היכי תמצא האט געשריבן:הינגער האט געשריבן:וואס זענען די מיליטערישע מעגליכקייטן פון דעי צוויי לענדער? גרויס פון ארמיי?
סערביע איז נאטירליך שטערקער.
א ריזיגען יישר כח היכי!
וואס איז די סיבה אז זיי זענען "נאטירליך" שטערקער?
די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער
היכי תמצא האט געשריבן:הינגער האט געשריבן:וואס זענען די מיליטערישע מעגליכקייטן פון דעי צוויי לענדער? גרויס פון ארמיי?
סערביע איז נאטירליך שטערקער.
פארדינט האט געשריבן:היכי תמצא האט געשריבן:הינגער האט געשריבן:וואס זענען די מיליטערישע מעגליכקייטן פון דעי צוויי לענדער? גרויס פון ארמיי?
סערביע איז נאטירליך שטערקער.
א ריזיגען יישר כח היכי!
וואס איז די סיבה אז זיי זענען "נאטירליך" שטערקער?
פאלעסיידס האט געשריבן:
סערביע איז געווען איינע פון די פלעצער -אינדרויסען פון מאמא רוסלאנד - ווי פוטין האט זיך די ערשטע פארלייגט 30 יאר צירוק צי ברעינוואשען קעגען די ציוועליזירטע וועלט און קעגען נאטא,
ער האט זאגאר דארט אריינגעברענגט אינגעלעך -וועלכע ער האט געגעבען דראגס- אז זיי זאלען שיסען רעכטס און לינקס אויף עטנישע בירגער כלומרשט האט דאס געדארפט זיין א נקמה קעגען נאטא -וואס האט לויט פוטין אונטערגעברענגט קאמוניזעם-
נאטא האט געארבעט שווער אז סזאל זיין סטאביל איבער די וועלט און דאס איז איינע פון די ערשטע תנאים וואס מדארף אונטערשרייבען ווען משליסט זיך אן
פוטינס קליקע האט זיך נוקם געווען און אנגעדרייט עטנישע מהומת און מלחמות, און האבען געברעינוואשט כל ערליי תירוצים פארוואס בלוט גיסט זיך אייביג ווי די קעי זשי בי יוניטס דרייען זיך,
שפעטער ווען די יו ען האט געבעטען נאטא אפצישטעלען די רציחות, האט פוטין ארויפגעשרויפט די פראפאגאנדע אז נאטא מישט זיך אריין און זיינע געשעפטען און ארעסטירט און אפגעווישט יעדע סערביע בירגער וועלכע האט זיך אנטקעגען געשטעלט די עף עס בי קאנטראל,
"געוועזענע" קעי זשי בי קאמאנדירען האבען געגרינדעט מאפיא און גענגסטער גרופעס וועלכע האבען אנגעזייט טעראר די וועלכע שטעלען זיך אנטקעגען די הייליגע גריכיש ארטאדאקס אימפעריע (אדום יון ביינעזאם) וועלכע איז איינע פון די סיבות אז רוסישע אימפעריע זאל זיין ממש איינס מיט די סערבען און פירען סערביע דורך מאפיא גענגס ביי די נאז,
די וועלט האט שפעטער באוויזען צי דילען מיט אנדערע סערביע בירגער וועלכע האבען געוואלט זייער ענדיגען די רוסישע קאראהוט און ארויסגעגעבען די מערדער און שותפים וועלכע פוטין האט גענוצט און סערביע
די נעמען פון די מערדער זענען געווען באקאנט אלס מילאסעוויטש, און דער דאקטער ראדאוויטש, און אנדערע וועלכע זענען געשטעלט געווארען ביים אינטערנאצינאלע געריכט אין די האג, ווי עטנישע בירגער האבען אויפגעטרעטען מיט האר אויפשטעלענדע עדות איבער שוידערליכע רציחות וואס דארט איז פארגעקומען ,
אבער די רוסישע קאמענדירען האט מען גארנישט געטון צוליב פחד שוחד און פראפאגאנדע וואס די קרעמלין האט אנגעפירט יענע יארען איבער די וועלט אריינגערעכנט די איינפלוס איבער די אינטערפאל,
נאך די פראצעסען האט די קרעמלין געגרינדעט און געהיים דורך "געוועזענע" קעי זשי בי און ספעטנץ גרופעס (רוסישע און סערבישע ספעטנאץ) א גרופע וועלכע האבען זיך גערופען די פינק פענטערס וועלכע האבען געהאט איין ציל צי רויבען דיאמאנטען גאלד קעש און די ווערט פון ביליאנען,
