האנטער אין פלאנטער: ביידען פאמיליע סקאנדאלן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: האנטער אין פלאנטער: ביידען פאמיליע סקאנדאלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דער עולם מיינט טאקע דא אז גייט העלפן פאליטיש די רעפאבליקאנער?

אלע, אבער אלע, רעפאבליקאנער מבינים אויף טוויטער האלטן אז עס שאדט זיי נאר, דארף ניטאמאל בעקפייערן. עס איז מעיקרא געשאסן אויף זיי.

איך האף אז די מידיע זאל עס קאווערן ווי מער, א גאנצן טאג זאל מען זיין ביזי נאר מיט דעם, אז די רעפאבליקאנער פייניגן האנטער ביידן פאר די נישטיגקייט, קען נאר העלפן פאליטיש, און ערגסטן פאל וועט האנטער נעבעך אפקומען זיינע עבירות אויף דער וועלט.

------

קאפי פעיסט

א קליינער קרישקעלע וואס יעדער דארף וויסן, האנטער ביידען האט נעבעך נישט געמאכט קיין ניקל פון זיין טשיינע חלומות ביזנעס (ווען יא וואלט עס געווען לעגאל) פארשטייט זיך זיין טאטע האט זיכער נישט געמאכט (ווען יא וואלט עס געווען לעגאל) די כינעזע 'ביזנעס פארטנערס' האבן קיינמאל נישט עספיעט צו טרעפן קיין שום 'ביג גיי' (ווען יא וואלט עס געווען לעגאל)
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובה דורך מטעמים »

@צל, פאליטיש מיינט אויך די אייגענע באזע.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: האנטער אין פלאנטער: ביידען פאמיליע סקאנדאלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

נעבעך, א אומשולדיגע שעפעלע, די מעשה פון די לעפטאפ ווי אזוי די מידיע מיט די דזשאסטיס דעפארטמענט האבן עס פרובירט צו פארווישן, איז די גרעסטע ראי אז ער איז גארנישט אזוי אומשולדיג, און נאך א זאך , די רדיפות וואס טראמפ מיט זיינע מענטשן גייען דורך די לעצטע פאר יאר פאר גארנישט און פאר נישט, א זאך וואס ביידען האט די ברירה עס אפצושטעלן, אבער ער טוהט עס נישט, זאלן אים די רעפובליקאנער יעצט בייסן ווי עס דארף צו זיין , איך האלט נישט אז מגייט אים אנקלאגן, אבער שמוץ איז דא גענוג.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7164
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: האנטער אין פלאנטער: ביידען פאמיליע סקאנדאלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

@מטעמים, מ'האמיר נארוואס געזען וואו גוט מ'קומט אן מיט'ן אפעלירן צו די אייגענע באזע...
---
איך האב א קנאפער פראבלעם אז מ'פארשט האנטער'ל, כ'זאג נאר אז כ'האלט ווי צל.
איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1809
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

צל עובר האט געשריבן:
דער עולם מיינט טאקע דא אז גייט העלפן פאליטיש די רעפאבליקאנער?

אלע, אבער אלע, רעפאבליקאנער מבינים אויף טוויטער האלטן אז עס שאדט זיי נאר, דארף ניטאמאל בעקפייערן. עס איז מעיקרא געשאסן אויף זיי.

איך האף אז די מידיע זאל עס קאווערן ווי מער, א גאנצן טאג זאל מען זיין ביזי נאר מיט דעם, אז די רעפאבליקאנער פייניגן האנטער ביידן פאר די נישטיגקייט, קען נאר העלפן פאליטיש, און ערגסטן פאל וועט האנטער נעבעך אפקומען זיינע עבירות אויף דער וועלט.

------

קאפי פעיסט

א קליינער קרישקעלע וואס יעדער דארף וויסן, האנטער ביידען האט נעבעך נישט געמאכט קיין ניקל פון זיין טשיינע חלומות ביזנעס (ווען יא וואלט עס געווען לעגאל) פארשטייט זיך זיין טאטע האט זיכער נישט געמאכט (ווען יא וואלט עס געווען לעגאל) די כינעזע 'ביזנעס פארטנערס' האבן קיינמאל נישט עספיעט צו טרעפן קיין שום 'ביג גיי' (ווען יא וואלט עס געווען לעגאל)
חדא מתרצתא בחברתא...

