בלאט 1 פון 1

האט איר מיטגעהאלטן פאריגע פרעזידענט פארמעסטן?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 31, 2008 12:44 pm
דורך כסף וזהב
אלץ א פרישע שרייבער דא, האב איך געוואלט שרייבן עפעס אינטערעסאנט. אזוי בלעטערנדיג צווישן די קרעטשמע ווענט, האט איך געזען אן אשכול וואו דער עולם האט געשילדערט זייערע איבערלעבנישן סעמפטער דעם עלפטן. איז מיר בייגעפאלן צו באשרייבן און שילדערן פרעזידענט פארמעסטן וואס איך האב מיטגעלעבט, און דער עולם ווערט געבעטן נאכצוקאפירן.

די ערשטע פארמעסט וואס איך געדענק איז פון 92' צווישן בוש, קלינטאן און פעראו. פארוואס איך שרייב פעראו, ווייל ער האט האט דעליווערט דעם זיג פאר קלינטאן, ווייל די שטימען וואס ער האט באקומען איז געגאנגען אויפ'ן חשבון פון בוש.

איך בין נאך געווען א קליין יונגעל. וואס איך געדענק פון יענע וואלן? איך בין נאך געווען אן אפרוח שלא נפתחו עינו. אייך האב פארשטאנען צו פאליטיק, בערך ווי אזוי מיין ווייב פארשטייט היינט דערצו. איין זאך וואס איך געדענק פון דעלמאטס, אז פארנדיג אויפ'ן געלן באס צופרי- שטייענדיג אונטער די בעק סיט - האט איין יונגעל געלאזט מעלדן אז קלינטאן האט געווינען, יענער האט זיך אזוי געעגערט דערויף, ווייל ער האט נאכגעזאגט פון עפעס א געהויבנעם איד, אז יענער האט צוגעזאגט אז בוש גייט געווינען. עס קלינגט מיר נאך אין די אויער ווי יענער האט געזאגט אז עס איז זיכער א מיסטעיק, אז בוש האט פארלוירן.

פון די נעקסטע פארמעסט צווישן קלינטאן און דאול געדענקן איך גארנישט. פשוט, ווייל עס איז געווען זייער א טרוקענעם פארמעסט, אז עס איז גארנישט געבליבן צו געדענקן.

די נעקסטע פארמעסט איז געווען אזאנס און אזלכעס. קודם די פריימערי צווישן בוש און מעקעין איז געווען זייער אינטערסאנט. בוש איז זינט 98' געווען געקרוינט אלץ א זיכערע געווינער. און ווען מעקעין האט געווינען ניו העמשיר, איז עס געווען א געוואלדיגער פראסק פאר בוש. די פארמעסט צווישן גאור און ברעדלי איז אויך געווען היבש אינטערסאנט. והא ראי' אז פון די אנדערע קאנדידאטן געדענק איך שוין נישט אפילו די נעמען.

וואס עס האט אסאך צוגעבן, אז איך מיט מיינע ישיבה מעידס זאלן זיין אפדעיט מיט די וואלן, איז געווען די ארבייט פון די דריי געלונעגע שרייבערס שמעון ראלנצקי אייזיק שניטצלער און אהרן זעליג גרין, וואס זיי האבן מיט זייער גאלדנעם פענע אראפגעלייגט אן הערליכער ארבייט אינעם בלאט, א סטיל וואס ווערט היינט נאכגעמאכט אין אלע היימישע צייטונגען.

דערויף איז געקומען די אלגעמיינע וואלן וואס האט געהאלטן געשפאנט די וועלט פאר פיר וואכן. הוי איז דאס גוט געווען. שולדיג אסאך אין דעם וואס איך האב מיטגעהאלטן כמעט אלע דעטאלן איז געווען, די נייע אויפגעקומענע "טעל מי" וואס טראץ איך בין דאן געווען קווארטירט אין א ישיבה איבער'ן וואסער, דאך האב איך מיטגעהאלטן פונטקליך אלעס דורך זיי. איך געדענק נאך גוט ווי מיין ראש הישיבה, אן יוראפעישן טיפ, האט זיך געגעסן דאס געזונט, זעענדיג ווי מען רעדט גוי'שע פאליטיקס. אין איינע פון זיינע דרשות, האט ער געזאגט אז פארוואס עפעס זארגן זיך ענק וואס עס טוט זיך אפ אין די נער'ישע אמעריקע ,וואו מען ווייסט נאכנישט ווער עס גייט זיין פרעזידענט, דא אין אייראפע איז ב"ה אלעס על מכונו, עטץ בחורים דארפטס נישט מאכן קיין איביריגע זארגן. ער איז ביטער גערעכט געווען. היינט אז איינער קומט מיר זאגן אז צייטונגען איז נישט געמאכט פאר קיין בחורים, גיב איך אים גערעכט.

