ביידען אדמיניסטראציע ארבייט אויף א נוקלעארע דיעל מיט איראן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5164
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: ביידען אדמיניסטראציע האמערט אויס א נייע נוקלעארע דיעל מיט איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

להבין ולהשכיל האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:
פארוואס זאל איראן ווילן א דיעל יעצט?
ווייל עס איז דא העווי סאנקציעס, פלאס וואס ביידן סטראשעט אז די אנדערע אפציע איז באמבארדירן.
זיי שטייען וואכן אוועק פון א באמבע, זיי דארפן עס געבן א ענדיג און דערנאך זיך זעצן פארהאנדלען.
עס האט אזוי געהייסען מיט דריי חדשים צוריק אז זיי האלטען וואכן פאר א באמבע, אבער זינט דעמאלט איז א סאך געשעהן אין איראן וואס רובא דערפון ווייסען מיר אפילו נישט.

לויט די ביסעל וואס מען האט אונז יא דערציילט, האט איראן פארלוירן א סאך קעפ (די גענערעלער און סייענטיסטען וואס זענען געווען ממונים אויף דעם), אויך זענען צענדליגער פלעצער ווי מען פראדוצירט זאכן פאר דעם צוועק אפגעווישט געווארן, דערובער איז יעצט דער שאלה צו איראן האט בכלל נאך די מעגליכקייט אדער נישט. און ממילא לויט דעם וועלן מיר פארשטיין וואס מיינט יעצט א דיעל.
זיי האבן אנגעהויבן ארבעטן אינטער-ערדיש
זי האבן אייביג גע'ארבעט אינטער ערדיש, אבער די שפיאנאזש האט מיט געהאלטען וואס עס טוהט זיך אינטער ערדיש.

און דאס איז טאקע איינע פון די 4 סטיקינג פוינטס וואס האלט אפ א דיעל, ווייל איראן פארלאנגט אז די IAEA זאל אפשטעלן זייער אויס פארשינג (און מער נישט פרעגן קיין קשיות) איבער עטליכע פלעצער ווי די IAEA האט געטראפן נישט קיין געמאלדענע נוקליארע מאטריאל ווי די איזרעליס האבן זיי געזאגט ווי צו זיכען.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: ביידען אדמיניסטראציע ארבייט אויף א נוקלעארע דיעל מיט איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

בקיצור ווער קאן אריינקומען ביטע מיט א קלארע סדר מעיקרא מאי קסבר און צוליב וואס האט מען זיך צוריקגעצויגן יא נאכצוגעבן פאר איראן ?

בקיצור וואס גייט דא פאר ?

אויך איז נאך 400 מיליאן קעש אויפן וועג קיין טעהראן?

ועוד צל הט
אט אונז געהאלטן אין איין מסברן אז איראן וויל נישט קיין דיעל ווייל שמא יבא טראמפ אחר וואס איז יעצט ? איראן האט באקומען א הבטחה אז לא יבוא לא יבוא ?
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5164
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: ביידען אדמיניסטראציע ארבייט אויף א נוקלעארע דיעל מיט איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

שליו ודגים האט געשריבן:

לויט דער ארטיקל וואס איינער האט דא געלייגט זעהט אויס ווי די איראן'ער פרעטענדען אז זיי האבן נאך די זעלבע קענטענישן ווי דעמאלט אינטער אבאמא
און ווילן נעגושיעטען through strength

דער שאלה איז וויפיל די דיפלאמאטען רופען זייער בלאף, אדער שפילן מיט מיט זיי.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5164
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: ביידען אדמיניסטראציע ארבייט אויף א נוקלעארע דיעל מיט איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

שליו ודגים האט געשריבן:
ועוד צל הט
אט אונז געהאלטן אין איין מסברן אז איראן וויל נישט קיין דיעל ווייל שמא יבא טראמפ אחר וואס איז יעצט ? איראן האט באקומען א הבטחה אז לא יבוא לא יבוא ?
איינער פון די דימענדס פון איראן איז אז דער נעקסטער פרעזידענט זאל נישט קענען צושטערן דער יעצטיגער דיעל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

תגובה דורך טוה א טובה »

דאן דארף עס אריבער גיין אין קאנגרעס און סענאט, לכאורה א אוממעגליכע זאך.
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.

טאקע א אימעגליכע זאך

עס האט ווייטע קאנסיקווענצן, ווייל אמעריקע'ס א צוזאג איז מער גארנישט ווערט.

