בלאט 1 פון 1

בעילאוט פלאן דורכגעפאלן אין קאנגרעסס

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2008 12:43 pm
דורך שוועמל
היינט ערב ר"ה תשסט קומען פאר די וואלן אין קאנגרעס ווען דאס מערהייט שטימט קעגן דעם בוש בעילאוט פלאן פון ספאנסארן 700 ביליאן פאר די בענק.
רעזולטאטן זענען 226 קעגן 207.

דאו איז אראפ 500
נעסדעק אראפ 125
ספ אראפ 65


חברים נעמט שוין ארויס אלע געלטער פון די בענק !
מיר שפאצירן אריין אין א רעסעסיע, תכלה שנה וקללותיה.

אפדעיט וועט נאכפאלגען אי"ה.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2008 1:11 pm
דורך שוועמל
א מאושען איז אריינגעגעבן געווארן אויפן ארט, וואס איז נאכגעגעבן געווארן.

דא קענט איר ליינען די ביל מיט אירע דעטאלן אויף וואס מ'האט דעבאטירט
http://i.cdn.turner.com/cnn/2008/images ... 04_xml.pdf

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2008 1:20 pm
דורך פריץ
טויש ס'קעפל צי קאנגרעס

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2008 1:21 pm
דורך פריץ
איך האב זייער מורא אז מיטן נייעם יאר וועט די בעילאוט אפראווד
עפעס מיטן אלטן יאר ווילן זיין נישט גיין

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2008 1:30 pm
דורך שוועמל
אזויווי די מאושען איז דורכגעגאנגען וועט מען לכאורה איבערמאכן די ביל, האפנטליך וועט עס דעמאלטס יא דורכגיין.

דא האט איר א גאנץ גוטע אפשאצונג איבער די דורכגעפאלענע ביל, און פארוואס עס איז דורכגעפאלן
http://www.msnbc.msn.com/id/3032619/#26945147

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2008 2:06 pm
דורך זאנוויל
די נומערן מער פונקטלעך:

228 געשטימט קעגן 205 געשטימט דערפאר.

141 פון 235 דעמאקראטן געשטימט דערפאר, 132 פון 199 רעפאבליקאנער געשטימט דערקעגן.

דאו טראסקעט מיט קרוב מי 700.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2008 4:07 pm
דורך שוועמל
זשאסט פאר די רעקארד
דאו האט זיך געשלאסן אין א היסטארישע 777 פאוינטס אראפ !!!!!!!
אויף דעם איז געזאגט געווארן תכלה שנה וקללותיה.

אז די צייט וועט ערלויבן איז כדאי צו באשרייבן די השתלשלות פון דעם היסטארישן דעבאטע וואס די גאנצע וועלט האט מיטגעהאלטן.
די מחלוקה צווישן די דעמאקראטישע ספיקער פעלאסי מיט דעם ראפובליקאנער הענרי באהנער איז ווערט א באשרייבונג.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 01, 2008 10:23 pm
דורך קרעמער
עפעס א פריש אויסגעארבעטע פעקל איז יעצט ביינאכט מוצאי ר"ה אדורך אין סענאט מיט א שטארקע מערהייט, ס'הייסט אז קאנגרעס וועט זיך ווידער נעמען דערצו פרייטאג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2008 1:35 am
דורך שוועמל
דער נייער ביל איז באשטעטיגט אין סענאט ב"ה.
74 קעגן 25. ביידע פרעזידענט קאנדידאטן האבן געשטימט דערפאר.

איינס פון די מערקבארסטע שינויים זענען, אז די אינשורענס פון FDIC איז געהעכערט געווארן צו $250,000 אנשטאט די ביז היצטיגע $100,000, דאס מיינט אז טרעזשורי דעפארטמענט וועט פולערהייט שטיצן די בענק אינשורענס, א געוואלדיגער אויפטו פאר אקאונט האלדערס אין בענק.

יעצט האפט מען וועט עס דורכגיין אין קאנגרעס אויכעט ווי באשטימט נאך א זיצונג דעם פרייטאג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2008 3:11 am
דורך לאקשען ברעט
לאמיר האפען אז עס וועט נישט דורך גיין
דא קענט איר הערען א אויפריכטיגע אפשאצונג דערוועגען איז צי עס איז גוט צי נישט
http://garynull.progressiveradionetwork ... 92608.aspx

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2008 12:19 pm
דורך שוועמל
לאקש,
אויב דער ביל גייט נישט דורך דאן שפאצירן מיר אריין אין א טיפע רעסעסיע, ענליך צו די 'גרעיט דעפרעשאן' פאר 80 יאר צוריק.

יעדער יחיד איז אויסגעשטעלט צו ליידן דערפון.

אני מאמין באמונה שלמה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים, אמן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2008 10:11 pm
דורך זאנוויל
שוועמעל, און אויב גייט ער יא דורך....???
דאן וועט כאטש די רעגירונג אויך אריין פלאטשקענען געניג טיף אז אפילו ברויטלעך וואס מען האט דעמאלטס געטיילט זאלן זיי אויך נישט קענען....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2008 10:21 pm
דורך שוועמל
אזוי זאגן די 'מארשעל לאו' חברה.
די זעלביגע ברענגען בילדער אז בוש גרייט צו קאנצענטראציע לאגערן מיט מיליאנען 'בּאַדי בעגס' פאר אמעריקאנער פאר די אויפקומענדע האלאקאוסט, און די זעלבע האבן געשריגן אז די WTC האט בוש אראפגעברענגט, די זעלבע גייען יעצט שרייען דאס זעלבע אויפן קומענדיגן פרעזידענט אפגעזען מעקעין צי אבאמא.

דו ווייסט וויפיל געלט ס'יז דא אין פעדעראל רעזערוו?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 03, 2008 9:12 am
דורך בןהרחמן
אגב, אז מען רעדט פון די FDIC האב איך די וואך געהערט אז דאס וואס מען איז פארזיכערט אויף 100 אלפים (צי 250 לויטן נייעם ביל) גייט אויפן סאשעל סעקיוריטי (אדער טעקס איי.די.) פונעם פערזאן און נישט יעדע באנק פאר זיך, דהיינו אויב איינער האט 100 אלפים אין טשעיס און נאך 100 אלפים אין HSBC וועט ער נאר זיין בארעכטיגט צו איין מאל 100 אלפים, אבער ביי לייף אינשורענס גיי יא עקסטער יעדע קאמפאני, ממילא אויב איינער האט שוין ביי איין קאמפאני די מאקסימום וויפיל מען איז פארזיכערט און ער וויל מאכן מער פון דעם, זאל ער ענדערש מאכן די איבריגע ביי א צווייטע קאמפאני.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 03, 2008 10:28 am
דורך זאנוויל
שוועמעל, וויפיל געלט די פעדעראל רעזערוו האט ווייס איך נישט אדרבה דערצייל מיר.

אבער בעיקר האב איך געמיינט אז זיי נישט אזוי זיכער אז מיטן בעילאט פלאן וועט מען ארויס גיין פון רעסעסיע.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 03, 2008 1:17 pm
דורך זאנוויל
ביילוט פלאן איז ענדליך היינט פאראיבער אונעם קאנגרעס 263 קעגן 171.

דער עיקר לאמיר האפן אז עפעס וועט זיך אויסקאכן דערפון, אויב נישט מי יודע ביז ווי אונז וועל מיר אנקומען.
די דוא האט זיך שוין עטוואס געהויבן א דאנק דעם.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 03, 2008 3:36 pm
דורך שוועמל
זנביל;
שכוח פאר די באריכט.