באריכטן און אנאליזן
דינסטאג אוקטובר 28, 2008 4:24 pm
אזוי ווי אין נוא יארק גייט אונזערע שטימן סייווי נישט קיין סך אויסמאכן, סא זייטשע מוחל און געט דא אפ אייער שטימע(דא וועט עס אויסמאכן), און לייגטס צי פארוואס איר שטימט פאר וועם איר שטימט, אדער פארוואס איר שטימט נישט פארן אנדערע קאנדידאט.
הכל ע"פ בקשת בס"ד.
לעצט פאראכטן דורך
זאנוויל אום מיטוואך אוקטובר 29, 2008 9:17 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
Advertisement
דינסטאג אוקטובר 28, 2008 4:39 pm
מיין שטימע גייט פאר דזשאן מעקעין.
סיבות דערצו
אין מוקדם ומאוחר, נאר אלעס צוזאם, איך שרייב נאר לויט ווי עס קומט מיר אויפן געדאנק
א. סופרים קאורט. דהיינו איך בין אין אידעלאגישען געדאנק שטארק רעכט גענויגט, און היות אין די נעקסטע פיר יאר גייען ווערן צוויי ליידיגע בענקלעך, און איך וויל אז עס זאל אנגעפילט ווערן דורך קאנסערוואטיווע ריכטער, און נישט דורך לינקע ליבעראלן.
ב. שרה פעלין. איך בין שטארק אנציקט פון איר קאנסערוואטיזם, און טאמער זי וועט זיין וויצע פרעזידענט האט זי שטארקע מעגליכקייטן, און די צוקונפט צו זיין פרעזידענט, וואס די רעפובליקאנער פארטיי האט יעצט נישט נאך איינער וואס איז שטארק קאנסערוואטיוו און פאפולער ביים היימישען רעפובליקאנער עולם.
ג. באראק אבאמא. איך קען מיר בשום אופן נישט ערלויבן צו שטימען פאר אים, אויב נישט צוליב זיין קאליר איז צוליב זיין ראדיקאלע אנשויאונגען, וואו עס האלט כסדר ארויסקומען נאך ווי צ.ב.ש. זיין מיינונג איבער די אמעריקאנער קאנסטוטוציע, וואס טאמער די פרעזידענט האלט נישט דערפון איז תוצאותיו מי ישורנה.
ד. איך מוז לויפן, איך וועל שפעטער מער מאריך זיין,
דינסטאג אוקטובר 28, 2008 4:58 pm
געשטימט פאר זשאני.
דינסטאג אוקטובר 28, 2008 4:59 pm
מיין שטימע איז געגאנגען פאר די מקעין-פעילין טיקעט. פששששי, נישט געטראכט דערפון, הא? וואט עי סופרייז! די סיבות דערצו זענען פארשידענארטיג.
א) קהל האט אזוי געהייסן.
ב) ליינענדיג די לעבנס היסטאריע פון ביידע פרעזידענטן פיל איך פאר א פליכט אפצוגעבן מיין שטימע פאר מקעין, א איד.. וואס האט זיך אוועקגעגבן פאר זיין לאנד פון ווען ער איז געבוירן, ער האט קיינמאל נישט געוואוינט אויף א נארמאל פלאץ, אלעמאל ארומגעוואנדערט פון איין מלחמה פראנט צום צווייטער. זיינע עלטערן מיט דורות צוריק זענען אלע געווען פיר שטערן'דיגע גענעראלן, ער אליין איז געווען געפאנגען און זיך צוזאמגעליטן און דארט בשעת מעשה ארויסגעוויזן זיין געטריישאפט פאר זיין לאנד.
פון די אנדערע זייט איז א אינגערמאן, מיט גאנץ א גוט פיסקל. אבער פארט גארנישט אויפגעטוען אין די פארגאנגענהייט, חוץ ארגענעזירן קאמיונעטי'ס. ער האט גארנישט געגעבן ספעציעל פאר זיין לאנד אז ער זאל זיין ווערט מיין שטימע.
ג)דזשאן מקעין איז נישט קיין בלינדער רעפובליקען. זיין רעקארד אין סענאט ווייסט אז ער האט גענוג שונאים זיך געשאפט במשך פון די יארן - פון זיין אייגענע פארטיי - ווייל ער האט אייביג געהאט זיין מיינונג און נישט געפאלגט בלינדערהייט וואס די פארטיי הייסט.
אבאמא פון די אנדערע זייט איז א וויסטער ליבעראלער. וואס ער זאגט איז נישט ער. זיינע געהילפן וועלן מער פירן ווי ער פערזענליך.
ד) דער פרעמדער באראק אבאמא - וואס איז ביז לעצטענס נישט געווען באוויסט ביים היימישן ציבור - האט מען שוין אין די קורצע צייט געטראפן זיך חבר'ן מיט צופיל שלעכטע חברים, ער האט זיך געדרייט מיט די ערגסטע מענטשן אין אמעריקע, מענטשן וואס זענען קעגן אינזער נארמאלער פארשטאנד. הגם ער האט זיך אפגעשאקלט פון די אלע חברים און ידידים, אבער ער האט דאס נאר געטוען נאכדעם וואס די מידיאו איז געוואויר געווארן דערפון. דאס צינד אן א רויט לעמפל ביי מיר.
