תגובהדורך אורח הכבוד » פרייטאג אוגוסט 05, 2022 9:43 am
אוי מי יחמול עליך ירושלים?!
נעכטען ביים עצרת הספד און ביהמ"ד הגדול און קרית יואל (מהר''יי) - בעיקר ביי די געוואלדיגע דברי הספד פון מורינו הגה''צ רבי חיים הערש אב"ד ירושלים שליט''א מיט אזא ציבראכענקייט - האב איך אביסל אנגעהויבן צו שפירען אפס קציהו די טיפע יתמות און חלל וואס די רב זצוק''ל לאזט איבער פאר די וועלט בכלל און בפרט פאר די יקירי ירושלים עיה''ק וואס האבן און אים גיטראפען די אוזן קשבת בכל עת ובכל זמן ווען ס'האט זיך געהאנדעלט פון זיי וואספארא מערכה על קדושת העיר און האט אזויפיל געהאלפען אויסברייטערן בכמות ובאיכות די מלחמה לה' בעמלק מדור ודור הן מיט סור מרע שטייענדיג פעסט מיט א זעלטענע גראדקייט און אימבויגזאמקייט צו די מזימת רשע פון די שילטון הכופרים מיט אלע זייערע גזירות עד הדת וכל רז לא אניס ליה משכנע זיין מיט אינטערעסען און חשבונות איינצוגיין אויף וויתורים און פשרות און הן עשה טוב אזוי ווארעם מחזק געווען בגוף ובממון אלע לוחמי מלחמת ה' יאון עסקנים לש''ש יעדער און זיין תחום און אפגערעדט די אלע מנהלי המוסדות עטה''ק אלטע און נייע צו כוללים עטה''ק, אויפגעהויבן די דגל הקנאות בעיר ה' שמה מיט 'מסירת נפש ממש' ווען מ'האט אים דירעקט געמאכט פאר א מטרה לחץ און ס'געפלויגען חיצים ובליסטראות און די צייטונגען און מידיע מיט לשונות של גנאי און זיין ריכטונג בכדי אפצושוואכען זיין הייליגע השפעה איז ער - כאטש זיין אויסערגעווענליכע שפלות רוח וענוות חן- געשטאנען ווי א לייב מיט אזא אמת און ישרות, און ניטאמאל האט ער געהאלטן אז ער טוהט מיט דעים עפעס אויסערגעווענליך נאר ס''ה זיין חיוב און תפקיד, און בכוחו וזכותו האט זיך בס''ד אזוי אויסגעשפרייט די לגיון של מלך בכמות ובאיכות וואס האט געהאט א געוואלדיגע השפעה אויף ירושלים של מעלה וקדושה ראשונה קדשה לשעתא וקדשה לעתיד לבא און ס'איז זיכער אז די רישומא קדישא און די גרויסע השפעה וועט אוודאי בלייבען איינגעקריצט לדורות עולם ביז מ'וועל מיר בקרוב זוכה זיין צו די גאולה שלימה בב''א