Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

Kosherfest: יערליכע כשר'ע פראדוקטן עקספאו

מיטוואך נובמבר 05, 2008 1:40 pm

אי"ה קומעדיגע וואך דינסטאג און מיטוואך, גייט פארקומען די יערליכע "קאושער פוד שאו", וואו עס קומען זיך צוזאם הונדערטער אידישע - סוקסועספולע אומסוקסעספולע - עסן סוחרים, אדער וואס זענען פארבינדן דערמיט. עס איז דא וואס זאגן אז עס איז ווערד אהינצוגיין. בשעת אנדערע זאגן, אז זיי מאכן א בודקע נאר ווי באלד זייער "קאמפיטשען" האט א בודקע. אבער עס איז א שטארקע קידוש השם ווי אזוי די אידישע מארקעט, צווואקסט זיך פון יאר צו יאר, מיט א פולן איממפעט.

לכו והתפרנסו זה מזה.

Advertisement

מיטוואך נובמבר 05, 2008 1:48 pm

אוי, האסט מיך געמאכט הונגעריג! ביידיוועי, וואו איז עס?

מיטוואך נובמבר 05, 2008 1:50 pm

זייער שיין און פיין, אבער וואס איז די קידוש השם וואס דו דערמאנסט דארט צום סוף?

מיטוואך נובמבר 05, 2008 2:04 pm

ווי איך פארשטיי האט עס גארנישט מיטן אלגעמיינעם המון עם, פשוט'ע כולל אינגעלייט און ארבייטער.

עס איז בעיקר פאר גראסערי'ס און סופלייער'ס.

דאנערשטאג נובמבר 06, 2008 1:52 pm

פאריאר בין איך אהינגעגאנגען, עס איז געווען זייער אינטערסאנט צו זען אזויפיל אידישע קאמפאניס, וואס זענען ב"ה מצליח. עס גיט זייער א גוטע געפיל, אז מען קען אנקומען אין ביזנעס. דאס יאר וועט זיין שווערער אהינצוגיין, ווייל עס איז נישט אין מאנהעטן.

דאנערשטאג נובמבר 06, 2008 1:53 pm

http://www.kosherfest.com/08/public/enter.aspx

דאנערשטאג נובמבר 06, 2008 4:01 pm

זאנוויל האט געשריבן:זייער שיין און פיין, אבער וואס איז די קידוש השם וואס דו דערמאנסט דארט צום סוף?


אז ערליכע אידן האנדלן אין גרויסן און מען ווערט גרויסע עשירים. עס ווייזט אז מען קען זיצן און לערנען ביז די צוואניג און העכער, און אנקומען צו הויכע שטאפלן. ועל כולם למשל די מנחה דאווענען דארט ביים שאו, איז א קידוש השם.

עס איז גוט פאר סתם המון עם, אויך אהין צוגיין, סיי סתם פאר אינטערסאנטקייט, און אויך עס קען עפענען די אויגן און באקומען א תאווה צו עפענען אליין א ביזנעס. איך גיי יעדעס יאר, איך רעד מיט זייער אסאך בעלי בתים פון ביזנעס, עס איז זייער אינטערעסאנט צו הערן יעדנס עקספריענס.

דאנערשטאג נובמבר 06, 2008 8:44 pm

דארט זעהט מען די ערשטע עצה פון דוד המלך ע"ה, לכו והתפרנסו זו מזו, איי אין הקומץ משביע את הארי ואין הבור מתמלא מחוליתו און היינט קאן מען נישט פשטו ידיכם בגדוד, דארף מע ווארטן ביז עס וועט זיין מלאה הארץ דעה את ה' וגו', בב"א.

מאנטאג נובמבר 10, 2008 4:16 pm

איך ווייס איינער וואס גייט יעדע יאר אהין און כאפ זיך אריין און עסט זיך גיט אן אין גייט אהיים

מאנטאג נובמבר 10, 2008 4:20 pm

נו, אפשר גיי מיר אינאיינעם? און פאר שלום בית וועל מיר אויך עפעס אהיים ברענגן.

מאנטאג נובמבר 10, 2008 4:22 pm

פארגעס נישט פון אינז דא ברענג אריבער אביסל אין קרעטשמע

מאנטאג נובמבר 10, 2008 4:28 pm

אמאל און די גוטע צייטן האט מען נאך דא אריין געלאזט שנאפס מיט אלע מטעמים, און לאבי פונעם קרעטשמע פלעגט זין א שיינע טישל מיט כלערליי זאכן, מיט א גרויסע סיין "קומט אריין פאר א גלעזעלע שנאפס".