אויב ביידן קען איבערנאכט ארויס פון אפגאניסטאן אין איבער לאזן אלע גוטע פריינד צו ווערן געהארגעט, דעמאלט קען א טראמפ ארויס פון א אפמאך וואס ביידן האט געמאכט.

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 6#p3732656
ישראל_הלוי האט געשריבן:
באריכטן אין די מדנ"י מידיע אז א גרופע איראנער סייענטיסטן זענען געהרג'ט געווארן אין א אויפרייס אין תימן.
איז תימן דער פלאץ ווי איראן וויל אריבער פירען דאס בויען נוקליארע באמבעס און באליסטיק מיסילס, נאך דער נוקליארע דיעל מיט די IAEA?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29325
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע ארבייט אויף א נוקלעארע דיעל מיט איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טוה א טובה האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:
ועוד צל הט
אט אונז געהאלטן אין איין מסברן אז איראן וויל נישט קיין דיעל ווייל שמא יבא טראמפ אחר וואס איז יעצט ? איראן האט באקומען א הבטחה אז לא יבוא לא יבוא ?
איינער פון די דימענדס פון איראן איז אז דער נעקסטער פרעזידענט זאל נישט קענען צושטערן דער יעצטיגער דיעל.
דאן דארף עס אריבער גיין אין קאנגרעס און סענאט, לכאורה א אוממעגליכע זאך.
אויב איז אמת וואס @זארג נישט זאגט אונז, אז איראן איז ממילא זייער ווייט פון א באמבע, קען מען עס טעארעטיש מאכן גענוג לאפסיידעד לטובת אמעריקע, אז מען זאל עס קענען דורכשטיפן אין סענאט?

איך ווייס נישט, אבער אפשר אויב ביבי וועט עס שטיצן איז עס מעגליך.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5164
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: ביידען אדמיניסטראציע ארבייט אויף א נוקלעארע דיעל מיט איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

דאס איז אבער זיכער אז ווי ווייט איראן זאל היינט זיין צו א באמבע קען זיך דאס אלעס טוישן איבערנאכט, און אויב גייט אראפ די סאנקציעס האבן זיי די געלט און די מוט צו ארבעטען צעהן מאל אזוי שנעל.

דערובער אפילו אויב עס איז נישט דא א געפאר אויף דער מיניט, מיינט נישט אז עס וועט נישט נישט זיין אין דריי חדשים ארום.
לעצט פארראכטן דורך זארג נישט אום מאנטאג אוגוסט 08, 2022 5:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע ארבייט אויף א נוקלעארע דיעל מיט איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

צל עובר האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:
ועוד צל הט
אט אונז געהאלטן אין איין מסברן אז איראן וויל נישט קיין דיעל ווייל שמא יבא טראמפ אחר וואס איז יעצט ? איראן האט באקומען א הבטחה אז לא יבוא לא יבוא ?
איינער פון די דימענדס פון איראן איז אז דער נעקסטער פרעזידענט זאל נישט קענען צושטערן דער יעצטיגער דיעל.
דאן דארף עס אריבער גיין אין קאנגרעס און סענאט, לכאורה א אוממעגליכע זאך.
אויב איז אמת וואס @זארג נישט זאגט אונז, אז איראן איז ממילא זייער ווייט פון א באמבע, קען מען עס טעארעטיש מאכן גענוג לאפסיידעד לטובת אמעריקע, אז מען זאל עס קענען דורכשטיפן אין סענאט?

איך ווייס נישט, אבער אפשר אויב ביבי וועט עס שטיצן איז עס מעגליך.
אויב איז עס די זעלבע דיעל ווי אונטער אבאמא גלייב איך נישט אז עס קען האבן 60 סענעטארן.
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5164
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: ביידען אדמיניסטראציע האמערט אויס א נייע נוקלעארע דיעל מיט איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

טוה א טובה האט געשריבן:
פארוואס זאל איראן ווילן א דיעל יעצט?
איראן האט אייביג געוואלט א דיעל, פארשטייט זיך א דיעל ווי זיי קענען אינטער ערדיש טוהן ווייטער וואס זיי ווילן אדער כאטש אין א פאר יאר ארום ממשיך זיין.

דערצו קוועטשט זיי געפערליך די סאנקציעס, און אלע אפשען'ס פון ניצען זייערע פראקסיס זענען דורך געפאלען.

דער אפציע פון ניצען איראק אלס זייער סטעידזינג גראונד האט זיך נישט אויס גע'ארבעט, אמעריקע האט עס נישט צו געלאזט.

