וואלט ווען געשטעלט סעפטעמבער 11 אין שאטן..........
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

חכם וואס ער איז. יעצט קומט ער מיט אזא מעלדונג? ער וואלט דאס ווען געדארפט מעלדן פאר די וואלן, דאן וואלט ווען מ'קעין געווען דער היינטיגער פרעזידענט אלעקט, אמער דיפענס...

א שאד... א שאד...
*

ב.ד.וו.
איך לויף דא איבער אלע תגובות, זע איך אן אינטערסאנטע זאך. מר. ווייסעך וואס האט געשטעלט זיבן צי אכט אפציעס פארוואס ס'קען אלץ זיין די סיבה פארוואס אבאמא האט געווינען, בלויז צוויי פון די אפציעס זענען אין דעם ריכטונג פון פארטייען, די איבעריגע זענען אילוזיעס און טעאריעס מיט סברות ארויף און אראפ.
וראה זה פלא. די אלע וועלכע זענען פארטייאיש געשטימט צו רעפובליקענס וועלן ניצן אלע סארטן סברות פארוואס אבאמא איז אריינגעקומען, זיי וועלן אנצייגן אויף אלע אפציעס א חוץ אויף די צוויי...

איך ווייז דיר דעם פאקט אז בוש איז דורכן פאלק קיינמאל נישט אריינגעקומען מיט עפעס א ווייסעך וואס הויכע פראצענט. אפי' אין 04' ווען דאס פאלק איז שוין געווען אונעטרן פאניק פון די טעראריסטן, וואס בוש (האט אליין געזאגט, כמ"ש "צוביילטער") איז דאך ממש דער פערזאן וועלכער האלט די זאך אין די ראמען און טוט כדבעי, און ער וואלט דאן לפי סברתכם געדארפט אריינקומען מיט א לענדסלייט (עקאנאמיע איז נאך דאן קיין פראבלעם נישט געווען). לעומת זה קלינטאן איז ביידע מאל אריינגעקומען שטארק. (זאגסטו אז דאס ערשטע מאל איז מחמת קארל ראוו, אבער דאס צווייטע מאל איז ער זיכער אריינגעקומען שטערקער ווי בוש ביי זיין צווייטן טערמין). היוצא מזה, פיר דו אויס...

מ'דארף קענען זען די פאקטן אין פנים. אפי' מ'איז א רעפובליקן און מ'האלט אז בוש איז געווען א דערפאלגרייכער פרעזידענט, דארף מען אבער קענען זען דאס מציאות אין פנים אז ס'רוב פונעם פאלק איז קיינמאל נישט געהעריג צופרידן געווען פון בוש און מ'איז מער גינסטיג צו די דעמאקראטן. העכסטענס קען מען גיין בשי' צוביילטער, אז דאס פאלק איז אן עם הדומה... אנעם ה"א הדמיון...
צוביילטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוביילטער »

איך האב נישט קיין צייט צי שרייבן יעצט, אבער כ'וואלט שטארק געראטן צו ליינען דעם ארטיקל היינט אין וואל סטריט דזשורנאל פון קארל ראוו בנוגע דער צוקונפט פון די ריפובליקאנער פארטיי, ער האט זייער אינטערסאנטע נומבערס.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32536
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

זארעך, כ'וועל מוזן שרייבן א זאך וואס כ'וויל נישט שרייבן, אבער כ'מוז, איר זענט נישט באקאנט מיט די פאקטן!

בילל קלינטאן האט קיינמאל נישט אנגעצויגן קיין פופצוג פראצענט פון די פאפולערע וואוטס, און דזשארדזש בוש האט יא!

די ערשטע מאל איזער געלאפן אין א דריי שפיציגע פארמעסט קעגן בוש און ראסס פעראו, [נישט ראוו] (וואס אגב האט אנגעצויגן 18.9 פראצענט און נישט ווי פריער געשריבן 15%) דאס האט עם ערמעגליכט אריינצוקומען אלס געווינער מיט בלויז 43 פראצענט, משא"כ בוש, האט די ערשטע מאל אנגעצויגן 47.9 פראצענט, און ער איז געלאפן קעגן א פאפולערע ווייס פרעזידענט.

די צווייטע מאל איז קלינטאן אריינגעקומען מיט 49.24%, און בוש 50.7%. טראצדעם וואס די מידיע איז שוין געוועין ביזי מיט איראק....