אבער היינט איז שוין אנאנדערע(אידישע) וועלט אויס לאבי, אלע טישעלעך האט מען צוגענומען און פארווארפן ערגעץ אין קעלער אריין, גיי ווייס קען זיין מען האט עס טאקע געשיקט צום פוד שאו....

מיטוואך נובמבר 12, 2008 4:49 pm

און איך בין דארט געווען. ווי אזוי איז געוווען פרעגסטו? אט ליינט:

א געשמאק געווען אהינצוגיין. אנקומעדיג האבן מיר גלייך געטראפן אויף די טרעפ, יונגע טיכטיגע ביזנעסלייט, וואס זענען אהין געקומען מיט'ן פעסטן באשלוס, אז אט דא גייען מיר מאכן אונזער ערשטע טריט אין ביזנעס, און איבערס יאר, וועלן מיר ביי די שאו האבן א האלבע פלאר. שעפעלע טייערע, אסאך הצלחה, איך קען אויך ביישטיין, אבער דער שליסל דערפון איז נישט צו רעדן הויך אויף א בלוטוט אין לאבי פון קאנווענשן זאל.

ניין, עס איז נישט קאנטינענטל, וואו עס קאסט קיין פרוטה אויפצוהענגן א מאנטל. זיי פארלאנגן דערפאר די זעלבע פרייז ווי "די צייטונג" בעט, אוודאי צוליב דער עקאנמישער מצב. עס פאסט דאך אויך נישט אריינצוגיין מיט קיין הוט - כ'בין דאך דא פאר ביזנעס - שוין, נאך צוויי טאלער פאר'ן הוט.

ווער עס קען מיך ווייסט דאך, אז איך האב אנטייל גענומען אין די סמעפטעבער עלווען פלענער, איז דאך נישט מער ווי רעכט געווען, אז מען זאל מיך באטאפן פון קאפ ביז פיס ביים אריינקומען...

אה, א געשמאקע ריח, איז אנטקעגן געקומען ביים אריינשפאצירן אינעם ריזיגן זאל. גערוכן פון פריש געדרייטע ראגלעך און פיצא סנעפעס, ביז שארפע וויין און איזרעילישע חמס.

זייענדיג דארט אפאר שעה, פארשטייצעך האב איך טועם געווען. גאלדן טעיסט האט דארט געהאט אלע זייערע געשמאקע דיפס, מיט קרעקערס. מיסטער פערלמוטער, דער בעל הבית האט יעדן שיין אויפגענומען. גפן\קדם - דער קעניג אדער דער מאפיא פון אידישע עסן, האט געהאט א גרויסע פלאץ. מיר האבן אויך טועם געווען פון גרינס טשיס קעיק. העולמ'ס טשיס און טשאקלאד. א פיינעם קאווע פון עלית, ווען צו דער זייט בייסט מען איין א דעניש פון לרום בעקעריי, באגלייט מיט א שמייכל פון הרב לעבוויטש וועמען איך האב קענען געלערנט אין קאשוי, דער טאטע פון די טראלי.

נארמאנס אייז קרים, וועט פון היינט און ווייטער זיין אויף מיין גראסערי ליסט. לדעתי, די בעסטע אייז קרים אויפ'ן אידישן מארקעט. די נאש פון ליבערס, בלומס, גדולה זענען געווען אויפרייצריש. עס איז געווען פאר מיר גענוג, כדי להראותם בלבד. איך האב מיך געבויגן מיט עהרע צו עדן און דעפענדבל, וואס וואקסן ווי א הייוון אין די אידישע פוד ליין. מיר האבן באגריסט משפחת לאנדא, וואס איז נארוואס ערשינען מיט א נייע פירמע עלי עדן. אלע וועטשטעיבל וואס זענען צריכין בדיקה, קלין און זויבער בהשגחת ר' בנימין גרובער.

איין פירמע - אן קיין היימישע השגחה - האט פארגעשטעלט אן ערזאץ פאר פינאט באודער, פאר די וואס זענען אלערשיק צו פינאט באדער.

