אַרטעמיס ספעיס פראגראם: מיסיע צו די לבנה
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
אַרטעמיס ספעיס פראגראם: מיסיע צו די לבנה
גיימיר צו די לבנה?
נאך פופציג יאר אפוועזנהייט!
מעגאַ מאָאָן ראַקעט!
ספעיס לאונטש סיסטעם!
אויגוסט 29, רעזעווירט דעם דאטום!
דעטאלן וועלן נאכפאלגן אי''ה.
נאך פופציג יאר אפוועזנהייט!
מעגאַ מאָאָן ראַקעט!
ספעיס לאונטש סיסטעם!
אויגוסט 29, רעזעווירט דעם דאטום!
דעטאלן וועלן נאכפאלגן אי''ה.
- צעטל קלעבער
- שר האלף
- תגובות: 1742
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
- לאקאציע: בני ברק
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
ווי האב איך נישט געזען דעם אשכול ביז יעצט?
#בוקמארקד
ש'כויח @זאכליך, @יש הנאה און אלע צוהעלפער
#בוקמארקד
ש'כויח @זאכליך, @יש הנאה און אלע צוהעלפער
- אלטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9980
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
- לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
וויפיל מענטשן גייען ארויף פליען?
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
שכח @יש הנאה פאר די כסדר'דיגע רייכע אפדעיטס. כ'האב גארנישט געהערט אז מ'גייט צו די לבנה, מיט וועלכע ראקעט?
0 (זע ווייטער)אלטער האט געשריבן:וויפיל מענטשן גייען ארויף פליען?
יישר.. די ראקעט הייסט SLS (זע ווייטער)ממה נפשך האט געשריבן:שכח @יש הנאה פאר די כסדר'דיגע רייכע אפדעיטס. כ'האב גארנישט געהערט אז מ'גייט צו די לבנה, מיט וועלכע ראקעט?
___________
עס איז ממש נישט מעגליך צו אויסשמועסן אלע דעטאלן הזמן יכלו והן לא יכלו.. דאך וועלן מיר פראבירן מסביר צו זיין אין קורצן:
די ארטעמיס פראגראם (Artemis program) איז געגרינדעט געווארן דורך נאסא, און דאס איז א ברייט פארצווייגטער פראגראם וואס האט לויטן איצטיגער פלאן א בודזשעט פון 35 ביליאן דאלער, און זייער ציל איז; זיך צוריק קערן צו די לבנה, און צו גיין אויף מארס, און האפענטליך אויך טיפער אין ספעיס.
די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע (ISS) און סאטאליטן געפינען זיך אינעם 'לאו ארביט', עס איז זעלבספארשטענדליך נישט קיין פארגלייך צו גיין צו די לבנה ווי צו גיין צום ISS, די לבנה איז 'טויזענט' מאל ווייטער ווי די ISS... און ווי דער אסטראנאט 'וויקטאר גלאווער' האט זיך אויסגעדריקט; ''אויב איז עס טויזענט מאל ווייטער ווי די ISS, דאן איז עס טויזענט מאל שווערער אנצוקומען אהין...''
די לבנה איז ווייט פון די ערד קוגל מיט בערך 240,000 מייל! עס איז צוטיילט אין צוויי רייזעס, איינס; ארויס פון די ערד קוגל און אריין אין 'לאו ארביט', צוויי; ארויס פון לאו ארביט און אריין אין די חלל ביז צו דער לבנה ארביט, א פאלקאן 9 ראקעט קען נישט באווייזן צו ארויפשיסן אזא שווערע משא צום לאו ארביט, נו ווער קען יא?
די 'ספעיס לאונטש סיסטעם' (Space Launch System) אויך באקאנט אלץ SLS, איז געגרינדעט דורך נאסא/ארטעמיס, און איז די שטערקסטער און מאכטפולסטער ראקעט וואס איז נאר אמאל געווען, מיט אן אויסטערלישער הויעכקייט דערגרייכענדיג העכער ווי די 'סטעטשו אוו ליבערטי', כאטש וואס עטליכע SLS מאדעלס זענען דאך נישט העכער ווי דער באקאנטער ריז 'Saturn V', דאך איז עס די שטערקסטער ראקעט, אינדערצייט וואס די Saturn V האט געהאט 7.5 מיליאן פונט אויף שטויס-קראפט, האט דער SLS א קיימא לן פון 8.8 מיליאן פונט אויף שטויס-קראפט דאס איז 15 פראצענט מער ווי דער Saturn V.
די ראקעט וועט האבן די RS-25 מאטארן, און א ס''ה פון 730,000 גאלאנען פון היידרעדזשין/געז/זויערשטאף, און צוגאב צו די מאכטפולע 'בוסטערס', וואס אינאיינעם וועלן זיי האבן גענוג קראפט צו באלייכטן גאסן לעמפ פון איבער 840,000 מייל!
