בלאט 1 פון 1
יארג היידער טויט אין עקסידענט
פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 11, 2008 7:43 pm
דורך קרעמער
דער עקסטרעם רעכטער פירער פון עסטרייך, יארג היידער, וואס איז פראמינענט באקאנט געווארן מיט עטליכע יאר צוריק ביים אריינברענגן זיין פארטיי אין די ארטיגע קאאליציע, צוברענגענדיג שארפע רעאקציעס פון די וועלט לענדער וועלכע האבן אים באטראכט אלס א נאצי סימפאטיקער, איז היינט געשטארבן אין א קאר עקסידענט, ווען ער האט פרובירט איבערצויאגן א קאר און איז אראפגעפלויגן פון הייוועי. כן יאבדו כל אויביך ה'.
פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 11, 2008 8:19 pm
דורך שוועמל
אמן,
געלויבט צו גאט ב"ה אויף זיין פגירה מהירה, א וויסטער אנטיסעמיט מיט סאציאלע נויגונגען
פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 11, 2008 8:21 pm
דורך קרעמער
פארגעסן צוצולייגן: זיין פגירה קומט בלויז א וואך - צוויי נאכדעם וואס די עקסטרעם רעכטע פארטייען האבן געווינען א שטוינענדע 29 פראצענט פון די שטומען ביי די פארלאפענע פארלאמענט וואלן.
פרייד איז אבער פריצייטיג, ווייל די טויט פון אזא סימבאלישער פירער קען פארוואנדלט ווערן אין א קאמפיין אויפצוהייטערן זיינע שטיצער און פאראויסגיין מיט זיינע וויסטע פלענער.
פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 11, 2008 10:09 pm
דורך זאנוויל
יש"כ קרעמער, אזונע נייעס איז חמין במוצאי שבת...
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 12, 2008 12:56 am
דורך מאשקע
דער קעפל פונעם אשכול האט מיך דערפריידט נאך פונדרויסן. כן יאבדו.
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 12, 2008 11:21 am
דורך פוילישער
טאקע הייסע נייעס. איינער געדענקט אפשר דעטאלן פון א מעשה, אז א היימישער איד האט זיך באגעגענט מיט היידער אויף א פליגער, און ער האט מסביר געווען זיין שטעלונג אז ער האט נישט פיינט אידן. עפעס אזוי, איך געדענק נישט פונטקליך.