ווייטער אז מ'רעדט פון די צאל וויילער אין נאמבערס (נישט פראצענט) האט בוש געהאט סאך מער ווי קלינטאן, און אבאמא האט בלויז געהאט מיט פיר מיליאן מער ווי בוש.

די נאמבערס זענען ווי פאלגענד

בוש '88 48,886,597 53.4%
קלינטאן '92 44,909,806 43%
קלינטאן '96 47,402,357 49.24%
בוש '00 50,456,002 47.9%
בוש '04 62,040,610 50.7%
אבאמא '08 66,602,400 52.7%

בוש האט ארויסגעברענגט סאך מער נייע וויילער (פרעצענטואל) מער ווי קלינטאן, ווי אבאמא קעגן בוש און ווי קלינטאן קעגן בוש (וואס אין 92 האטער גאר געהאט ווייניגער ווי בוש פיר יאר פארדעים).....
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32536
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

זארעך, געווענדליך גלייך איך נישט צו גיין שמיציג, אבער אז ס'פעלצעך אויס האבעך נישט קיין ברירה.

כאפ נישט! ווארט א מינוט, העסטע הערן פון וואס איך רעד, די מעשה גייט אזוי, געווענדליך האבעך נישט ליב אראפצוגיין אין קעלער אויפזוכן אלטע אשכולות, מ'קען זייער שמיציג ווערן, אבער האצעך נעכטן געמאכט, אז כ'האב, צוליב געוויסע סיבות, געדארפט אראפגיין אין קעלער, אזוי זיכענדיג צווישן די געהענגלעך, האבעכמעך אנגעשטויסן אין א געהענגל פון איינע פון אייערער עדיטאריעל'ס, (יוש! ווען הייבטער נאכאמאל צוריק אן מיט די עדיטאריעל'ס?) די טעמע רעדצעך דארט טאקע פון "עדיטאריעל'ס, דארט צווישן די שירעס שרייבט איר ווי פאלגענד:
זארעכפעפער האט געשריבן:די רעדאקטארס ווייסן אויך פון דעם גרויסן סוד אז מען דארף גיבן פאר די ליינער אין מויל אריין שטאף וואס זיי פארלאנגען און ווילן הערן, און דאס זעלביגע פארקעט אויך, קיין ליינער וועט זיך נישט סובסקרייבן צו אן אויסגאבע וואס פארקויפט אים מיינונגען וועלכע איז אין קעגנזאץ פון זיין אידיאלאגיע, און די רעדאקטארס ווייסן דאס. אבער צי דער עדיטאריעל שטעלט פאר דער מיינונג פון די רעדאקציע צי די מיינונגען פון די געזעלשאפט איז שוין אונטער א גרויסע פראגע צייכן, און נישט אומזינסט האבן אונזערע גייסטליכע פארגייערס זיך אויסגעדריקט: "די צייטונגען זענען די וואס גיבן דעם דעת הקהל".


פון אייערע אייגענע ווערטער, זעהעך אז איר טוט עגריען אויפן פאקט אז די מידיע קאנטראלט די נייעס וויזוי זיי ווילן אז איר-ערעב זארעך- זאלט דאס וויסן, אבער ווען מ'קוקט אויף די אמת'ע פאקטן, שטעלט זיך ארויס אסאך מאל אז ס'איז גאר אנדערש די "מידיע פאקטן" ווי די "פאקטישע פאקטן", אויב אזוי איז יעדע זאך וואס איר וועט וועלן זאגן אז דאס איז די סיבה פארוואס אבאמא האט געוואונען, מיז מען צו דעים אויך צולייגן, אז "די איינזייטיגע מידיע" האט אין דעים געהאט א האנט, כמו שכתבתי לעיל.

א גוט שבת............

איין מינוט, איינער קען מיר אפ-פוצן ס'רעקל?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
הכל בכל מכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל בכל מכל »

א פפרישען דערהער אין די פשט פון וויס פרעזידענט :idea:
אטעטשמענטס
mail.jpg
mail.jpg (8.18 KiB) געזען 1866 מאל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29303
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:זארעך, כ'וועל מוזן שרייבן א זאך וואס כ'וויל נישט שרייבן, אבער כ'מוז, איר זענט נישט באקאנט מיט די פאקטן!

בילל קלינטאן האט קיינמאל נישט אנגעצויגן קיין פופצוג פראצענט פון די פאפולערע וואוטס, און דזשארדזש בוש האט יא!