די מבינים אויף טוויטער האלטן אז די מידיע וועט עס קאווערן "אז די רעפאבליקאנער פייניגן האנטער ביידן פאר די נישטיגקייט" וועט עס טאקע שאטן...

ווי אזוי קענען דיינע מבינים אויף טוויטער האלטן, ווען זיי ווייסן נישט וואס ס'גייט ארויס קומען ביי די אויספארשונגען?

און זענען נישט גראדע די מבינים די זעלבע וואס האבן לכתחילה געוואלט זען טראמפ אין דער ערד? און געהאלטן אז די ראשע קאלוזשען איז גוט און משא"כ אינוועסטיגעט'ן די וואוטס איז לא יזכר ולא יפקד?

דיסקלעימער. איך האב נישט קיין טוויטער.
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: האנטער אין פלאנטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

הולך האט געשריבן:
101 spencer האט געשריבן:
Republicans announce an investigation into Joe Biden.
איך האב געמיינט אז ווען די ריפ קימען אין קאנטראל וועלן זיי זיך נעמען ארבעטן צו ראטעווען דאס לאנד פון אלע צרות אינפלאציע, קריים, בארדערס, ועוד, (וועגן דעם האב איך געוואויט ריפ פאר קאנגרעס) אינסטעד הייבן זיי אן מיט די זעלבע דעמאקראטישע קראפשן פון נאך גיין פאליטישע קעגנער וואס קיינער בענעפיט נישט פון דעם. פראבעבלי די לעצטע מאל איך וואויט ריפ בלי"נ.
די פראגע האט ברעט בעאר פון פאקס נעכטן געפרעגט פון קאנגרעסמאן קאומער וואס גייט זיין די טשעירמאן פון די אווערסייד קאמיטי, זיי תירוץ איז געווען אז אויף די אווערסייד קאמיטי זיצן נאר 9% פון די רעפאבליקאנער קאנגרעסלייט, און זייער דזשאב איז בלויז דאס צו האבן אווערסייד און אויף די עקזעקוטיוו ברענטש, די איבריגע 91% וועלן קעירנעמען פון די איבריגע זאכן.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: האנטער אין פלאנטער: ביידען פאמיליע סקאנדאלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

האלצשטיין האט געשריבן:
@מטעמים, מ'האמיר נארוואס געזען וואו גוט מ'קומט אן מיט'ן אפעלירן צו די אייגענע באזע...
---
איך האב א קנאפער פראבלעם אז מ'פארשט האנטער'ל, כ'זאג נאר אז כ'האלט ווי צל.
א רעפבוליקאנע קאנגרעסמאן וואס איז אין א קאמיטע אין ער פארשט נישט גייט ווערן איבערנאכט א ריינאו און האט נישט קיין פלאץ אין די פארטיי, ער קען פארגעסן פון רעיזען געלט אדער ווערן עקנאולעדזשד. - ער ווערט אויס טשעירמאן.

די גרעסטע פראבלעם פון די רעפבוקליאנע היינט צוטאגס איז אז זיי האבען א גרויס מויל פאר לידער וואס בוליט זיך אריין איבעראל אבער האט נישט די פאליטישע שכל און די וואשינגטאן קלוגשאפט וויאזוי צו מאנו-ווערן קאנגרעס זאל ארויס געבן גוטע פירות לטובת הפארטיי.

און בכלליות איז טראמפ נישט קיין אדרעס צו פרעגן וויאזוי קאנגרעס זאל דורעך שווימען די קומענדיגע צוויי יאר און בויען זייער נאמען און זייערע סוקסעסן - די סיטיזענס אין אמעריקע זענען אין דומס סעזאן די לעצטע פאר יאר.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7193
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: האנטער אין פלאנטער: ביידען פאמיליע סקאנדאלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

פון מיין זייט איז פונקט גענוג אז טאני באבאלינסקי טרעט אויף אין קאנגרעס און שטעלט קלאר בפני כל עם ועדה אז זשאו ביידען איז דער ביג גיי, פארשטייט זיך אז אויב קומט נאך הויפענעס פון אינפארמאציע איבער די אלע ביזנעס מיטינגען און דיעלס איז נאך בעסער, אבער דער בי גיי קלארשטעלונג איז פונקט גענוג צו עקספלאורן פאר די אמעריקאנער באפעלקערונג די אפענע שקרים פון זייער פרעזידענט. וירא הקהל וישפוט.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: האנטער אין פלאנטער: ביידען פאמיליע סקאנדאלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דאזענט מעטער וואס קומט ארויס, וואס קען ארויסקומען, ערגער ווי אז ביידן האט געדרוקט אויף זעלענסקי דורך אמעריקאנער נדבות אז ער זאל אים העלפן פאליטיש?