זייער גוטער פריינד טערקיי, וויל א חלק פון די מיטלענדישן נעטשורעל געז און געווארן לפנים צוריק פרענדס מיט איזרעל.

זייער גוטער פרענד אסאד אין סיריע האט מורא פון זיין שאטען, און די ראנוועיס אין דמשק וואס ער מוז האבן פאר זיך זענען געווען אוט אוו קאמישען פאר דריי וואכן. און רוסלאנד קען אים נישט צו פיל העלפען די טעג ווען זיי זענען פארנומען מיט א מלחמה מיט אוקריינע און וויל נישט אז די איזרעליס זאלן האבן א תירוץ צו שטיצן אוקריינע.

חיזבאלע אין לבנון איז שוין מער נישט דער גאנצע בעל הבית אין לבנון נאכען פארלירן די עלעקשן און מאקרון האט געווארענט לבנון אז זייער לאנד וועט ווערן חרוב ונחרב אויב זיי לאזן איראן אריין פירען חיזבאלע אין א מלחמה אריין.

כאמאס האט אויך געזאגט פאר איראן לא מיט א אל"ף אז זיי ווילן נישט געהארגעט ווערן און חרוב ווערן פאר איראן.

און דאס לעצטע אפשען וואס איראן האט פראבירט איז געווען איסלאמניק דזיהאד
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 6#p3731516
נקדימון האט געשריבן:
זייער מעגליך. מדינת ישראל האט בעצם עטשיעווד וואס זיי האבן געוואלט. במילא אויב קומט נישט קיין ערענסטע אטאקעס פון עזה פארוואס זאלן זיי רעספאנדן און אריינשלעפן אין א לענגערע קאנפליקט?

די איסלאמיק דזשיהאד האט דערווייל גארנישט עטשיעווד.
איןו אנדערע ווערטער "איראן האט דא גארנישט עטשיעווד".

און ועל כולם נאך ביידן'ס טריפ ווי ער האט קלאר געמאכט אז אמעריקע גייט עס נישט צו לאזן, דערובער אפשר יעצט איז איראן שוין גרייט פאר א דיעל. און צוריק צום קשיא "וואספארע דיעל"?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע ארבייט אויף א נוקלעארע דיעל מיט איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

ווי זאגט סענאטאר באב מענענדעז: נאו דיעל איז בעטער דען א בעד דיעל.

און כ'מיין אז אויב די דעמאקראטישע פארזיצער פונעם סענאט אויסערן אנגעלעגנהייטן קאמיטע איז דערקעגן האט עס זיראו טשאנס דורכצוגיין אינעם סענאט.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אי.יו. באאמטע שטודירן די איראנע אנטווארט אויף די יעצטיגע אפמאך פראוו.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
אי.יו. באאמטע שטודירן די איראנע אנטווארט אויף די יעצטיגע אפמאך פראוו.
וואס איז די שטודירעכץ? זיי האבן געענטפערט יא אדער ניין?
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
תולה ארץ
פורים רב תשפ"ד
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
לאקאציע: ווי נישט?

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולה ארץ »

רעגענדיג האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
אי.יו. באאמטע שטודירן די איראנע אנטווארט אויף די יעצטיגע אפמאך פראוו.
וואס איז די שטודירעכץ? זיי האבן געענטפערט יא אדער ניין?
קען זיין אז די איראנער האבן גענטפערט א גלאטע ניין (אויפן מאמענט האבן זיי נישט צו סאך ריזענ'ס פארוואס זיי זאלן ווילן א דיעל, די באמבע האבן זיי סייווי און אפאר וואכען דעמאלטס וועט די וועלט זיך קומען ביקען צו זיי און זיך בעטן ווי בעבי'ס אז זיי זאלן פליז פליז עס 'איינצוימען', און דאן וועלן זיי ארויסשלעפן אסאך מער קאנצעסיעס. ע''ע צפון קארעא.) און די אי יו דעבאטירט צו זיי זאלן נאך פרובירן צו ארבעטען אויף עפעס אדער זיי זאלן ארויסקומען זאגען אז 'זיי' -די אי יו- זענען גאר די וואס ווילן נישט דעם דיעל, כדי נישט אויסצוקוקען ווי לוזער'ס....

