הגה"צ רבי משה האלבערשטאם זצ"ל דומ"ץ באבוב אנטווערפען

נייעס און באריכטן

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

באנאנא
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: הגה"צ רבי משה האלבערשטאם זצ"ל דומ"ץ באבוב אנטווערפען

תגובהדורך באנאנא » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2022 8:00 pm

באנאנא האט געשריבן:עטליכע בילדער פון הגה"צ אב"ד באבוב באנטווערפן זצ"ל בצל יבלחט"א כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב שליט"א על ימים טובים וימי שמחה בחצר הקודש
צוגעלייגטע
Bobov2.JPG
Bobov2.JPG (66.06 KiB) געזעהן 1939 מאל
Bobov_011.jpg
Bobov_011.jpg (68.27 KiB) געזעהן 1939 מאל

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלפיים
תגובות: 2898
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: הגה"צ רבי משה האלבערשטאם זצ"ל דומ"ץ באבוב אנטווערפען

תגובהדורך הבעש''ט » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2022 10:54 pm

קלוגע ר' איד האט געשריבן:איינער קען אפשר ברענגען פרטים איבער די לוי'
מיט בילדער
תודה רבה

bd''h reb moshe halberstam.JPG
bd''h reb moshe halberstam.JPG (74.52 KiB) געזעהן 1830 מאל

הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3010
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: הגה"צ רבי משה האלבערשטאם זצ"ל דומ"ץ באבוב אנטווערפען

תגובהדורך הײמישער זײגער » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2022 10:57 pm

הבעש''ט האט געשריבן:
קלוגע ר' איד האט געשריבן:איינער קען אפשר ברענגען פרטים איבער די לוי'
מיט בילדער
תודה רבה

bd''h reb moshe halberstam.JPG

אין אנטווערפן אן א ארון?? ווי איז די בילד?

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלפיים
תגובות: 2898
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: הגה"צ רבי משה האלבערשטאם זצ"ל דומ"ץ באבוב אנטווערפען

תגובהדורך הבעש''ט » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2022 11:01 pm

הײמישער זײגער האט געשריבן:
הבעש''ט האט געשריבן:
קלוגע ר' איד האט געשריבן:איינער קען אפשר ברענגען פרטים איבער די לוי'
מיט בילדער
תודה רבה

bd''h reb moshe halberstam.JPG

אין אנטווערפן אן א ארון?? ווי איז די בילד?

אין היכל התורה פון באבובער ביהמ"ד, ווי די מטה איז געווען במשך די נאכט.

בדרך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 27, 2021 10:02 am

Re: הגה"צ רבי משה האלבערשטאם זצ"ל דומ"ץ באבוב אנטווערפען

תגובהדורך בדרך » פרייטאג אוגוסט 05, 2022 12:44 am

הגאון האדיר, חסידא ופרישא, בנן של קדושים, הרב הצדיק רבי משה האלברשטאם זצ"ל איז געבוירן כ"א אדר שנת תש"ב אין שטאט טשערנאוויץ אין סאמע ברען פון די צווייטע וועלט קריג צו זיין פאטער הרה"צ ר' ברוך אברהם הלברשטאם ז"ל תלמוד מובהק פון הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב אין שפעטער נאכן קריג זוכה געווען צו משמח זיין גדולי הדור וביניהם הרה"ק מסאטמאר און הרה"ק מבאבוב

מיט נסי נסים האט די יונג קינד איבער געלעבט די קריג, בימי בחרותו איז ער אריין לערנען אין ישיבת נייטרא ביי הגה"ק ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל ביי וועם ער האט גענאסן א קירבה יתירה אזוי אויך איז ער אין יענע תקופה נתקרב געווארן צו הרה"ק מסאטמאר וועלכע האט עם שטארק מעריץ געווען, שפעטער איז ער געגאנגען לערנען אין ישיבת בית מדרש גבוה תחת נשיאותו פון ראש ישיבה הגאון הגדול ר' אהרן קוטלר ז"ל.