ה) איינער וואס איז פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן טאר זיך נישט ערלויבן צו מאכן טעותים אויפן דזשאב. דאס הייסט, ווען די קומט אויפן דזשאב ברויכסטו שוין וויסן פונקטליך וואס דיין אויפגאבע איז און וואס עס קען דיר אלץ אינטערקומען. דזשאן מקעין איז דער מענטש דערפאר און באראק אבאמא איז זייער ווייט דערפון.
דאס איז פאר היינט.
דינסטאג אוקטובר 28, 2008 5:11 pm
דשאן מ'קען. נאך אזויפעל הסברים דארף איך שוין נישט מסביר זיין
דינסטאג אוקטובר 28, 2008 6:17 pm
געשטימט פאר זיידי.
עס קען טאקע זיין אז אבאמא וועט זיך ארויסשטעלן צו זיין א געלונגענעם פרעזידענט, און מיר וועלן הנאה האבן פון פראגראמען, אבער יעצט קוקט ער אויס צו שרעקעדיג פאר מיר צוליב די סיבות פון צייטליך און סאדע באטל. מעקעינס היסטאריע האט געוויזן אז ער איז א פייטער און ער וועט דעליווערן זאכן אפילו עס איז קעגן די רעפאבליקאנער אגענדע. זייט זיכער אז אויב ווערט ער ווערט פרעזידענט, וועט ער האבן אן אויסגעמישטע קאבינעט פון מענטשן פון די צוויי פארטייען. און וועט אי"ה דעליווערן די גוטע זייטן פון די צוויי פארטייען.
דינסטאג אוקטובר 28, 2008 6:33 pm
געשטימט פאר דעם שחור נאך אלעם וועט ער מער אויפטוהן ווי דער אלטער זעצער וואס ווייסט נישט בחייכון וביומיכון
איין פראבלעם האב איך נאר מיט דעי וואכעדיגע סדרה
דינסטאג אוקטובר 28, 2008 6:47 pm
געשטימט מקעין
אז איך קען נישט שטימען ביי די וואלן זאל כאטשיג מיין וויי געשריי דערהערט ווערן ביי אונז אין קרעטשמע
והכל משום סיבות הנ"ל וישמע חכם ויוסיף לקח צא דו"ק ותשכח
דינסטאג אוקטובר 28, 2008 6:47 pm
דערווייל געווינט מקעין מיט א לענסלייד...
ווען פארמאכט זיך די היזיגע שטום בודקע?
דינסטאג אוקטובר 28, 2008 6:53 pm
כ'מיין אז די קרעטשמע וואלטא געדארפט זיין איינע פון די שטאטן אין אמעריטשקע, מיט א דרייסיג אילעקטארלס...
דינסטאג אוקטובר 28, 2008 7:10 pm
נאר דרייסיג עלעקטארלס פארגינסטו אונז? 271 איז פיין מיט מיר.
געשטומט פאר "מעקעין", דער איינציגסטער ערפארענער קעמפער און העלדישער פערזאן אינעם היי יעריגן פארמעסט.
נישט געשטומט פאר אבאמא צוליב די היי-וואכיגע סדרה.
דינסטאג אוקטובר 28, 2008 7:20 pm
שמערי ווי סקוקט מיר יעצט אויס איז א נעט פון דרייסיג נאך נישט גענוג פאר מעקעין
דינסטאג אוקטובר 28, 2008 7:22 pm
ווי איך זעה בין איך דעראיינציגסטער דא אין קרעטשמע וואס פארדינט אונטער 250.000 א יאר...
אפשר אויך דער איינציגסטער וואס האט דער אכטער מיט פא סמך מיט אלע אנדערע זאכען
דינסטאג אוקטובר 28, 2008 7:52 pm
זשאן מעקעין.
נישט צוליב קיין שום פאליטישע אנשויאונגען, עס גייט מיר אין לינקן פאה, פאר מיר קליינער שוועמעלע וועט קיין סך נישט אויסמאכן מעקעין'ס צי אבאמא'ס טעקס קאט פראגראם אדער העלטה פאליסי. איך בלייב אלעמאל די זעלבע, א שוועמל.
נאר וואס דען?
איך האלט אז אבאמא איז אינפילטרירט געווארן אלס א שפיאן פאר בין לאדין
Stay tuned
גיב א קוק אויף די לינקע זייט א רגע ...
קענסט שוין גיין, געכאפט א פיקטשור....
דינסטאג אוקטובר 28, 2008 7:57 pm
מיט 15 פראצענט פון די שטימען אפגעציילט האלט מ'קעין ביי 93 פראצענט קעגן 6 נפראצענט פאר אבאמא, דיטעילס טו פאללאו.
דינסטאג אוקטובר 28, 2008 8:02 pm
כ'קלער ערנסט צו שטימען פאר ראלף נדר.
דינסטאג אוקטובר 28, 2008 8:35 pm
ביינונז אידן ווייס מער אז יעדע זאך איז בלי 'נדר'.