אר יו קידינג מי

חוץ דעם וואס די גאנצע זאך, בנוגע דזשאו ביידן, איז געדראפעט אויף די גראדע, און די אלע באשולדיגונגען זענען ניטאמאל אומלעגאל אויב וואר, און רוב פון די זאכן זענען אנגעבליך געווען ווען ביידן איז ניטאמאל געווען אין אפיס.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7193
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: האנטער אין פלאנטער: ביידען פאמיליע סקאנדאלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

אר יו קידינג מי?

די ווייס פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן נוצט זיין פאזיציע צו ערלעדיגן טובות פאר די קאמוניסטישע כינע און אוקריינע אין אויסטויש פאר אפאר טאלער און ס'איז גאר געדראפעט אויף גראדע. היש לך קארופציע גדולה מזו?
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: האנטער אין פלאנטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

רעגענדיג האט געשריבן:
ס'איז נישט סתם מיינע דמיונות, אין אנקעטעס וואס האבן געפרעגט מענטשן וואס האבן געשטימט פאר ביידען צו ווען זיי וואלטן געוואוסט פון די האנטער לעפטאפ וואלטן זיי אנדערש געשטימט האבן 12 פראצענט געזאגט אז זיי וואלטן נישט געשטימט פאר אים און 7 פראצענט וואלטן גאר געסוויטשט זייער שטימע צו טראמפ.

פארשטייט זיך ס'איז שווער צו וויסן צו ס'וואלט טאקע פונקטליך אזוי געווען, אבער דא האט מען ניטאמאל געדארפט נאנט צו 7 פראצענט צו טוישן די אויסגאנג, בלויז גאר א קליינע פראצענט אין עטליכע סווינג שטאטן און די זאך איז מסודר.

סארי, יעצט כאפ איך אז דו פרעגסט וויאזוי ס'וואלט פארמיטן די פעלשערייען, דאס איז עכט א קשיא פאר טראמפ, אבער כ'גלייב אז אפילו לשיטתו האט א שיעור וויפיל מ'קען פעלשן, סאו אויב וואלטן נאך מענטשן געשטימט פאר אים וואלט עס איבערגעקומען די פעלשערייען.
איך גלייב נישט ס'איז דא איינער וואס קען נאך פארטייגן די מידיע'ס באהנדלען די האנטער סטארי בערפאר די 2020 וואלן. אבער מ'איז איינמאל פאר אלעמאל אמאכן וואס האט "למעשה" געפירט דערצו אז טראמפ איז נישט ענדגילטייג געוואן צערטיפירט (דאס איז א ווארט בכלל?) אלץ פרעזידענט, מ'קען נישט בלעימען אלעס און יעדעם.
ס׳וועט זיין בעסער
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 11:58 pm

Re: האנטער אין פלאנטער: ביידען פאמיליע סקאנדאלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס׳וועט זיין בעסער »

וויזוי גייט האר די ניגון. אדרבה, ער זאל זיך צושטעלן ווייל וואס ער האט צו באהאלטן.
קרעדיט די לינקע די לעצטע פיר יאר.

טראמפ האט מען גערודפט פאר א פערפעקט פאון קאלל, קאלוזשען מיט וואס נישט. ער ליידט נאך אלס פון די רוסישע דזשאסטיס דעפ פארן האלטן געזעצליך זיינע דאקאמענטס. דא דארפן יעצט די רעפאבליקענס אויס דרייען די היטל מיטן עפענען א דזשען 6 סטייל איינזייטיגע פאליטישע שאו, אויב נישט קומט זיך זיי קלעפּ.
ס׳שוין געוועהן גוט, ס׳שוין געוועהן בעסער, ס׳וועט זיין נאך בעסער.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7193
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: האנטער אין פלאנטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

פראקטיש האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
ס'איז נישט סתם מיינע דמיונות, אין אנקעטעס וואס האבן געפרעגט מענטשן וואס האבן געשטימט פאר ביידען צו ווען זיי וואלטן געוואוסט פון די האנטער לעפטאפ וואלטן זיי אנדערש געשטימט האבן 12 פראצענט געזאגט אז זיי וואלטן נישט געשטימט פאר אים און 7 פראצענט וואלטן גאר געסוויטשט זייער שטימע צו טראמפ.