די ערשטע מאל איזער געלאפן אין א דריי שפיציגע פארמעסט קעגן בוש און ראסס פעראו, [נישט ראוו] (וואס אגב האט אנגעצויגן 18.9 פראצענט און נישט ווי פריער געשריבן 15%) דאס האט עם ערמעגליכט אריינצוקומען אלס געווינער מיט בלויז 43 פראצענט, משא"כ בוש, האט די ערשטע מאל אנגעצויגן 47.9 פראצענט, און ער איז געלאפן קעגן א פאפולערע ווייס פרעזידענט.

די צווייטע מאל איז קלינטאן אריינגעקומען מיט 49.24%, און בוש 50.7%. טראצדעם וואס די מידיע איז שוין געוועין ביזי מיט איראק....

ווייטער אז מ'רעדט פון די צאל וויילער אין נאמבערס (נישט פראצענט) האט בוש געהאט סאך מער ווי קלינטאן, און אבאמא האט בלויז געהאט מיט פיר מיליאן מער ווי בוש.

די נאמבערס זענען ווי פאלגענד

בוש '88 48,886,597 53.4%
קלינטאן '92 44,909,806 43%
קלינטאן '96 47,402,357 49.24%
בוש '00 50,456,002 47.9%
בוש '04 62,040,610 50.7%
אבאמא '08 66,602,400 52.7%

בוש האט ארויסגעברענגט סאך מער נייע וויילער (פרעצענטואל) מער ווי קלינטאן, ווי אבאמא קעגן בוש און ווי קלינטאן קעגן בוש (וואס אין 92 האטער גאר געהאט ווייניגער ווי בוש פיר יאר פארדעים).....


זייער אינטערסאנט וויזוי מ'האט עס דעמאלטס אנגעקוקט.

וויכי, אין דעם אשכול ביזטו אייזן גוט.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ער שרייבט דאס מסתמה בעפארן ענדיגן ציילן די שטימען.

אבאמא האט למעשה באקריגן מיט 10 מיליאן מער שטימען. א %12 העכערונג פון בוש'ס טאטאל. ווידער בוש האט באקריגן בלויז א %6 העכערונג צו קלינטאן'ס טאטאל (דאס יא, בוש'ס צווייטע עלעקשאן האט געזעהן א שפרינג פון %24 פון זיין ערשטע עלעקשאן!).
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

מיר כאפט דאס מערסטע וואס וויכי שרייבט אין איינע פון זיינע תגובות, אבאמא האט געווינען צוליב מזל!

ליגט מיר אין קאפ אז ווען איך האב דאס געשריבען אויף טראמפ בין איך באפאלן געווארן אז איך רעד שטותים.

איי טראמפ האט עס געווינען בלויז מיט א אינטש, קוים קוים געכאפט דעם באס פאר עס האט אנגעהויבן פארן, און די פאפולערע שטימען האט ער גאר פארלוירן אויף א מאסשטאבליכער פארנעם, משא״כ אבאמא, זיין געווינס איז געווען ריזיג, פאפולער און אלעקטארעל.
-----
זיס צו לעזן די אלטע אשכולות, זייער מענטשליך גע׳טענה׳ט.
שכח צל עובר פאר׳ן ארויפברענגן.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

בוידעם האט געשריבן:מיר כאפט דאס מערסטע וואס וויכי שרייבט אין איינע פון זיינע תגובות, אבאמא האט געווינען צוליב מזל!

ליגט מיר אין קאפ אז ווען איך האב דאס געשריבען אויף טראמפ בין איך באפאלן געווארן אז איך רעד שטותים.

איי טראמפ האט עס געווינען בלויז מיט א אינטש, קוים קוים געכאפט דעם באס פאר עס האט אנגעהויבן פארן, און די פאפולערע שטימען האט ער גאר פארלוירן אויף א מאסשטאבליכער פארנעם, משא״כ אבאמא, זיין געווינס איז געווען ריזיג, פאפולער און אלעקטארעל.
-----
זיס צו לעזן די אלטע אשכולות, זייער מענטשליך גע׳טענה׳ט.
שכח צל עובר פאר׳ן ארויפברענגן.

ער רעדט פון די בינינגינג. בכלל דאס געווינען די פריימערי פארמעסטן אנפאנג איז געווען נאר מזל וואס האט געשפילט. ער האט געלאפן קעגן סאך מער פאפאלערע מענטשן ווי אים, ער איז ביי דע טיים געוווען א אפגעריסענער יונגע סענעטער
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

בוידעם האט געשריבן:מיר כאפט דאס מערסטע וואס וויכי שרייבט אין איינע פון זיינע תגובות, אבאמא האט געווינען צוליב מזל!