די גניבות זענען געגאנגען פון די גראף לארד געשעפטען און העטטען גארדען ביז טייערע ברענדס און לוקסעמבערג די שווייץ און אנטווערפען
פון שוועדען נאווערגיע ווי זיי האבען גערויבט בענק מיט קעש ביז יאפאן,
זיי האבען אויסגענוצט די ליבעראלע געזעצען און די אייראפעיאישע לענדער
(און בעלגיע קענסטו גנבענען א ווערט פון א האלבע ביליאן טאלער און זיצען נאר איין יאר און נאכדעם ארויסגעבען א בוך וואס די וועסט מאכען נאך אפאר 100 טויזענט טאלער,
און ווער רעדט נאך אויב און די בוך וועסטו שרייבען א קאנספיראציע אז די אידישע געלטגייציגע אנטווערפענע אידען מיט לאנגע נעזער האבען דיך געהייסען דעס טון פאר אינשורענס און די גרוזינע איטאליענע מאפיא פירער איז גאר א וויקטעם פון די דארטשיקע אידעלעך וועלכע דרייווען וועלאוס און די שול אריין מיט זייערע יוזענט,
אה דעמאלטס וועלען די בעלגישע אוטאריטעטען און באפעלקערונג מאכען א גאו פאנד מי פאר די מאפיאנער !!אלעס באזירט אויף א שרייבעריי פון א קרימענאל און זיין אייגענע בוך,)
צירוק צי די פינק פענטעירס וועלכע האבען אויסגענוצט די ליבעראלע אייראפעאישע געזעצען,
אויב סהאט אויסגעפעלט האבען זיי נאך אדורך געפירט קאמאנדא אקציעס און ארויסגעבראכען מיט העליקאפטערס (די וועלכע זענען שוין יא געזיצען פאר געציילטע יאר,) און זענען אנטלאפען צירוק קיין סערביע ווי זיי האבען זיך געדרייט מיט שיינע סוטס און באקומען העלדישע מיליטערישע אויפנאמעס וואס די עולם דארט האט אפגעראכטען פאר זייערע טשאטשקעלעך גנבים, זייערע מציונים וועלכע פייטען די גאנצע וועלט -וועלכע האט פלעין פיינט מילאסעוויטש- און די גאנצע וועלט איז שולדיג פארוואס סערביע האט סאנקציעס (סאנקציעס ביז זיי געבען ארויס די גענעסייד רוצחים, )
נו איז דען נישט בארעכטיגט בענק רויבעריי ווען די רוצחים דרייען זיך ארום מיט סאנקציעס אויפען קאפ? פון ערגעץ דארפען דאך די עליטע רוצחים קענען לעבען און שוואויל טאג!!
וויאזוי זאגט יענע גנב? אז איך בין א גנב טייטשט דאך אז יעדער איז א גנב, נו הגונב מין הגנב פטור...
די סערביע. די זעלבע סערבישע גנבים קליקע פון די הייליגע גריכישע רוסישע אימפעריע זענען טאקע געווען ווי ערווארטעט די איינציגסטע וואס האבען זיך ארויסגעשטעלט ברבים מיט מארשען לטובת די מיסילס וועלכע פליען אויף שפיטעלער און אוקריינע,
און די צייט וואס איבער די וועלט איז פארגעקומען ריזיגע מארטשען און שארפע פראטעסטען -מיט אוקריינע פענער - פארדאמענדיג די רציחות וועלכע איין אומציווילעזירטע לאנד האט זיך ארויף געווארפען אויף א שכן און טרייט איר צוציפליקען צורייסען און אויפעסען לעבעדיגערהייט
האט מען אין בעלגעראד מארשירט מיט גרויסע בילדער פון פוטין ,
באנדיטען האבען ארויפגעלייגט ריזיגע רוסישע פראפאגאנדע שילדען אויף זייערע טייערע געגאנבעטע אויטאס, ווען סבאכעט ווילדע נאציאנאליסטישע מוזיק, רעפ מוזיק און געשרייען אנגעפילט מיט האס קעגען די מערב, נאטא, אמעריקע ,
נעא נאצי געמישט מיט נאציאנאליסטישע גרופעס האבען זיך געדרייט מיט ריזיגע רוסישע פענער און מיט האקענקרייצען , און געשריגען קעגען די איד וועלכע האט פארכאפט קיעוו פון די הייליגע רוסישע פאטריאך, די שטאט וועלעכס באלאנגט אויך צי די גריכיש רוסיש ארטדאקסישע ברודערשאפט ניטל'שאפט ,