וויאזוי זאגט געשטענער אויף קולמעוואסער: איך פרעדיקט נישט, דזשאסט אן אנאלעסיסט... :wink:
דזשאסט Zיי פריילעך!
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1551
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: ביידען אדמיניסטראציע ארבייט אויף א נוקלעארע דיעל מיט איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

זארג נישט האט געשריבן:
טאקע א אימעגליכע זאך

עס האט ווייטע קאנסיקווענצן, ווייל אמעריקע'ס א צוזאג איז מער גארנישט ווערט.

אויב ביידן קען איבערנאכט ארויס פון אפגאניסטאן אין איבער לאזן אלע גוטע פריינד צו ווערן געהארגעט, דעמאלט קען א טראמפ ארויס פון א אפמאך וואס ביידן האט געמאכט.
נישטא די פלאץ, אבער ביידען האט זיך דאס געלערנט פון טראמפ וואס האט איבערגעלאט די קורדן אין סיריע פאר די רחמנות פון די בוטשער פון דמשק. טראמפ האט נישט געהאט קיין פראבלעם אוועק צו וואקן פון א דיעל מיט איראן, אפגעזעהן צו ס’איז יא אדער נישט א גוטע דיעל האט ער געוויזן אז אוועקשפאצירן פון א קאמיטמענט איז קיין אישו.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5164
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: ביידען אדמיניסטראציע ארבייט אויף א נוקלעארע דיעל מיט איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

אה''ו האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:
טאקע א אימעגליכע זאך

עס האט ווייטע קאנסיקווענצן, ווייל אמעריקע'ס א צוזאג איז מער גארנישט ווערט.

אויב ביידן קען איבערנאכט ארויס פון אפגאניסטאן אין איבער לאזן אלע גוטע פריינד צו ווערן געהארגעט, דעמאלט קען א טראמפ ארויס פון א אפמאך וואס ביידן האט געמאכט.
נישטא די פלאץ, אבער ביידען האט זיך דאס געלערנט פון טראמפ וואס האט איבערגעלאט די קורדן אין סיריע פאר די רחמנות פון די בוטשער פון דמשק. טראמפ האט נישט געהאט קיין פראבלעם אוועק צו וואקן פון א דיעל מיט איראן, אפגעזעהן צו ס’איז יא אדער נישט א גוטע דיעל האט ער געוויזן אז אוועקשפאצירן פון א קאמיטמענט איז קיין אישו.
נישט פינקט די זעלבע, ווייל דער האט איבערגעלאזט דער קורדישער "ארמיי" אין סיריע, וואס זענען נישט קיין מפיל קינדער און מען האט זיי טאקע נישט אויס געשאכטן, נאר זיי האבן פארלוירן זייערע מעמד און געמוזט מאכן א צווריק צו, וואס דאס איז א ווייטער מהלך פון ווערן געווארפן צו די וועלף, משא"כ אין אפגאניסטאן האט מען איבערגעלאזט מיליאנען מענטשן אנשים נישם וטף וואס האבן 20 יאר געהאלפן און מיט גע'ארבעט מיט אמעריקע קעגן זייערע עקסטרעמע שכנים, און "זיי" האט מען געווארפן צו די וועלף אויס צושטיין עכטע רציחות.

און דאס אז מיר הערן נישט טאג טעגליך רציחות פון דארט (וואס איז ביי מיר זיכער אז עס גייט אן אויף א גרויסן פארנעם), איז ווייל דארט איז פארמאכט און די אינפארמאציע קומט נישט ארויס [אזוי ווי אין כינע]. און אויך ווייל די מענטשן דארטן זענען אזוי פארלוירען אז זיי גיבן זיך אלע גלייך אינטער און פרובירן כאטש ראטעווען זייער לעבן. אויב ווילסטע זיך נאך אלץ דינגען אז עס איז יא די זעלבע זאך, דעמאלט זאל זיין אזוי, ווייל מיט דיין עיקר נקודה בין איך מסכים מיט דיר, אז

אין הכי נמי, נישט קיין חילוק צו דער צוזאג איז פון די רעכטע אדער די לינקע איז אמעריקע'ס א צוזאג מער גארנישט ווערט ווייל אמעריקע האט שוין א חזקה אז דער נעקסטע פרעזידענט וועט זיך נישט רעכענען מיט דער פריערדיגע.