ליגט מיר אין קאפ אז ווען איך האב דאס געשריבען אויף טראמפ בין איך באפאלן געווארן אז איך רעד שטותים.

איי טראמפ האט עס געווינען בלויז מיט א אינטש, קוים קוים געכאפט דעם באס פאר עס האט אנגעהויבן פארן, און די פאפולערע שטימען האט ער גאר פארלוירן אויף א מאסשטאבליכער פארנעם, משא״כ אבאמא, זיין געווינס איז געווען ריזיג, פאפולער און אלעקטארעל.
-----
זיס צו לעזן די אלטע אשכולות, זייער מענטשליך גע׳טענה׳ט.
שכח צל עובר פאר׳ן ארויפברענגן.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:מיר כאפט דאס מערסטע וואס וויכי שרייבט אין איינע פון זיינע תגובות, אבאמא האט געווינען צוליב מזל!

ליגט מיר אין קאפ אז ווען איך האב דאס געשריבען אויף טראמפ בין איך באפאלן געווארן אז איך רעד שטותים.

איי טראמפ האט עס געווינען בלויז מיט א אינטש, קוים קוים געכאפט דעם באס פאר עס האט אנגעהויבן פארן, און די פאפולערע שטימען האט ער גאר פארלוירן אויף א מאסשטאבליכער פארנעם, משא״כ אבאמא, זיין געווינס איז געווען ריזיג, פאפולער און אלעקטארעל.
-----
זיס צו לעזן די אלטע אשכולות, זייער מענטשליך גע׳טענה׳ט.
שכח צל עובר פאר׳ן ארויפברענגן.

ער רעדט פון די בינינגינג. בכלל דאס געווינען די פריימערי פארמעסטן אנפאנג איז געווען נאר מזל וואס האט געשפילט. ער האט געלאפן קעגן סאך מער פאפאלערע מענטשן ווי אים, ער איז ביי דע טיים געוווען א אפגעריסענער יונגע סענעטער


ער רעדט פון די בעגיניג טיל די ענד. דאס איז דאך די נושא האשכול, מי מילל ומי פילל ״פרעזידענט״ אבאמא.

עניוועי, ער קען ענטפערן ער איז שוין קלוגער געווארן מיט 10 יאר.

אבער דאס איז איינמאל זיכער, אויב האט אבאמא געווינען בלויז מיט מזל, 10 מיליאן וואוטס מער פון מקעין, 365 אלעקטארעל׳ס, דאן איז פשוט אז טראמפ וואס האט פארלוירן מיט דריי מיליאן וואטס, און געווינען 306 אלעקטארעלס, אז זיין מזל האט אים געשפילט.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32536
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

דו האסט מיך געזעהן האלטן אנדערש איבער טראמפ? כ'מיין אז כאב אסאך מאל געשריבן בשם זאלצי אז דער טראמפ איז א גוי בן גוי בן אחר בן פון אלע זייטן... אזויפיהל מזל האט ער...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32536
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ואגב, איך גיי זיין די ערשטע צו עדמיטן אז איך בין גאר אסאך מאל געווען ראנג און כ'וועל נאך זיין ראנג אין די פיוטשער... מ'לערענט זיך מיט די צייט... וואס דארפסטו גיין צו 08? קענסט גיין צו די 2016 פריימערי, כאניש געגלייבט אז טראמפ האט א טשענס... אבער אין 16 האבעך שוין געוואוסט צוצולייגן אז אין פאליטיק קעמען גארנישט פרעדיקטן... אי"ה אין 2020 העסטו שוין דאס אויך וויסן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

וויכי, איך האב נישט געזאגט אז דו האלטס נישט ביי טראמפ אז עס איז געווען זיין מזל, אנדערע האב מיר באשריגן פאר׳ן אזוי זאגן, ביי זיי איז עס געווען טראמפ׳ס געוואלדיגע סטראטעגיע, אויף דעם האב איך אנגעצייגט אז אויב האט מען עס געקענט זאגן ביי אבאמא וואס האט ריזיג געווינען, איז א קל וחומר ביי טראמפ וואס האט קוים געווינען מיט א געדאכט פון א אינטש.

אני לכשלעצמי האלט, אבאמא האט געווינען ווייל ער האט געהאט א סופער סטראטעגיע, און געווינען ריזיג ווייל ער איז וואן אף עי קיינד, צויבער ווי משוגע, ארעטארישע קראפט, געשליפן און קלוג.

