רעזולטאט פון וואל סט. קראך: חרדישע אקאונט אפגעשפארט.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 07, 2008 4:51 pm
קאמישע נייעס:
וויליאמסבורג, פאראייניגטע שטאטן - א קאמישע געשיכטע האט זיך היינט נאכמיטאג אפגעשפילט אין די "וואשינגטאן מעיוטשעל" באנק אין די וויליאמסבורגער אומגעגענט אויף די העווימייער גאס, ווען א חרדישער אינגערמאן איז אריינגעקומען אין באנק צו מאכן א גרויסען דיפאזיט, ווי נאר ער איז אנגעקומען צום טעללער האט מען אום גלייך געמאלדן קאלטערהייט אז זייין אקאונט איז אפגעשפארט צוליב דעם וואס ער איז שוין מיינוס אין זיין אומבאניצטע אקאונט מיט איבער א חודש די אסטרענאמישע סומע פון צוויי הונדערט און זיבעציג דאללער.
נאך זיצונגען און פארהאנדלונגען מיט די באנק מענעדזשער - א שיקסע וואס האלט נישט די תורה און ווייסט נישט פון קיין אידישקייט צו זאגן - איז געבליבן אז דאס גאנצער געלט וואס יענער איז שולדיג מיז געצאלט ווערן אין גרינע (זעהט זיך אויס אז זיי האבן דאס מורה איינצוגעבן..) און דער אלטער אקאונט בלייבט פארשפארט אויף אייביג לנצח נצחים. היל"ת!
דער באנק האט זעהט אויס נישט באמערקט אז אויף דער זעלבער גאס איז דא נאך דריי בענק, אריינגערעכנט איינער וואס האט זיי נארוואס אויסגעקויפט, און דא שעמען זיי זיך נישט צו פארשליסן אזא נעבעכדיגער אקאונט בלויז פאר אזא קליינער חטא.
אזוי צו אזוי, זיצט יעצט דער אינגערמאן אנגעזעצט נאכדעם וואס ער האט אריינגעלייגט עטליכע קוואדער'ס אין די מיטער און קיין דיפאזיט איז נישט געמאכט געווארן, אזוי אויך וועט ער יעצט דארפן ספענדן מער ווי עטליכע מינוט צו עפענען א נייער אקאונט, א זאך צו וואס ער האט גאר ווייניג צייט אין די שעה'ן ווען די בענק זענען אפען פאר באניץ פונעם פובליקום.
אבער פאר דעם אינגערמאן איז שוין קיין ווינדער נישט פארוואס דייקא דער באנק האט באנקראטירט. ליבערשט וואלט איך געטראכט אז אויב באנקראטירן וואלט זיכער "עפל" באנק געווען דער ערשטער אין די רייע צו גיין, נאכדעם וואס זיי האבן נאר אקאונט'ס פון בר מצוה בחורלעך וואס מאכן אריבער דריי הונדערט טאללער חנוכה און פורים באנאזאם. אויב אבער פירט מען זיך אזוי אויף צו א פיינער שטילער און איידעלער קאסטומער איז נישט מער ווי צו ערווארטן אז זיי זאלן פיילן דעם עלעפטן טשעפעטער און זיך אפשפארן.
כה לחי!
ויסעו מרפידים ויחנו ב...ת
חרדי'שע טשעקינג אַקאַונט ביי "וואַשינגטאָן מיוטשעל" אָפגעשפאַרט נאָך ברייט באַקאַנטע באַנקראָט.
- פעדעראלע אנקלאגע לאזט זיך אויס מיט א חלום -