זאכן וואס האבן געצויגן אינטערסע: די ווענדיג מאשין וואס פארקויפט פרענקפוטערס. דגים פיש קאמפניס גוי, האט זיך ארומגעדרייט אנגעטון אין א רעגן קאוט, מיט א נעץ אויפ'ן אקסל, ווען אינווייניג ליגט זייערע פראדוקטן. ארבייטער פון א דשיס קאמפאני האבן אנגעהאט היטן און פארעם פון הארטע דשיס.

עס זענען אויך געווען קאמפאניס וואס סערוויסן די פוד ליין. למשל קרעדיט קארד פרסעסינג קאמפאני. ביי פידלעטי האט מען אויפגענומען מיט א קאפ פאפ קארן דורך א יונגערמאן לאנדא. ביי אמערי דשויס איז מען געווארן אויפגענומען דורך משפחת פרייזלער. א לעביל קאמפאני פון משפחת ישראל קרויס האט געוויזן אלע זייערע מיני לעיבלס. קיטשן קאלעקשן האט ארויסגעשטעלט זייערע פלעסטיק גודס. עס איז געווען קאמפאניס פון קליניג סופלייס אויך.

אויך איז געווען אפאר פסח'דיגע קעיק קאמפאניס. הגדה, מנדיס. אויף זייערע זאכן איז אויך ווערד געווען א ברכה צו מאכן.

געצויגן היבש אויפערזאמקייט האט די כ"ץ בעקעריי, וואס באקן נאר גלוטן פרי, וואס מען מאכט א שהכל. עס איז זייער העלטי, און זיי האבן א גרויס אויסוואל.

ביי איינע פון די טישלעך איז געווען אויסגעלייגט געשמאקע דשיס. שמועסנדיג מיט די קאמפאני ביזנעס, האט ער מיר געזאגט אז איך זאל טועם זיין. אבער ער האט גלייך געגעבן א זאג, אז עס איז נישט חלב ישראל נאר חלב סתם, און ער ווייסט אז איך עס עס נישט. איך האב אבער געזען א הכשר פון סי. אר. סי. פרעג איך אים, אויב התאחדות גיט די הכשר דערויף? זאגט ער מיר ניין, אז עס איז דא א צווייטע סי. אר. סי. אין שיקאגא.

עס איז גוט צו וויסן די חילוק. התאחדות סימבאל איז רינדכיג. און די שיקאגא הכשר איז אין א דרייענגל.

אלע כשרות ארגאניזאציעס האבן דארט טישלעך, און מען קען דארט באקומען אסאך אינפראמעישן. אויך די אגריקולטור דערפארמענט האט א בודקע.

עס האט זיך דערקענט די אפוועזנהייט פון אגרי פראסעסינג, לכאורה צוליב זייערע באנקראט דערקלערונג פאריגע וואך.

דער אנפירער פונעם שאו דרייט זיך ארום, און נעמט אינטערוויס מיט'ן עולם, וואס ווערט שפעטער פארשפרייט צו עדוועטייזן די שאו.

די געשמאק פון די שאו איז, אז מען טרעפט זיך מיט מענטשן, מיט וועמען מען דילט א גאנץ יאר, אבער מען האט נישט קיין אהונג ווער עס איז. מען רייכט זיך די הענט, און עס פארוויקלט זיך געשמאקע שמועסן.

א מנחה ווינקל איז אויך פארהאן. די ליטווישע דאווענען גאר פרי, און די חסיד'ישע לויפן דאווענען ממש ביים זמן. יא, איר האט צוגעטראפן, געלט גייערס זענען אויך דארט געווען. זיי מאכן דארט היבש געלט, ווייל יעדער וויל בזכות צדקה האבן הצלחה.

עס איז דא אסאך פרטים וואס איך האב געזען, אבער נישט אלעס געדענק איך אויף די מינוט. דער עיקר איז אז גאנץ כלל ישראל זאל האבן אסאך הצלחה און ווערן גרויסע עשירים, און טון מצוות ומעשים טובים מיט זייער געלט.

מיטוואך נובמבר 12, 2008 4:59 pm

אאאאאההההההההההה......................

די גאנצע קרעטשמע שמעקט א מחיה פון פוילישערס פוד שאו..........

אפאר פריש געדרייטע ראגעלעך מיט פיצע סנעפס וואלט ווען נישט געשאט, פארשטייט זיך מיט א עלית קאווע אין די זייט ביחד מיט מיין סיגאריע.