די שטאט קיעוו פון ווי די רוסישע גנבים שטאמען (גראדע איז די רוסישע אפשטאם אויך א רוסישע ליגענט ואכמ"ל)
א לאנד וועלכע האט נאך א קנאפע 10 פופצען יאר צירוק געהאלפען אויפהאלטען העקערס וועלכע האבען גערויבט ביליאנען פון בענק אף אמעריקע, יאהו, סוויפט, און אנדערע, א לאנד וועלכע האט געהאט באצאלטע בירגער וועלכע האבען געהאלפען "געוועזענע" קרעמלין פארבינדעטע אויסשפילען סאנקציעס פון יעדע וועלטס טראבעל מעיקער פון ליביע סערביע איראן ביז דעם דיקטאטור פון צפון גולאג קארעא,
ווי פאסט פאר אזאלכע געלונגענע גנבים אויסצידרייען די דאשיק און וועלען זיצען במנוחה אונטער די גאווערמענטס פון ענגלאנד אמעריקע לוקסעמבערג פוילען וועלכע ווערען געפירט דורך די זקני ציון, די ראטשילדס די וואנדערבילטס, ביל געיטס, לענדער ווי די סופרים קאורט פירט דערווייל די געזעץ און לאנד און נישט מאפיא גענגס און קארופציע (דערווייל!),
די סערביע, און די זעלבע סערביע קומט פאר די לעצטע וואך א שרעקעדיגע ערשיינונג וועלכע האט געשטעלט די גאנצע רוסישע קירכע מיט אירע בישאפען קארדינאלען אויף די הינטערשטע פיס..
אלע, אלע, בילדער פון פוטין ווערען אנגעשמירט מיט בלוט פון די אויגען,
צי די הערליכע בילדער פון א שטאלצע קעי זשי בי מאן ווערט ציגעלייגט היטלער שנויצען מיט גרויסע האקענקרייצען,
אלע פרא מלחמה פלאקאטען ווערען אנגעשמירט מיט לויזינגען ווי, רוסישע רוצחים הערט שוין אויף, רוסישע נאציס, קיינער דארף נישט קיין מלחמה,
אלע z סימבאלס ווערען אנגעפעינט און אויסגעמעקט , אנפאנג האט מען געמיינט אז נאטא און די זקני ציון האבען אריינגעשיקט א ראבאט,
אפשר גאר איז עס די היימארס??
און זיי האבען געמיינט אז די ערשיינונג וועט דורכגיין שנעלער ווי א קאוויד וועריאנט,
אבער יעצט שטעלט זיך ארויס שמערנישווייניגער אז אנשטענדיגע סערביע בירגער דרייען זיך ארום מיט ספרעי פעינט און טאש און פירען א מלחמה מיט די קאמוניסטישע וואנצעס און זייערע פראפאגאנדע,
מענטשען וועלכע זענען אנשטענדיגע ארבעטער -ריכטיגע סערבען- ווי בעקער טיטשערס און נאך, דרייען זיך אויף די גאסען פון בעלגעראד און פיקסען די פלאקאטען תיכף ווי די רוסישע גנבים ענדיגען עס פעיסטען אויף די שטיינערנע ווענט,
די רוסישע גריכישע פארטריאך האבען זיך שנעל פארזאמעלט און זייערע פרעפל הייזער ווי זיי ציען מסתמה אומאויפהערליך די גלאקען און צינדען ליכט אז פוטין פנים זאל מער נישט ווערען פארשמירט,
קען זיין אז אלטס רעאקציע וועלען זיי יעצט אוועק כאפען מגרש הרוסים פון די ציונים..
היכי תמצא האט געשריבן:שטומפיג האט געשריבן:שקויעך @היכי פארן אזוי שיין צונעמען די זאך.
וואס איז פשט פון די סערבישע רציחות?
זענען זיי נישט א געהעריגע אייראפעאישע לאנד ווי פוילן, אונגארן, סלאוואקיי וכו’?
ניין, סערביע איז נישט די בעסטע ווען עס קומט צו דעמאקראטיע. אבער דאס איז די זעלבע מיט די אנדערע באלקאן לענדער (יוגאסלאוויע, גריכנלאנד, בולגאריע, און די געגנט ארום).
די סיבה פאר די רציחות איז דער אור-אלטער קריסטליכע מעטאד פון מסדר זיין נישט-קריסטן.
עס איז היבש מער קאמפליצירט ווי דעם, אבער דאס איז די שורש.