געשטימט פארן אלטן.
פריץ, אסאך חברה האבן דעם אכטן, און רעדעך נישט איין, אז דער אלטער גייטערעס אוועק נעמען.
הער אביסל אויס דעם שחור, ווען עריז נישט פארגעקוקט, און הער וואסארא שטותים דער רעדט צוזאם. הוילע לופט.
דינסטאג אוקטובר 28, 2008 9:06 pm
געשטימט פאר "כוסעין".
כאטשיג איך האלט אסאך מער פון מקעין(נישט פון פעילין) מתוך כמה טעמים, אבער אין מיין פיצי וועלטל האט זיך מיר אויסגעוויזן אז פאר מיין טעשל זענען די דעמאקראטן אייביג בעסער, ודו"ק ותשכח.
ועוד כמה טעמים עוחז"ל.
דינסטאג אוקטובר 28, 2008 9:33 pm
מקעין עה אובאמה ניין מקעין עה עה ניין ניין מקעין אקעי מקעין
אבער:
זאנוויל האט געשריבן:געשטימט פאר "כוסעין".
אין מיין פיצי וועלטל האט זיך מיר אויסגעוויזן אז פאר מיין טעשל זענען די דעמאקראטן אייביג בעסער, ודו"ק ותשכח.
אקעי
באראק כוסעין אבאמא - זשאו ביידןנייייין נייייין "כוסססעעעין"?? איך האאאאאאב ממממוווווררראאא
יא געשטימט פאר מקעין!
איי די קעשענע? זיי האבן מילא די קאנגרעס אין די האנט בקרוב אויך די סענעט
זאנוויל, מסכים??
דינסטאג אוקטובר 28, 2008 9:38 pm
יא אלחנן, איך בייג מיר צו דיר.
דינסטאג אוקטובר 28, 2008 9:46 pm
זאנוויל האט געשריבן:יא אלחנן, איך בייג מיר צו דיר.
צו מיין ענטפער אדער מיין בילד?
דינסטאג אוקטובר 28, 2008 9:54 pm
חחחחח......
צו ביידע(ן).
דינסטאג אוקטובר 28, 2008 10:01 pm
האסט מיך דערמאנט!
בןהרחמן האט געשריבן:קרעמער האט געשריבן:מעקעין'ס נייע סלאגאן (אויב דזשאסעף ביידען ווערט אויסגעקליבן אלס אבאמא'ס מיטלויפער): איך האב זיי ביידען פארפאקט.
קרעמער נאדיר
איך האלט אז דו קענסט עס יעצט שוין אריבערשיקן פאר מעקעין, זאג איהם דו האסט א גוטע רעקלאמע פאר אונזערע אידעלעך, און בעט פון איהם א גוטן פרייז
מיטוואך אוקטובר 29, 2008 11:46 am
געשטימט פאר'ן אריזאנא זיידע.
1) ווייל ער הייסט נישט באראק, און נישט כוסעין און אויך נישט אסאמא.
2) אלס א סעמיט גלייך איך מער א יפת'יסט ווי א חם'מיסט.
3) אזוי ווי איך גלייך זייער מצות פון אריזאנא ווייץ, שפיר איך א נאנטקייט צו אים.
4)איך וויל נישט זיין דער נער אין קרעטשמע.
ערענסט גערעדט, ווען דער דעמאקראט וואלט געווען א נארמאלע מענטש (איז דען דא נארמאלע?) וואלט איך אויך געשטימט פאר מעקעין, נאר אזוי ווי דער דעמאקראט איז אביסל מער ווי אינטערסאנט, שטים איך פאר דעם בן שבעים לשיבה.
מיטוואך אוקטובר 29, 2008 12:44 pm
עטליכע שאלות פונעם ציבור דא.
ווי וואגט זיך דער עולם אזוי שארף ארויסצוטרעטן קעגן מיר?!
פארגעסט איר אז איר זענט אויך א פאריאגטע מינעריטעט וואס די אלע וואס ווילן אויסהארגענען אונז אפריקאנע אמעריקאנע, האבן ענק פונקט אזוי פיינט?!
מיינט איר טאקע אז "מיי בראדערס" וועלן פארשווייגן די ראסיזים וואס הערשט דא אין קרעטשמע צי מיין פאלק?!
און בכלל ווייסט איר אז ווען איך וועל זיין פרעזידענט וועט זיין:
נידריגע טעקסעס פאר אלע קרעטשמע פארדינער(יא, איר זענט אלע לאו אינקאם?)
ווייניגער מיליטערישע אויסגאבן, און דאן וועט איר האבן מער פוד סטעמפס - מעדיקעיד - וכו'
יעדע האלבע יאר א פרישע סטימיולעס פעקעדזש......
ועוד ועוד ועוד
ועל כולם וועט איר אלע באקומען וויפיל טשעינדזש איר ווילט נאר, מאשקע וועט עס טיילן תיכף נאך אנדי'ס סופער סנעקס....
און יעצט מיין שטימע האב איך נאך נישט אפגעגעבן, ווענדט זיך וויפיל פלאטס עס וועט נאך ארויף קומען ביז נאוועמבער פיר.