טראמפ לעומת זה האט געווינען מיט 71 טויזענט שטימען, פארלוירן די פאפולערע וואטס מיט דריי מיליאן, בלויז מזל!

וואס דארף מען מער פון דעם, ער און זיין קאמפיין האבן בכלל נישט ערווארטעט א זיג, און דאס ווייס איך נישט פונעם ביכל, נאר פשוט פון די באל רום וואס ער האט ארויסגענומען אינעם אלעקשען נאכט, ווען ער וואלט געקלערט פון א טראמפ וויקטערי סעלעברעשאן וואלט ער ארויס גענומען א סטאדיום, ס׳זאל שטימען נוסח טראמפ.

לגבי נישט פאראויס זאגן אין פאליטיק, איך דארף נישט ווארטן אויף 2020 דאס צו וויסן, איך בין דאס געוואויר געווארן די רגע טראמפ האט געווינען זיין ערשטע סטעיט אין די פרייעמערי׳ס.
רצונינו לעשות רצוניך.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29303
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

וויכי'ס זאגן אויף אבאמע מזל, איז בעיקר אויף די אויסשטעל פון די סטעיטס ביי די פריימעריס, אייביג זענען אים די סטעיטס גוט אנגעקומען, און ווען זי האט שוין יא געהאט א סטעיט, איז זי געווען אפגעשוואכט פון זיינע פריערדיגע געווינסן, נאך א נקודה ווען קאליפארניע, נאר די חילוק, וואלט געווען מיט נאר אפאר סטעיטס אדער גאר אליינס, וואלט דאס געווען א טויט קלאפ פאר אבאמע, משא"כ יעצט ווען עס איז געווען סופער טוסדעי, האט מען עס אנגעקוקט אזוי, "זי האט געהאט א שטערקערע זיג ווי געראכטן אין קאליפארניע, און ער האט געהאט אין קאנעטיקוט" דאס ברענגט מורא'דיג אראפ קאליפארניע, אז עס איז אין איין ברייט מיט קאנעטיקוט, און אזוי איז דא א באנטש דוגמאות.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29303
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

למשל ווען קלינטאן וואלט א גאנצע צייט געהאט איר ליעד אין די פאפעלער וואויטס, וואלט זי לכאורה זיך באוויזן צו האלטן מיט די סופער דעלעגעטס, וכן הרבה.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

זי האט אנגעהאלטן איר ליעד אין די פאפולערע וואטס, זי האט אפילו גענדיגט מיט איבער 200 טויזענט וואוטס מער פון אבאמא.
רצונינו לעשות רצוניך.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29303
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

בוידעם האט געשריבן:זי האט אנגעהאלטן איר ליעד אין די פאפולערע וואטס, זי האט אפילו גענדיגט מיט איבער 200 טויזענט וואוטס מער פון אבאמא.


דאס מיין איך טאקע, אינמיטן האט אבאמע געהאט די ליעד פאר גאנץ לאנג, און זיינע מענטשן האבן פארפירט אז קלינטאן איז נאר פאראויס וועגן די סופער דעלעגעטס , און דאס איז געווען פונקט ווען עס איז קלאר געווארן אז קלינטאן קען מער נישט געווינען די רעגולער דעלעגעטס, און די פארטיי פירער און סופער דעלעגעטס האבן אנגעהויבן זיך פאראייניגן ארום אבאמע, סוי זאג איך אז ווען קלינטאן האט ווען דעמאלטס, ווען זי האט טעקניקלי פארלוירן דורך דעם וואס אבאמע האט אנגעהויבן וואקסן אויף הייוון מיט סופער דעלעגעטס, די ליעד אין די פאפעלער וואויטס,וואלט זי געקענט פרעווענטן די בלידינג, און געווינען דורך די סופער דעלעגעטס, און עס וואלט נישט אויפגערעגט די וויילער ווייל אז זי האט מער שטימען איז יושר אז די סופער דעלעגעטס זאלן איר מאכן געווינען.

אבאמע האט למעשה נאר געווינען די רעגולער דעלעגעטס מיט 62 דעלעגעטס, 1,794.5 פאר אבאמע, קעגן 1,732.5 פאר קלינטאן, די סופער דעלעגעטס האט ער געווינען מיט 231.5 , 478 פאר אבאמע, קעגן 246.5 פאר קלינטאן.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”