פארשטייט זיך ס'איז שווער צו וויסן צו ס'וואלט טאקע פונקטליך אזוי געווען, אבער דא האט מען ניטאמאל געדארפט נאנט צו 7 פראצענט צו טוישן די אויסגאנג, בלויז גאר א קליינע פראצענט אין עטליכע סווינג שטאטן און די זאך איז מסודר.

סארי, יעצט כאפ איך אז דו פרעגסט וויאזוי ס'וואלט פארמיטן די פעלשערייען, דאס איז עכט א קשיא פאר טראמפ, אבער כ'גלייב אז אפילו לשיטתו האט א שיעור וויפיל מ'קען פעלשן, סאו אויב וואלטן נאך מענטשן געשטימט פאר אים וואלט עס איבערגעקומען די פעלשערייען.
איך גלייב נישט ס'איז דא איינער וואס קען נאך פארטייגן די מידיע'ס באהנדלען די האנטער סטארי בערפאר די 2020 וואלן. אבער מ'איז איינמאל פאר אלעמאל אמאכן וואס האט "למעשה" געפירט דערצו אז טראמפ איז נישט ענדגילטייג געוואן צערטיפירט (דאס איז א ווארט בכלל?) אלץ פרעזידענט, מ'קען נישט בלעימען אלעס און יעדעם.
ווער איז דער וואס מוז אפמאכן? איינער האלט אז ס'איז יא געווען פראוד און איינער האלט אז נישט.

עניוועי, כ'זעה נישט די סתירה, יעדע פאקטאר בפני עצמו קען זיין גענוג פאר דעם.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: האנטער אין פלאנטער: ביידען פאמיליע סקאנדאלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

ביי טראמפ האט זיך געשאפן א נייער פרעצעדענט פון אימפטישן דעם קעגנער. און עס איז דא אויף צו בלייבן. פארשטייט זיך כל זמן די אפאזיציע קאנטראלירט דעם קאנגרעס.
באראק אבאמא איז געווען דער לעצטער אמעריקאנער פרעזידענעט אין די היסטאריע וואס איז נישט אימפיטשט געווארן.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: האנטער אין פלאנטער: ביידען פאמיליע סקאנדאלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

צל עובר האט געשריבן:
דאזענט מעטער וואס קומט ארויס, וואס קען ארויסקומען, ערגער ווי אז ביידן האט געדרוקט אויף זעלענסקי דורך אמעריקאנער נדבות אז ער זאל אים העלפן פאליטיש?

אר יו קידינג מי

חוץ דעם וואס די גאנצע זאך, בנוגע דזשאו ביידן, איז געדראפעט אויף די גראדע, און די אלע באשולדיגונגען זענען ניטאמאל אומלעגאל אויב וואר, און רוב פון די זאכן זענען אנגעבליך געווען ווען ביידן איז ניטאמאל געווען אין אפיס.
דו ווייסט וויפיל באשולדינגונגען טראמפ איז ענדגילטיג געוורן ריינגעוואשן און נאכאלץ האבן פאליטיקאנטן און די יוסטיץ דעפארטמענט געטראגן דעם עולם אויף א רייד?

און וואס איז מיט דזשוליאני? קאומוא?

קוק איצט אן דעם ווייסבערג, טראמפ'ס סי-עפ-או. וואס האט לעצטנס אויפגעטרעטן און גענומען פאראנטווראליכקייט פאר זיינע עוולות אין די טראמפ ארגאניזאציע, ס'קריגט נישט די זעבע דעקונג וואס ס'האט באקומען ווען מען האט אים אנגעקלאגט כאילו דאס גייט אנקומען צו טראמפ זעלבסט.

ואטו כי רוכלא נילך וניזיל.