מיטוואך צופרי ווען מיר זענען אויפגעשטאנען, און איר אין אמעריקע זענען שוין געווען פארטיפט אין א טיפן שלאף, האבן מיר קודם געהערט אז בוש האט געווינען. פאר שחרית איז איינער געקומען זאגן אז ער האט געהערט "טעל מי" און ער ווייסט קלאר אז גאור האט געווינען. ביי פרישטאג האט מען געהערט אויף "טעל מי" אז בוש האט געווינען. מיר זענען געווען גוט צומישט ביז שפעטער ביי לאנטש (אינמיטן סדר איז נישט געווען קיין טעלפאון) איז קלאר געווארן אז עס אנטוויקלט זיך "פאון" אין אמעריקע. אין ישיבה צווישן די בחורים, האט זיך אייביג געמאכט רעפאבליקאנער און דעמאקראטישע ווערטער געפעכטן. עס איז געווען צומאל אזוי היציג, אז מען האט געדארפט אריינברענגן שלום טרופן...

ביי די 04' וואלן בין איך געוואויר געווארן צופרי, זייענדיג אין הייסן בור בערך 11:00 האב איך געהערט ווי איינער פארציילט, אז ער האט יעצט געהערט אז מען האט באשטעיטגט בוש פאר'ן געווינער אין אהייא, און דערמיט האט זיך געשלאסן די פארמעסט, אוועקנעמענדיג די פאון וואס מיר האבן געהאט אין 00'

אין 08' בין אין אריין אין א רעסטוראנט מיטוואך נאך די וואלן, פלוצלונג גיט יעדער א קוק אויפן סעלפאן, און מען ליינט די מעסעדש פון ליפאס אויף וואס איז נייעס און ספאנטאן גיט יעדער א געשריי .... האט געווינען...

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 31, 2008 12:48 pm
דורך איך_הער
יישר כח פאר די שיינע באשרייבונג, און גאנץ א גוטע איידיע, אבער איך געדענק נישט אזוי גוט, אז איך זאל אלעס קענען באשרייבן.

אבער פאר דיינע לעצטע צוויי שורות, קומטצעך דיר א עקסטערע יישר כח, האסט ארויס געצויגן א פרישן שמייכל.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 31, 2008 12:51 pm
דורך סאדע_באטל
אוי אידאס א גוטע צושטעל, טאמער חם'ס אייניקל קומט צום מאכט, דארפן מיר זיך רישן אויף נאך א סעפטעמבער דעם עלעפטן (אשכול) (קרעדיט אבאמא'ס מיטלויפער ביידען)

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 31, 2008 1:39 pm
דורך זאנוויל
א פיינער געדאנק, נו דארף מען אויפמישן די זכרונות קעמערלעך פינעם אמאל, סידאך דעמאלטס נאך נישט געווען די אינטערנעט ווי היינט וואס יעדער שמויגער ווייסט אלעס פאר עס פאסירט נאך, מיטוואך דאנערשטיג פלעגט מען לויפן קויפן די פאפירן ווען די טינט איז נאך נאס געווען, און געליינט מיט דורשט יעדעס שטיקל ווי א פרישער חידוש, היינט ווער קוקט נאך אן די צייטונגן?

והאמת, די מערסטע ליגט מיר אין די ביינער די פאטאקי קאמא פארמעסט, ווען אונז אידעלעך זענען געגאנגן פייער און וואסער זה בכה וזה בכה.

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 01, 2008 10:26 pm
דורך מאשקע
זייער א גוטע התחלה, מר. כסף וזהב. א שאד אז דו טראגסט א נאמען פון צוויי חברה וואס זענען אין דער ערד...

די ערשטע וואלן וואס איך געדענק איז פון 00', פשוט ווייל דאס זענען געווען די ערשטע וואלן נאך מיין חתונה, און אויך ווייל דעמאלטס האבן אלע טינעידזשערס זיך געקוקט אין שפיגל צי מ'האט נישט א "דימפל טשעד" אויפ'ן פנים...

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 01, 2008 11:21 pm
דורך גד
סאדע_באטל האט געשריבן:אוי אידאס א גוטע צושטעל, טאמער חם'ס אייניקל קומט צום מאכט, דארפן מיר זיך רישן אויף נאך א סעפטעמבער דעם עלעפטן (אשכול) (קרעדיט אבאמא'ס מיטלויפער ביידען)


אויב איז קלינטאן צו פארדאנקען פאר בוש'ס סעפטעמבער דעם עלפטן, פארוואס ביי דעם גערישטן סעפטעמבער דעם עלפטן השני [היל"ת], וועט אבאמא זיין שולדיג?
בתר תחלה אזלינן או בתר סוף.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 02, 2008 1:25 pm
דורך לעווי
איך בין געווען א קליין קינד ביי די 88 עלעקשאנס אבער איך געדענק עס. די טאג נאך די עלעקשאנס האט יעדער איינער געזאגט די פאני דזשאוק אז נאך 8 יאר רעיגאן וואקס ארויס א בוש.