אפאר יאר נאכן חתונה האט ער זיך אריבערגעצויגען קיין אנטווערפען ווי ער האט געוואינט עד יום פטירתו, אין אנטווערפען האט די רב זיך נישט גערירט מד' אמות של הלכה נאר עוסק געווען בתורת ד' תמימה ימים ולילות ולא פסיק פומיה מגירסיה און געווען ברייט באקאנט אין שטאט מיט זיין גאונות און צדקות

אזוי אויך האט די רב אנגעקניפט א שטארקע קשר מיט צדיקי בית פשעווארסק וואס האבן עם שטארק מחבב געווען און צווישען אנדערע פלעגט כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א קומען יעדעס יאר ערב פסח פארקויפן די חמץ ביים באבובער דיין.

בשנת תש"מ האט באבוב געעפענט אן אייגענע שטיבל אין אנטווערפען און נישט לאנג דערויף איז הגה"צ ר' משה אויפגענומען געוארן דורך רבו הגדול בעל דברי שלמה מבאבוב צו דינען אלס אב"ד ודומ"צ באבוב אנטווערפען לשרת את הציבור לדעת את המעשה אשר יעשון וואס די רב האט אויסגעפירט במלוא מובן המילה פאר איבער 40 יאר ווי די רב האט מרביץ תורה געווען טראץ אסאך שוועריקייטן מתוך מסירות נפש,

די רב איז געווען די פאר העיר באקאנט אלס גאון עולם בקי בכל חדרי התורה און אויך אן עובד ד' מנעוריו און א בעל חסד נפלא,

די רב האט מבחר געווען די ספרים שו"ת מנחת משה ווי די רב האט געדרוקט טייל פון זיינע טיפזינגע תשובות בכל מקצועות התורה די רב איז אויך שטארק באקאנט געווען אלס די אוסר פון די באקאנטע אנטווערפען'ע סכך ווי זיין פסק איז אנגענומען געווארן להלכה בכל תפוצות ישראל.

די רב איז געווען א דמות פון א פארצייטישע רב וואס האט פארקערפעט און זיך תורה עבודה און גמ"ח אויף א גאר גרויסע פארנעם, די רב'ס מהות איז געווען כולו אומר כבוד און ווי נאר מהאט אנגעקוקט די רב האט אנגעכאפט א יראת הכבוד אבער די רב מצדו איז געווען ענוותן און שפל ברך, די רב איז געווען שטארק מקושר און רבותיו הקדושים לבית באבוב ווי ער פלעגט זיך קומען מסתופף זיין בצילם בעידן חדוותא ועד יומו האחרון איז די רב געבליבן מקושר צו מורו ורבו יבל"ח כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א און פלעגט קומען בעת שמחת צדיקים און אזוי אויך האט די רב געהאט די חזקה לענגערע יארן עולה צו זיין חתן תורה ביום שמחת תורה און כמים פנים אל פנים האט די באבובע רב עם ארויסגעוויזן גרויס חביבות און שטארק מכבד געווען,

און די לעצטערע יארן איז די רב ליידער געווען אפגעשוואכט בבחינת שברי לוחות און האט זיך מחזק געווען בשארית כוחותיו, ביז ער האט אויסגעהויכט זיין נשמה במעמד פון די בני המשפחה לדאבון לב כל בית ישראל, הצדיק אבד לדורו אבד, פנה הודה פנה זיוה פנה הדרה, וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ד'.

קלוגע ר' איד
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 05, 2022 11:22 am

Re: הגה"צ רבי משה האלבערשטאם זצ"ל דומ"ץ באבוב אנטווערפען

תגובהדורך קלוגע ר' איד » פרייטאג אוגוסט 05, 2022 9:22 am

באקאנט אז אלע רבנים בפרט אין אירופ ניצען זיין באקאנטע ספר
שו''ת מנחת משה וואס הלכה כמותו אין זייער אסאך ענינים

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 23427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: הגה"צ רבי משה האלבערשטאם זצ"ל דומ"ץ באבוב אנטווערפען