כך היא דרכה של פאליטיק בימינו אלה, ווען אויספארשוגען קעגן צד שכנגד איז בלויז שטייער באצאלטע אינפא-מערשלס פאר פארטיישע אינטערעסן.
לעצט פארראכטן דורך פראקטיש אום פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 10:54 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: האנטער אין פלאנטער: ביידען פאמיליע סקאנדאלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

ירקרקות האט געשריבן:
ביי טראמפ האט זיך געשאפן א נייער פרעצעדענט פון אימפטישן דעם קעגנער. און עס איז דא אויף צו בלייבן. פארשטייט זיך כל זמן די אפאזיציע קאנטראלירט דעם קאנגרעס.
באראק אבאמא איז געווען דער לעצטער אמעריקאנער פרעזידענעט אין די היסטאריע וואס איז נישט אימפיטשט געווארן.
די רעפ'ס האבן דאס אנגעהויבן ביי קלינטאן'ן
צענטעריסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 1:10 pm

Re: האנטער אין פלאנטער: ביידען פאמיליע סקאנדאלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צענטעריסט »

ירקרקות האט געשריבן:
ביי טראמפ האט זיך געשאפן א נייער פרעצעדענט פון אימפטישן דעם קעגנער. און עס איז דא אויף צו בלייבן. פארשטייט זיך כל זמן די אפאזיציע קאנטראלירט דעם קאנגרעס.
באראק אבאמא איז געווען דער לעצטער אמעריקאנער פרעזידענעט אין די היסטאריע וואס איז נישט אימפיטשט געווארן.
דער פרעצעדענט האט זיך געשאפן ביי פרעזידענט קלינטאן, דעמאקראטן וועלכע זענען לוזערס ווייל לוזערס זענען דעמאקראטן האבן עס נישט געטון צו בוש, אבער פיינעלי נאך די רעפובליקאנער רדיפות אויף אבאמא האבן זיי ארויסגענומען דער רעפובליקאנער געשאפענער פרעצעדענט ביי קלינטאן פון שופלאד

שטייטצעך אז יעדע דעמאקראט האט דאן געהאלטן אז די אימפיטשמענט אויף קלינטאן איז א פאלחיטישע רדיפה פונקט ווי רעפובליקאנער ביי טראמפ, און דאך האבן זיי עס נישט געטון ביי בוש
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: האנטער אין פלאנטער: ביידען פאמיליע סקאנדאלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

ירקרקות האט געשריבן:
ביי טראמפ האט זיך געשאפן א נייער פרעצעדענט פון אימפטישן דעם קעגנער. און עס איז דא אויף צו בלייבן. פארשטייט זיך כל זמן די אפאזיציע קאנטראלירט דעם קאנגרעס.
באראק אבאמא איז געווען דער לעצטער אמעריקאנער פרעזידענעט אין די היסטאריע וואס איז נישט אימפיטשט געווארן.
ביי טראמפ האסטו מיטגעהאלטען
איך האב מיטגעהאלטן ביל קלינטאן.

און די שוידליכע בענגאזי, און די אימעלס פון קלינטאן.

כאילו עס האט זיך אנגעהויבען ביי טראמפ
keep your words tasteful, you may have to eat them later
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: האנטער אין פלאנטער: ביידען פאמיליע סקאנדאלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

ביל קלינטאן האט עס אים שטארק געהאלפען. ער האט פיין געשפילט די געים

האנטער אינוועסטיגעשן קען פיין אריינשפילן פאר ביידען.
keep your words tasteful, you may have to eat them later
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: האנטער אין פלאנטער: ביידען פאמיליע סקאנדאלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

נישט ממש דומה. קלינטאן איז לכו"ע באגאנגען א פארברעכן זיצנדיג אין אמט.
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: האנטער אין פלאנטער: ביידען פאמיליע סקאנדאלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

ס׳וועט זיין בעסער האט געשריבן:
וויזוי גייט האר די ניגון. אדרבה, ער זאל זיך צושטעלן ווייל וואס ער האט צו באהאלטן.
קרעדיט די לינקע די לעצטע פיר יאר.