עס איז יא דא איין מאנסטער ראקעט וואס וועט לכאורה איבערשטייגן אלע ראקעטן אין דער היסטאריע אריינגערעכנט די נייע SLS, דאס איז די 'סטארשיפ' פון ספעיס-עקס, וואס וועט זיין די העכסטער און שטערקסטער ראקעט ווי סיי בעפאר, און נאך א זאך אז די סטארשיפ וועט מען קענען איבערניצן, אנדערש ווי דער שפאגל נייעם SLS וואס איז בלויז 'איינמאליג', און נישט אומזינסט האט 'ארטעמיס' פארשפראכן צו ניצן סטארשיפ אין די קומעדיגע ארטעמיס מיסיעס...
ארטעמיס 1:
ארטעמיס 1 (Artemis 1) איז דער אפיציעלער ערשטער מיסיע פון די ארטעמיס פראגראם, דער מיסיע אליין וועט אפקאסטן דעם אסטראנאמישן ציפער (תרתי משמע...) פון 4.1 ביליאן דאלער, דער ראקעט וועט זיין SLS 'בלאק 1' וואס איז 322 פיס הויעך און מיט צוויי בוסטערס פון 177 פיס הויעך, און ביים שפיץ פונעם ראקעט געפינט זיך די 'ארייען'...
די ארייען קעפסול (Orion) איז די מאדערנעזירטן ווערסיע פונעם 'אפאלא', עס איז דא זייער אסאך צו רעדן דערפון, אין קורצן; דאס איז די קעפסול אין וואו די אסטראנאטן זענען, און 'נאר' מיט דעם קומען זיי צוריק, די קעפסול איז זייער פארגעשריטן, און דאס זאל בעסער זיין גאר פארגעשריטן ווייל אויב נישט-- אייגענטליך איז דאס די גאנצע ציל פון די ארטעמיס 1 מיסיע, יא! דער מיסיע איז בלויז א טעסט פאר די 'ארייען', א טעסט אן קיין אסטראנאטן, ניין, עס גייען נישט זיין קיין מענטשן אויף די ארטעמיס 1 רייזע... וואס דארף מען טעסטן?
אויפן וועג צוריק צו די ערד קוגל ווערט די ספיד א 'קיללער'... ווי שנעלער עס פאלט אראפ אלץ הייסער ווערט די קעפסול בפרט ביים אריינגיין אין אונזער היציגע אטמאספערע, און מיט א ספיד צווישן 17,000 ביז 27,000 מייל פער שעה (ווער רעדט נאך די וועג צוריק פון מארס) ווערט די קעפסול אנגעהיצט ביז 5,000 דעגרי'ס פערנהייט, דאס איז האלב די היץ פון די אויבערפלאך פון די זון...
אויפן וועג צוריק ווערט די 'ארייען קעפסול' גאר שטארק אנגעהיצט
מיט אזא היץ קען זיך נישט קיין אייזן אדער עפעס ענליך זיך קעגן שטעלן, וואס טוט מען? אויף די פלאך פון די ארייען קעפסול, האט מען געבויעט מיט גאר שטארקע מאטריאלן א heat shield, און מיט אסאך קונצן און פאטענטן האט מען דאס געבויעט, דער געדאנק איז זייער ענליך צו דער פלאכער חלק און די שטארקע מאטריאל פון א יפא, וואס פליעט כסדר אויף אזא שנעלע ספיד און כדי נישט צו ווערן פארברענט בויעט מען עס מיט דעם heat shield געדאנק.. (איר זענט דער איינציגסטער וואס לאכט יעצט...), כאטש וואס דער 'אפאלא' האט דאס שוין אויך געהאט דאך איז דאן געווען היפש אסאך פארברענטע לעכער נאכן רייזע, ווי אויך דארף דאס צו זיין פיל שטערקער כדי צו קענען גיין אויף מארס ווי אויך זיך קענען האלטן לענגער אין ספעיס.
די וועג פון לאנדן בלייבט ווי אין 'אלד סקול', מען פאלט און פאלט ביז א פאראשוט עפנט זיך און מען לאנדעט געמיטליך אינעם אקעאן.
פופציג יאר צוריק
איצטיגער רייזע
די איצטיגע ארטעמיס 1 רייזע איז פאר יעצט געפלאנט צו זיין אום אויגוסט 29', אדער אביסל שפעטער סעפטעמבער 2' אדער סעפטעמבער 5', נאסא האט געזאגט אז זיי וועלן מעלדן א וואך פריער דעם פונקליכער דאטום.