תגובהדורך לכאורה » זונטאג אוגוסט 07, 2022 11:23 pm

כ'דארף נאך טראכטן האט געשריבן:bobovwilly: R' Meilich Halberstam Sitting Shiva after his father in Antwerp till Wednesday morning 01132465877897 or 0113232396738

איינער ווייסט אפשר וואו דער עלטערער זוהן הרב יוסף יצחק שליט"א זיצט? און ביז ווען?
(נישט געזען אויף מתעסקים צעטל)

אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 16653
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: הגה"צ רבי משה האלבערשטאם זצ"ל דומ"ץ באבוב אנטווערפען

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג אוגוסט 07, 2022 11:38 pm

לכאורה האט געשריבן:
כ'דארף נאך טראכטן האט געשריבן:bobovwilly: R' Meilich Halberstam Sitting Shiva after his father in Antwerp till Wednesday morning 01132465877897 or 0113232396738

איינער ווייסט אפשר וואו דער עלטערער זוהן הרב יוסף יצחק שליט"א זיצט? און ביז ווען?
(נישט געזען אויף מתעסקים צעטל)


איך הער אז ער זיצט אין ב"פ
אבער מער פרטים ווייסט איך נישט דערווייל
ווען משיח וועט קומען וועט מען קענען ווייזן מיט די פינגער אויף אונז אלע
אז דער איז א אייוועלט איד וואס האט ארויס געוויזן זיין אהבת ישראל למעלה למעלה

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ששת אלפים
תגובות: 6015
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: הגה"צ רבי משה האלבערשטאם זצ"ל דומ"ץ באבוב אנטווערפען

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 1:08 am

קלוגע ר' איד האט געשריבן:באקאנט אז אלע רבנים בפרט אין אירופ ניצען זיין באקאנטע ספר
שו''ת מנחת משה וואס הלכה כמותו אין זייער אסאך ענינים

למשל?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 23427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: הגה"צ רבי משה האלבערשטאם זצ"ל דומ"ץ באבוב אנטווערפען

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 1:09 am

מומחה יוחס האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
כ'דארף נאך טראכטן האט געשריבן:bobovwilly: R' Meilich Halberstam Sitting Shiva after his father in Antwerp till Wednesday morning 01132465877897 or 0113232396738

איינער ווייסט אפשר וואו דער עלטערער זוהן הרב יוסף יצחק שליט"א זיצט? און ביז ווען?
(נישט געזען אויף מתעסקים צעטל)


איך הער אז ער זיצט אין ב"פ
אבער מער פרטים ווייסט איך נישט דערווייל

שוין באקומען פרטים אין אישי
ער זיצט ביי זיך אין שטוב, ביז מארגן נאכט

קלאר מאכן
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 25, 2010 10:54 pm

Re: הגה"צ רבי משה האלבערשטאם זצ"ל דומ"ץ באבוב אנטווערפען

תגובהדורך קלאר מאכן » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 12:11 pm

ווי אזוי איז רבי משה ז''ל בכלל אנגעקומען קיין אנטווערפן?

בעלזא אייניקעל
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 5:56 am

Re: הגה"צ רבי משה האלבערשטאם זצ"ל דומ"ץ באבוב אנטווערפען

תגובהדורך בעלזא אייניקעל » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 12:14 pm

ר שאול זצ"ל האט עם גערופען

אוועטאר
ראסיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 10, 2019 1:34 pm

Re: הגה"צ רבי משה האלבערשטאם זצ"ל דומ"ץ באבוב אנטווערפען

תגובהדורך ראסיל » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 12:40 pm

בעלזא אייניקעל האט געשריבן:ר שאול זצ"ל האט עם גערופען

הוטטערער?