די אטאמאנישע אימפעריע (די סולטאנען פון טערקיי) האבן רעגירט אויף די לענדער פאר איבער פינף הונדערט יאר מיט רוסלאנד אלס איר הויפט שונא. די סערבן האבן א געמיינזאמע רעליגיע מיט די רוסן (מזרח ארטאדאקס קריסטן), אויך זענען זיי ביידע סלאוון, די סערבישע שפראך איז נאנט צו רוסיש (אינעם זעלבן צווייג), און זייער בוכשטאבן אויך די זעלבע (סיריליש) וואס שטאמט אויך פון זייער געמיינזאמע רעליגיע.
פון די אנדערע זייט זענען אלבאניער און באסניער מוסלמענער (מילדע ליבעראלע, וועסט זיי קיינמאל דערקענען אלס מוסלמענער דא אין אמעריקע), און איינמאל יוגאסלאוויע איז צופאלן האבן די מזרח ארטאדאקסישע קריסטליכע סערבן מיט די לאנגע בערד מחליט געווען אויסצו'שחט'ן די ארומיגע אלבאניער, באסניער, און קראאטן וויבאלד זיי זענען מוסלמענער.
דאס איז בקיצור נמרץ, מער פון דעם וואלט פארדרייט דעם אשכול.
אנא עבדא האט געשריבן:ייש"כ אויף אלעס וואס דו שרייבסט.
א קליינע הערה איבער די הודעה:
קרואטיה האט א באזונדערע געשיכטע מיט סרביה, אבער ביידע זענען נוצרי'שע מדינות.
נישט צומישן צווישן זיי מיט באסניא / קאסובו.
כל טוב.
אנא עבדא האט געשריבן:היכי תמצא האט געשריבן:שטומפיג האט געשריבן:שקויעך @היכי פארן אזוי שיין צונעמען די זאך.
וואס איז פשט פון די סערבישע רציחות?
זענען זיי נישט א געהעריגע אייראפעאישע לאנד ווי פוילן, אונגארן, סלאוואקיי וכו’?
ניין, סערביע איז נישט די בעסטע ווען עס קומט צו דעמאקראטיע. אבער דאס איז די זעלבע מיט די אנדערע באלקאן לענדער (יוגאסלאוויע, גריכנלאנד, בולגאריע, און די געגנט ארום).
די סיבה פאר די רציחות איז דער אור-אלטער קריסטליכע מעטאד פון מסדר זיין נישט-קריסטן.
עס איז היבש מער קאמפליצירט ווי דעם, אבער דאס איז די שורש.
די אטאמאנישע אימפעריע (די סולטאנען פון טערקיי) האבן רעגירט אויף די לענדער פאר איבער פינף הונדערט יאר מיט רוסלאנד אלס איר הויפט שונא. די סערבן האבן א געמיינזאמע רעליגיע מיט די רוסן (מזרח ארטאדאקס קריסטן), אויך זענען זיי ביידע סלאוון, די סערבישע שפראך איז נאנט צו רוסיש (אינעם זעלבן צווייג), און זייער בוכשטאבן אויך די זעלבע (סיריליש) וואס שטאמט אויך פון זייער געמיינזאמע רעליגיע.
פון די אנדערע זייט זענען אלבאניער און באסניער מוסלמענער (מילדע ליבעראלע, וועסט זיי קיינמאל דערקענען אלס מוסלמענער דא אין אמעריקע), און איינמאל יוגאסלאוויע איז צופאלן האבן די מזרח ארטאדאקסישע קריסטליכע סערבן מיט די לאנגע בערד מחליט געווען אויסצו'שחט'ן די ארומיגע אלבאניער, באסניער, און קראאטן וויבאלד זיי זענען מוסלמענער.
דאס איז בקיצור נמרץ, מער פון דעם וואלט פארדרייט דעם אשכול.
ייש"כ אויף אלעס וואס דו שרייבסט.
א קליינע הערה איבער די הודעה:
קרואטיה האט א באזונדערע געשיכטע מיט סרביה, אבער ביידע זענען נוצרי'שע מדינות.
נישט צומישן צווישן זיי מיט באסניא / קאסובו.
כל טוב.
ישראל_הלוי האט געשריבן:די אי יו מעלדט אז דער קאסאווער פרעזידענט און דער סערבישער פרעמיער מיניסטער וועלן אפהאלטן געשפרעכן איבער א הסכם, אוגוסט 18 אין בריסל.
צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Ice, ארי וואהרמאן, ברית אבות, גילי, געזאגט און געטוהן, יואל שווארטץ, מה שמו, נאר אמונה, נודניק, עימעקס, פארצייטיש, שואלכענין און 67 געסט