טראמפ האט מען גערודפט פאר א פערפעקט פאון קאלל, קאלוזשען מיט וואס נישט. ער ליידט נאך אלס פון די רוסישע דזשאסטיס דעפ פארן האלטן געזעצליך זיינע דאקאמענטס. דא דארפן יעצט די רעפאבליקענס אויס דרייען די היטל מיטן עפענען א דזשען 6 סטייל איינזייטיגע פאליטישע שאו, אויב נישט קומט זיך זיי קלעפּ.
פערפעקט פאון קאל?!?!? איך הייב שוין אן טראכטן אז די ביג גיי’ס האנדלען מיט כינע איז אויך געווען פערפעקט.
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: האנטער אין פלאנטער: ביידען פאמיליע סקאנדאלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

עס גייט זיין גאר אינטערסאנט

און די זעלבע צייט וואס זיי גייען פרסיקיוטען שארף האנטער, גייען זיי פארטיידיגען און זיין די לויערס פאר טראמפ און אינוועסטיגעטן זיינע אינוועסטיגעטערס.

מיט א שמאלע קאנגרעס קען עס זיין א ראלערקאסטער וואס קען בעקפייערן.
keep your words tasteful, you may have to eat them later
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: האנטער אין פלאנטער: ביידען פאמיליע סקאנדאלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ווילסט פייניגן ביידן מיט אויספארשונגען?

פאנג קלוגער אן מיט זאכן וואס שטערט פאר די אמעריקען פיפאל,, צום ביישפיל, דער גרעניץ, אפגאניסטאן, נאכער קענסטו זיך נעמען צו האנטער אויך.

די קלוגע חכמים טוען פונקט דאס פארקערטע..

--------
ירקרקות האט געשריבן:
נישט ממש דומה. קלינטאן איז לכו"ע באגאנגען א פארברעכן זיצנדיג אין אמט.
א פראסעס קריים, די רעפאבליקאנער שיטה בימי טראמפ איז אז דאס קאונט נישט, און איז בלויז גאטשע.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: האנטער אין פלאנטער: ביידען פאמיליע סקאנדאלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך גלייב אז קיינער גייט קיינמאל קיינעם נישט קאנווינסן אז זיין זייט איז גערעכט...

איך וואלט אבער יא געזאגט יעדער זאל פאר זיך פרעגן...

לאמער זיך אריינרעדן אז סיז דא אזא זאך וואו אנבייעסד פאלעטישן... ווען סיז ווען נישט דא אזא זאך ווי פאלעטיקס...

1) וואלט געווען אזא זאך ווי א בענגאהזי קאמיטע?
2) וואלט געווען א קעלוזשן אינוועסטיגעישן?
3) וואלט געווען א האטער ביידן אינוועסטיגעישן?

אויף איינס וואלט איך געזאגט ווארשיינליך יא, יעדע אזא סארט זאך האט א קאמיסיע, למשל די 911 קאמישן...

2) גלייבעך אז יעדער ווייסט אז די גאנצע זאך האצעך אנגעפאנגן פון קלינטאן - פארטייאישע מענטשן, ס'וואלט קיינמאל נישט געמעגט זיין... און איך רעד ספעציעל נאכדעם וואס די FBI האט שוין געוואוסט אז סיז גארניש!

3) גלייבעך אז אויב די דעמעקראטישע דזשאסטעס דעפארמענט אינוועסטיגעיט עס, מסתם באלאנגט עס...

עכ"פ, די אלע טענה'רייען דא איז גוט, קיינער גיבט סייווי קיינמאל נישט אויף... סיז גוט אבער יעדע שטיק צייט פאר זיך זאל יעדער טשעקן וואו ווייט מ' איז פארפארן... דא קען יעדער פאר זיך פרעגן די פראגעס...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
ידיד נאמן
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 2:42 am

Re: האנטער אין פלאנטער: ביידען פאמיליע סקאנדאלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד נאמן »

[quote="צל עובר"]ווילסט פייניגן ביידן מיט אויספארשונגען?

פאנג קלוגער אן מיט זאכן וואס שטערט פאר די אמעריקען פיפאל,, צום ביישפיל, דער גרעניץ, אפגאניסטאן, נאכער קענסטו זיך נעמען צו האנטער אויך.

די קלוגע חכמים טוען פונקט דאס פארקערטע..

--------

די רעכטע לייגן קאנטרי אווער פארטי..

ממילא רודפת מען די פארטי נישט די hard working people...
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”