שטארקע יסוד
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2022 11:54 am

Re: הגה"צ רבי משה האלבערשטאם זצ"ל דומ"ץ באבוב אנטווערפען

תגובהדורך שטארקע יסוד » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 1:20 pm

רבי משה הלברשטאם זצל.jpeg
רבי משה הלברשטאם זצל.jpeg (193.22 KiB) געזעהן 738 מאל

בדרך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 27, 2021 10:02 am

Re: הגה"צ רבי משה האלבערשטאם זצ"ל דומ"ץ באבוב אנטווערפען

תגובהדורך בדרך » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 1:24 pm

לכאורה האט געשריבן:
כ'דארף נאך טראכטן האט געשריבן:bobovwilly: R' Meilich Halberstam Sitting Shiva after his father in Antwerp till Wednesday morning 01132465877897 or 0113232396738

איינער ווייסט אפשר וואו דער עלטערער זוהן הרב יוסף יצחק שליט"א זיצט? און ביז ווען?
(נישט געזען אויף מתעסקים צעטל)
צוגעלייגטע
IMG_20220808_132327_180.jpg
IMG_20220808_132327_180.jpg (66.9 KiB) געזעהן 724 מאל

אוועטאר
טוב לי תורת פיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 13, 2018 2:51 pm

Re: הגה"צ רבי משה האלבערשטאם זצ"ל דומ"ץ באבוב אנטווערפען

תגובהדורך טוב לי תורת פיך » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 1:27 pm

בעלזא אייניקעל האט געשריבן:ר שאול זצ"ל האט עם גערופען

זיין עלטערער ברידער רבי בעריש זצ''ל איז געווען דארט א איידעם ביי א בעלזער און זיי האבן געזיכט א מגיד שיעור האט ער אים אהין געברענגט שפעטער איז ער געווארן רב און באבוב

ואתם הדבקים
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2022 12:06 am

Re: הגה"צ רבי משה האלבערשטאם זצ"ל דומ"ץ באבוב אנטווערפען

תגובהדורך ואתם הדבקים » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 1:27 pm

ראסיל האט געשריבן:
בעלזא אייניקעל האט געשריבן:ר שאול זצ"ל האט עם גערופען

הוטטערער?

וועלכע דען?

אוועטאר
דיעגא
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 21, 2022 11:22 am

Re: הגה"צ רבי משה האלבערשטאם זצ"ל דומ"ץ באבוב אנטווערפען

תגובהדורך דיעגא » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 2:35 pm

טוב לי תורת פיך האט געשריבן:
בעלזא אייניקעל האט געשריבן:ר שאול זצ"ל האט עם גערופען

זיין עלטערער ברידער רבי בעריש זצ''ל איז געווען דארט א איידעם ביי א בעלזער און זיי האבן געזיכט א מגיד שיעור האט ער אים אהין געברענגט שפעטער איז ער געווארן רב און באבוב


אמת, האט גארנישט געהאט מיט ר' שאול ז"ל בעלזא ישיבה האט איהם געברענגט.

בונם שארף
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 5:42 pm

Re: הגה"צ רבי משה האלבערשטאם זצ"ל דומ"ץ באבוב אנטווערפען

תגובהדורך בונם שארף » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 4:40 pm

פארגאנגענע וואך דברים אין משלחן מלכים איז געווען א שמועס פון אים מיט ה'אדמור מסאטמאר, זייער אינטערסאנט

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re: הגה"צ רבי משה האלבערשטאם זצ"ל דומ"ץ באבוב אנטווערפען

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 11:13 am

פונקט געטראפען דאס. תשי"ד
צוגעלייגטע
דער טאג 3 ספטמבר 1954.JPG
דער טאג 3 ספטמבר 1954.JPG (51.64 KiB) געזעהן 316 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר ששת אלפים
תגובות: 6143
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: הגה"צ רבי משה האלבערשטאם זצ"ל דומ"ץ באבוב אנטווערפען

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 1:46 pm

בן בוזי האט געשריבן:פונקט געטראפען דאס. תשי"ד


שיין!

מיר דערליווערן ביי קאר...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

כפרה
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: הגה"צ רבי משה האלבערשטאם זצ"ל דומ"ץ באבוב אנטווערפען

תגובהדורך כפרה » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 2:08 pm

בן בוזי האט געשריבן:פונקט געטראפען דאס. תשי"ד



https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 00#p271400


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bhforeverything, Haklal, Ice, MCITP, אשר ברא, בילדער, הירש בן משה, יונער, נודניק, נישטאמת, קאשע זופ, שטענדיג צופרידען און 69 געסט