די לאונטש וועט זיין אין די לאונטש פעד 39B, אין קענעדי ספעיס סענטער, פלארידע, די SLS 'בלאק 1' מיט די ארייען קעפסול וועט פליען ליידיגערהייט צו די לבנה און ארומקרייזן די לבנה, אבער נישט לאנדן דערויף, און נאך בערך פיר וואכן וועט ער יעצט צוריק קערן אויף די יבשה אממ.. אויף די ים...
'בלאק 1'
די ארטעמיס 1 וועט טאקע נישט האבן קיין אסטראנאטן מיט זיך, אבער 'ארטעמיס 2' וועט שוין יא האבן אסטראנאטן, די ארייען קעפסול האט פלאץ פאר פיר אסטראנאטן, און ערגעץ אין די קומעדיגע יאר צוויי וועלן מענטשן פארן און לאנדן אויף די לבנה, די אסטראנאטן וועלן זיין איין פרוי, מיט איין מענטש אוו קאליר, ווי פענס האט שוין געמאלדן דריי יאר צוריק;
א קורצע אילוסטרוציע פון די ארטעמיס 1 רייזעהכל הבל האט געשריבן:פענס מעלדט אז אמעריקע קערט זיך צוריק צו די לבנה
די ערשטע פרוי צו באזוכן די לבנה וועט וועט פליען אינאיינעם מיט א מאן אסטראנאט אין די קומענדיגע 5 יאר
ביידע אמעריקאנע אסטראנאטן וועלן פליען מיט ראקעטס ארויפגעשאסן פון אמעריקאנער באדן
https://drive.google.com/file/d/1wuLV3- ... v4Dpd/view
02:24
*****
השמים שמים לה' והארץ נתן לבני אדם
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17815
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
וואפפףף!!!
טענקס @יש הנאה, האמיר א שטארקעהנאה!
טענקס @יש הנאה, האמיר א שטארקעהנאה!
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
וואו!
מה רבו מעשיך השם!
יישר כח פאר די באריכט
מה רבו מעשיך השם!
יישר כח פאר די באריכט
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17815
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
יעצט קוקנדיג די ווידעא...
די פלאן איז נישט צו לאנדן אויפן לבנה? אויף ווען יא?
די פלאן איז נישט צו לאנדן אויפן לבנה? אויף ווען יא?
- יעקב פריינד
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6281
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm
- אלטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9980
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
- לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
יישר כוח יש, זייער שיין און קלאר!
לאמיר האפן מ'וועט מיטהאלאן אלעס דא...
לאמיר האפן מ'וועט מיטהאלאן אלעס דא...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7282
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
Re:
א ריזיגן יישר כוח @יש, האלט אונז אינפארמירט!
נאסא האט נישט קיין מאשינען דארט?
אפילו אן מענטשן איז מען שוין נישט געוועזען 50 יאר?יש הנאה האט געשריבן:נאך פופציג יאר אפוועזנהייט!
נאסא האט נישט קיין מאשינען דארט?
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוודאי האט נאסא מאשינען דארט, די דזשעימס וועב איז דאך א מיליאן מייל ווייט פון די ערד קוגל, דער קונץ איז אבער נישט אהין צו גיין, דער קונץ איז צוריק צוקומען פון דארט צו 'פלאנעט ערד' גאנצערהייט.וואס טוט זיך האט געשריבן:אפילו אן מענטשן איז מען שוין נישט געוועזען 50 יאר?
נאסא האט נישט קיין מאשינען דארט?
הגם עס איז יא שוין געווען א טעסט פון די 'ארייען קעפסול' אין 2014, ווייסעך נישט ווי ווייט אין ספעיס עס איז דאן געווען.
'פופציג יאר אפוועזנהייט' האב איך געמיינט צו זאגן אויפן פראיעקט פון צוריקערן מענטשן צו די לבנה, עס וועט לכאורה זיין אין די נעקסטע צוויי יאר.
- אלטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9980
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
- לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל
Re:
יעצט פארשטיי איך שוין טאקע נישט. די "קונץ" האט מען דאך שוין באוויזן 50 יאר צוריק, משינען האט מען דאך ווייטער פון דעם. איז וואס איז די גאנצע חכמה יעצט?יש הנאה האט געשריבן:אוודאי האט נאסא מאשינען דארט, די דזשעימס וועב איז דאך א מיליאן מייל ווייט פון די ערד קוגל, דער קונץ איז אבער נישט אהין צו גיין, דער קונץ איז צוריק צוקומען פון דארט צו 'פלאנעט ערד' גאנצערהייט.וואס טוט זיך האט געשריבן:אפילו אן מענטשן איז מען שוין נישט געוועזען 50 יאר?
נאסא האט נישט קיין מאשינען דארט?
הגם עס איז יא שוין געווען א טעסט פון די 'ארייען קעפסול' אין 2014, ווייסעך נישט ווי ווייט אין ספעיס עס איז דאן געווען.