איך געדענק נאר איין זאך פון די 92 עלעקשאנס איך געדענק ווי בוש האט געוויינט ביי זיין קאנצעסיע רעדע, יא ער האט ממש געוויינט.


המשך יבא

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 02, 2008 1:36 pm
דורך זאנוויל
הייסט אז הילערי האט זיך געלערנט פון איינעם וויאזוי צי וויינען :wink:

למעשה האט עס פאר ביידע געהאלפן א רעטעך.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 02, 2008 3:18 pm
דורך לעווי
בוש האט געוויינט שוין נאכן פארלירן. איך געדענק דער עפיזאד ווייל איך האב אלץ יונג קינד נישט געקענט גלייבן אז א דערוואקסענע זאל וויינען, עס איז מיר געווען א גרויסע חידוש.

איך האב אויך מיטגעהאלטן פיר וואל פארמעסטן אין מדינת ישראל, די בעסטע איז געווען די 97 פארמעסט צווישן ביבי (בנימין) נתניהו און שמעון פרס.
אין די פאולס האט פרס געהאט כאטש א 10 פוינט ליעד, ווי אויך האט פרס שטארק געוואונן לויט די עקזיט פאולס, אבער די וואהל ארגעניזאציע האט ערשט ארויס געגעבן די ריזאלטס אין די פארטאגס שעה'ן בערך פיר אזייגער אז ביבי האט געוואונן. די צענדליגע טויזנטע פרס שטיצער וועלכער זענען געווען גרייט פאר א גרויסע זיג פארטי זענען געווען STUNNED!!!! דערווייל איז ביבי נתניהו אריין געקומען אין זיין זאל ווען די ארקעסטרע האט אווער געבאמבעט מיט די באקענטע ניגון 'לבנימין אמר ידיד .....' עס איז געווען א שוינענדע זיג פאר אים ביז זיין רעזיגנאציע א שטיק צייט שפעטער אזוי ווי די מנהג אין מדינת ישראל.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 02, 2008 5:33 pm
דורך שמערי בערי
לעווי, קען דאס אויך געשען איצט אין אמעריקא?

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 02, 2008 8:02 pm
דורך קרעמער
איך בין נאך געבוירן אונטער קארטער, אבער איך געדענק אים פונקט ווי מיין דעמאלטסדיגע נסיעה קיין לאנדאן. "מיין" פרעזידענט איז געווען רעיגען. איך געדענק זיך זיצן ביים אויגן דאקטער אין מאנהעטן אראפקוקנדיג אויף די פרעזידענטליכע מאטארקאדע וואס שניידט דורך די גאסן, און דער דאקטער זאגט מיר "דארט אונטן פארט דער פרעזידענט, ער געפונט זיך היינט אין ניו יארק" (צו מיין מזל, האב איך לעבעדיג מיטגעהאלטן די מאטארקאדעס פון רעיגען, בוש 1, און קלינטאן, אלע אין ניו יארק סיטי).

ביי די וואלן פון 92' בין איך געווען שרעקליך אנטוישט אז דער העלדישער בוש וואס האט געפירט די זיגרייכע אמעריקע אין קריג קעגן סאדאם כוסעין האט אנגעוואוירן צו דעם קיינעם-נישט ביל קלינטאן.

איך געדענק זיך חול המועד סוכות בעפאר די וואלן אין א קינדערישע מוזעאום, וואו מען האט געקענט אריינשטעלן שטיקלעך 'בלאקס' אין א וואגשאל פאר בוש אדער קלינטאן. איך האב עטליכע בלאקס אריינגעשליידערט פאר בוש, קלערנדיג מיט מיין קינדערישע שכל אז דאס וועט זיכער 'עפעס' אויסמאכן ביים אלגעמיינעם פארמעסט.

קלינטאן-דאול געדענק איך נישט, געווען א בחור אין ישיבה (געלערנט פלייסיג???). די קלינטאן פרשה געדענק איך אבער יא גוט, פון די אלע צייטונגס ארטיקלן וואס האבן געשריבן און געשריבן און גארנישט געזאגט...

ביי בוש-גאור בין איך שוין געווען נאך די שנה ראשונה, מיטגעהאלטן די ערשטע מאל אלע דעבאטעס, ווי אויך די נאכפאלגנדע סעמאטוכע מיט פלארידע און די סופרים קאורט. מיין ערשטע שטומע אין לעבן איז טאקע אפגעגעבן געווארן פאר בוש.

בוש-קערי האבן מיר שוין מיטגעהאלטן אויפן נעט, וכן מעקעין-אבאמא.