בד"וו דו ביסט געווען דער וואס האט חוזק געמאכט פון מיר דארט אויף די טרעפ?...

מיטוואך נובמבר 12, 2008 6:26 pm

פוילישער,

זייער שיין און 'געשמאק' אראפגעלייגט, דער זכות זאל אייך ביישטיין, און נעקסט טיים מאך נישט קיין 9-11 פלענער וועט מען נישט טאפן.

מיטוואך נובמבר 12, 2008 6:28 pm

פוילישער האט געשריבן:מיסטער רפאל פערלמוטער, דער בעל הבית האט יעדן שיין אויפגענומען. גפן\קדם - דער קעניג אדער דער מאפיא פון אידישע עסן, האט געהאט א גרויסע פלאץ. מיר האבן אויך טועם געווען פון גרינס טשיס קעיק. העולמ'ס טשיס און טשאקלאד. א פיינעם קאווע פון עלית, ווען צו דער זייט בייסט מען איין א דעניש פון לרום בעקעריי, באגלייט מיט א שמייכל פון הרב לעבוויטש וועמען איך האב קענען געלערנט אין קאשוי, דער טאטע פון די טראלי ז"ל.

מיטוואך נובמבר 12, 2008 6:33 pm

זייער א שיינער און רייכער באריכט.

מיטוואך נובמבר 12, 2008 6:36 pm

'פוילישער' האט זייער גיט און זאפטיג אראפגעלייגט דער גאנצער הלוך ילך.

איך בין דארט געווען נעכטען מיט מיין זוהן.
מיין זוהן זאגט מיר אבער, אז פאר א יאהר איז געווען א גרעסערע עולם.
קען זיין ווייל עס איז געווען אונעם דשעוויטץ סענטער, און עס איז געווען אסאך גרינגער פארען ניו יארקער עולם אהן קומען.
היי יאהר איז עס געווען און ניו דשערזי און די מעדאלענדס

נאך עפעס וואס איז געווען אנדערשט.
פאר א יאהר האט מען געטייליט מער FREEBIES

מיטוואך נובמבר 12, 2008 7:07 pm

שרייבן שרייבסטו ווי א פוילישער (פלוישער), אבער ווען עס קומט אראפצולייגן דעם תאוות אכילה ביסטו א ריין אמעריקאנער...

דו האסט אזוי פארבפול אראפגעלייגט דעם גאנצן הלוך ילך דארט, אז איך האב שיער ארויפגעלייגט די האנט אויפן קאפ און געמאכט מזונות אויף די פרישע ווארע אדער א שהכל אויף די בא'טעמ'טע קאווע אין די זייט.

דו שרייבסט אז רייניגונג מאטעריאל האט מען דארט אויך געצייגט, דאס שטימט מיטן ווערטל אז אשר יצר איז די ענדגילטיגע נאך-ברכה...

מיטוואך נובמבר 12, 2008 10:35 pm

פולישער, WOW, נאך א מזל אז דו האסטעס אזוי שיין באשריבן, אזוי פיל איך מיך, כאילו איך וואלט אליינס דארט געווען......

כ'גלייב אז אפילו איך וואלט ווען דארט געווען, וואלטעכעס נישט געקענט אזוי גוט אראפ לייגן, והא ראי'......

דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 11:47 am

א יישר כח, פוילישער, זאפטיג אראפגעלייגט.
ס'איז שוין דאס צווייט מאל וואס די האסט מיך הונגעריג געמאכט,
דאס ערשטע איז געווען שבעה עשר בתמוז מיט'ן טעמע "וויפיל מינוט צום אויספאסטן".

דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 11:49 am

פוילישער! עפעס בילדער האסטו נישט, איך בין יעצט הונגעריג, נעכטן האב איך געגסן פאר לאנטש דיין ארטיקל ליינענדיג, היינט דארף איך עס שוין זעהנדיג.

דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 12:49 pm

יישר כח פוילישער פאר די שיינע באריכט, מלא טעם!

דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 1:00 pm

עפעס בילדער

http://www.vosizneias.com/22460/

דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 1:42 pm

יישר כח פוילישער, אן אמעיזינג דזאב אראפגעלייגט דא, יישר כח.
שרייב א תגובה

Advertisement