'פופציג יאר אפוועזנהייט' האב איך געמיינט צו זאגן אויפן פראיעקט פון צוריקערן מענטשן צו די לבנה, עס וועט לכאורה זיין אין די נעקסטע צוויי יאר.
אלא מאי קומט מען צום אלטן טעאריע איז מ’איז 50 יאר צוריק "נישט" אנגעקומען קיין לבנה...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17815
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
די היינטיגע זיכערהייטס מאנסנאמען זענען פילמאל שטערקער און שטרענגער ווי דאן...
- יאנאש
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15481
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: וואו בינעך טאקע?
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
Wow wow wow
מיר גענומען כמעט א טאג, שטיקל ביי שטיקל אבער עס איז ווערט.
שכוח יש הנאה פאר די אינפארמאטיווע, געשמאקע און אינטערסאנטן תגובה
מיר גענומען כמעט א טאג, שטיקל ביי שטיקל אבער עס איז ווערט.
שכוח יש הנאה פאר די אינפארמאטיווע, געשמאקע און אינטערסאנטן תגובה
- צעטל קלעבער
- שר האלף
- תגובות: 1742
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
- לאקאציע: בני ברק
Re:
ס'מורא'דיג אינפארמאטיוו און מסודר.יש הנאה האט געשריבן:א יישר אלע באדאנקער! איטס וועל עפרישיעטעד.
א גרויסן דאנק
כ'האב כסדר הנאה דערפון
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
Re: Re:
צעטל קלעבער האט געשריבן:ס'מורא'דיג אינפארמאטיוו און מסודר.
א גרויסן דאנק
כ'האב כסדר הנאה פון דיינע זאכן
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
איך האב דא בטעות נישט ריכטיג געשריבן, אינעם ארגינעלן תגובה האב איך מיך באווארנט...יש הנאה האט געשריבן:ארטעמיס 1 גייט נישט לאנדן אויף די לבנהפאליטישע עקספערט האט געשריבן:יעצט קוקנדיג די ווידעא...
די פלאן איז נישט צו לאנדן אויפן לבנה? אויף ווען יא?
'ארטעמיס 2' וועט יא לאנדן אויף די לבנה מיט מענטשן.
ארטעמיס 1; וועט נישט האבן קיין רייזענדע (2022)די ארטעמיס 1 וועט טאקע נישט האבן קיין אסטראנאטן מיט זיך, אבער 'ארטעמיס 2' וועט שוין יא האבן אסטראנאטן, די ארייען קעפסול האט פלאץ פאר פיר אסטראנאטן, און ערגעץ אין די קומעדיגע יאר צוויי וועלן מענטשן פארן און לאנדן אויף די לבנה, די אסטראנאטן וועלן זיין איין פרוי, מיט איין מענטש אוו קאליר
ארטעמיס 2; וועט יא האבן רייזענדע, און ארום קרייזן די לבנה אבער 'נישט לאנדן' דערויף (2024)
ארטעמיס 3; וועט יא האבן רייזענדע, און וועט לאנדן אויפן לבנה (2024)
כדי צו לאנדן אויפן לבנה, האבן זיי אויסגעשטעלט א פלאן אז דער 'ארייען קעפסול' וועט נישט לאנדן אויפן לבנה, נאר אנשטאט דעם וועט מען ארויפשיקן 'געיט-וועי' (Gateway) דאס וועט זיין זייער ענליך צום ISS, וואס וועט שווימען ארום די לבנה ארביט, פארשטייצעך דאס וועט זיין פיל מער פארגעשריטן ווי דער ISS, ווי אויך וועט נישט אויספעלן אז אסטראנאטן זאלן כסדר דארט זיין, בקיצור; דאס וועט דינען ווי א 'רעסט עריע' ווי דער ארייען קעפסול וועט זיך דארטן פארקירן/באהעפטן, און דארט וועט זיין פרישע סופליי/עסן/קליידונג/וכו' און פון דארט וועט מען נעמען א שאטל נתנדב ע''י הנגיד הטפסר עלן מאסק, וואס וועט זיי פירן צו די לבנה, און צוריק צום געיט-וועי, פון דארט נעמען זיי צוריק דעם ארייען קעפסול צו אפשטאטן א באזוך צוריק אויפן ערד קוגל.
אגב איז די ארייען קעפסול אויסגעשטעלט צו קענען זיין 6 חדשים אין ספעיס, עס קען זיך אויך אפשטעלן און פארקירן ביים ISS.
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
הנאה יש כאן!
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
- מאניש בנבנשתי
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5405
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
- לאקאציע: אין מיין גוף
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
נאכאמאל א ישר כח יש הנאה, שטארק אינפארמאטיוו..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו
געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)
מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..
קרעפלאך והגלילות
דער שיעור שטיבל
געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)
מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..
קרעפלאך והגלילות
דער שיעור שטיבל