און אגב, אמעריקע'ס א צוזאג איז "קיינמאל" נישט געווען ווערט עפעס אויף וואס מען קען זיך פארלאזן, אבער אמעריקע האט געשפילט דער שפיל אז מען קען זיי יא טראסטען.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
נועם המידות
שר חמש מאות
תגובות: 973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע ארבייט אויף א נוקלעארע דיעל מיט איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם המידות »

CNN: איראן האט אויפגעגעבן אויף זייער פארלאנג אז אמעריקא זאל אראפ נעמען זייער רעוואלאצינערע גארד פון די טעראר ליסטע, א זאך וואס ביידען האט שטאנדהאפטיג דערקלערט אז ער גייט נישט טון!
אטעטשמענטס
Screenshot_20220821-101742_Chrome.jpg
Screenshot_20220821-101742_Chrome.jpg (123.8 KiB) געזען 1154 מאל
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!

די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
פרוכט בוים
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכט בוים »

תולה ארץ האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
אי.יו. באאמטע שטודירן די איראנע אנטווארט אויף די יעצטיגע אפמאך פראוו.
וואס איז די שטודירעכץ? זיי האבן געענטפערט יא אדער ניין?
קען זיין אז די איראנער האבן גענטפערט א גלאטע ניין (אויפן מאמענט האבן זיי נישט צו סאך ריזענ'ס פארוואס זיי זאלן ווילן א דיעל, די באמבע האבן זיי סייווי און אפאר וואכען דעמאלטס וועט די וועלט זיך קומען ביקען צו זיי און זיך בעטן ווי בעבי'ס אז זיי זאלן פליז פליז עס 'איינצוימען', און דאן וועלן זיי ארויסשלעפן אסאך מער קאנצעסיעס. ע''ע צפון קארעא.) און די אי יו דעבאטירט צו זיי זאלן נאך פרובירן צו ארבעטען אויף עפעס אדער זיי זאלן ארויסקומען זאגען אז 'זיי' -די אי יו- זענען גאר די וואס ווילן נישט דעם דיעל, כדי נישט אויסצוקוקען ווי לוזער'ס....

וויאזוי זאגט געשטענער אויף קולמעוואסער: איך פרעדיקט נישט, דזשאסט אן אנאלעסיסט... :wink:
אויב נאורט קאריע האלט ווייטער פון איראן מיט א אטאם פארוואס ארבעטן זיי נישט צוזאמען אויף די זעלבע פראיקעט, אז נאורט קאריע א סאקסציענרטע לאנד קומט אן זאלן זיי ארבעטן אנצוקומען צוזאמען?
נודניק
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע ארבייט אויף א נוקלעארע דיעל מיט איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודניק »

נועם המידות האט געשריבן:
CNN: איראן האט אויפגעגעבן אויף זייער פארלאנג אז אמעריקא זאל אראפ נעמען זייער רעוואלאצינערע גארד פון די טעראר ליסטע, א זאך וואס ביידען האט שטאנדהאפטיג דערקלערט אז ער גייט נישט טון!
ווי קען מען זען אויב דעס איז עכט געווען אמאל פין איראן׳ס פארלאנגען?
אוועטאר
בן איש חי
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 5:43 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע ארבייט אויף א נוקלעארע דיעל מיט איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן איש חי »

1562102342744416300.jpg
1562102342744416300.jpg (159.47 KiB) געזען 876 מאל
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7673
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע ארבייט אויף א נוקלעארע דיעל מיט איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

.
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע ארבייט אויף א נוקלעארע דיעל מיט איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

איראנע אויסערן מיניסטעריום ווארטזאגער נאסער קאנאני באריכטעט אז זיין לאנד האט ערהאלטן אן אנטווארט פון אמעריקא אין פארבינדונג מיטן פאראויסרוקן די אפמאך.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע ארבייט אויף א נוקלעארע דיעל מיט איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

דער הויפט פונעם מדנ"י מוסד שפיאנאזש אגענטור וועט אפשטאטן א באזוך אין וואשינגטאן די וואך אויף געשפרעכן איבער די איראנער נוקעלארע הסכם. ער וועט זיך טרעפן אונטער פארמאכטע טירן מיט די אינטעלידשענס קאמיטעען אינעם אמעריקאנעם קאנגרעס.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע ארבייט אויף א נוקלעארע דיעל מיט איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

מדנ"י פרעמיער מיניסטער לפיד האט אפגעהאלטן א טעלעפאנישע געשפרעך מיט פרעזידענט ביידען איבער די נושא פון א פאטענציעלע דיעל מיט איראן.

ביידען: איך בין מיך מחייב פאר די זיכערהייטס פון מדינת ישראל.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”