בלאט 1 פון 1
איבערבליק אויף תשס"ח
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2008 8:34 pm
דורך קרעמער
קרעטשמע נייעס
1. ווערט א טייל פון "אידישע וועלט"
2. באקומט א פרישע פנים דורך נייע מיטגלידער, אריינגערעכנט: ר' שמחה, שאץ-מאץ, פארשלאפן, זיידעניו, ביקסאד, שמואל'יקל, יידישיסט, גד, אינטעליגענט, וכו' וכו'.
3. אחראים ווערן אויפגענומען, פרישע פארומס ווערן געעפענט (על הצדיקים, פליטת סופריהם).
אידישע נייעס
1. קליין קינד אין וויליאמסבורג נעדר ל"ע דורך פארהאנקערטע עלעוועיטאר
2. בחור אין קעמפ נעדר ל"ע נאכן פאלן פון בוים
3. טאטע נעדר ל"ע נאכן ראטעווען קינד פון וואסער אין לאס אנדזשעלעס
4. 3 בחורים שמאכטן ל"ע אין יאפאנעזער טורמע
5. חיים האלענדער ווערט ב"ה באפרייט פון טורמע
6. שמוציגע האטליין פארמאכט זיך ב"ה
7. פולמוסין איבער אריזאנע ווייץ / דערי לולבים
8. נייע שטעטלעך קומען אויף: מיניסינג, סוואן לעיק, קרית אברכים (גני שמש..)
9. "אפארדעבל" חתונה פלאן ווערט איינגעפעדעמט
10. גאטשי בערי געטראנק מאכט העדליינס
11. פרק שירה ווערט א טעגליכע אנאנס אין דבר יום ביומו, באקומט בלעטל אין מעלות
12. ריזיגע קאנצערט אפגערופן
ניו יארקער נייעס
1. גאווערנאר שפיצער רעזיגנירט אין שאנדע
2. ערשטע שווארצע, לעגאל בלינדע גאווערנאר פעטערסאן
3. בלומבערג'ס אנגעלייגטקייט פלאן (רעכענען געלט פארן אריינפארן אין מאנהעטן) פאלט דורך
4. שמחה פעלדער פארלירט סטעיט סענאט וואלן
5. דניאל סקוואדראן באזיגט קאנאר
6. בייק ליין שפרייט זיך אויס לענגאויס בעדפארד, ווייט
אמעריקאנע נייעס
1. קלינטאן פארלירט דעמאקראטישע פריימעריס
2. ערשטע שווארצע קאנדידאט געווינט נאמינאציע פון גרויסע פארטיי: באראק אבאמא
3. עלטסטע קאנדידאט נאמינירט ביי רעפובליקאנער: דזשאן מעקעין
4. ערשטע פרוי וויצע פרעזידענט קאנדידאט ביי רעפובליקאנער: שרה פעילין
5. אויל דערגרייכט רעקארד 147 (גליטשט שפעטער אראפ צו אונטער 100), גאזאלין רעקארד איבער 4 דאלער
6. מארטגעדזש ריזן פעני מעי און פרעדי מעק ווערן איבערגענומען דורך רעגירונג
7. טים ראסערט פון "מיעט די פרעס" שטארבט פלוצים
8. טעד קענעדי דיאגנאזירט מיט די ביטערע מחלה אין מח ל"ע
9. לעהמאן בראדערס גייען באנקראט
10. סטימיולעס טשעקלעך קומען אן צו די בירגער
11. האריקעין גוסטאוו און אייק קערן איבער לואיזיאנא, טעקסעס
וועלטליכע נייעס
1. רוסלאנד אינוואדירט גרוזיע (מעדוועדעוו ווערט פרעזידענט, פוטין פרעמיער)
2. פאקיסטאן: בוטא אומגעברענגט אין אטענטאט, מושאראף פליט, בוטא'ס מאן ווערט פרעזידענט
3. כינע: אלימפיקס, אסטראנאט שפאצירט אין ספעיס, פארפעסטיגטע מילך, ערדציטערניש הרג'ט טויזנטער
4. זימבאבווע: לאנגיעריגע שונאים פארמירן אחדות רעגירונג
5. מדינת ישראל: אולמערט רעזיגנירט צוליב קארופציע, ליבני געווינט קדימה פריימערי (שרון נאכנישט טויט!), מדינת ישראל-חיזבאלא ארעסטאנטן אויסטויש, מדינת ישראל-כאמאס פייער-אפשטעל
6. לבנון באקומט ענדליך א פרעזידענט
7. כאמאס גרעניץ מיט עגיפטן ווערן אויפגעבראכן, טויזנטער וואנדערן אויס
8. קאלאמביאנער רעבעלן פארכאפט, משכונות באפרייט
9. טיבעטער ראיאטן ווערן אונטערדרוקט
10. נעפאל פארלירט מאנארכיע
11. איטאליע'ס בערלוסקאני צוריק צו דער מאכט
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2008 8:38 pm
דורך איך_הער
WOW, כ'קען מיך אויף די מינוט נישט דערמאנען, צו איר האט עפעס אויסגעלאזט, א שיינע קיצור געמאכט. יישר כח.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2008 8:39 pm
דורך קרעמער
אדרבה, ווער עס קען עפעס דערמאנען איז מכובד דאס אויפצוברענגן.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2008 7:00 am
דורך יאנאש
א גאנץ יאר קוקן מיר אויס פאר דעם קיצור, עס איז א מעסטער פיס (מיט א פינטל) במלוא מובן המילה, יישר כח פרעזידענט פון קנ"א, און א גוט געבענטש יאר, נעקסטע יאר זאל די ערשטע ליניע ביי איטליכע אפטיילונג זיין 'משיח צדקינו ערשיינט אויפן ווייסן אייזל צו אויסלייזן דער אייבערשטנס אויסדערוועלט פאלק נאך קרוב צו צוויי טויזענט יאר אין פארשידענע גלות'ן' אמן.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2008 8:36 am
דורך שוועמל
ריאנאש ס'מיז נישט זיין נעקסטע יאר. נאך דא צייט דערפאר היי יאר אויכעט:
איבערבליק פון תשס"ח [אפדעיטעד]
משיח צדקינו ערשיינט אויסלייזן דעם אידישן פאלק פון גלות.
קרעטשמע מיט אלע אירע מיטגלידער טראנספארטירן אריבער צו די גרעניצן פון ארץ ישראל.
אוי הלואי .. ואע"פ שיתמהמה עכ"ז אחכה לו בכל יום שיבא
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2008 9:22 am
דורך צייטליך
קרעמער, א ריזיגער ארבייט אראפגעלייגט. א גרויסן יישר כח.
וואס וואלט לויט דיר געווען "דער געשעהניש פון יאר"? צוטייל אום אין וועלטליכע נייעס און אין אידישע נייעס.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2008 10:30 am
דורך זיידעניו
נאך א קורצע רשימה מיט געשעהענישן פון דאס יאר וואס הרב קרעמער מרוב בקאיתו וחרפתו האט עס פארזעהן.
קרעטשמע נייעסקרעמער און איך הער קומען אן צו רעקארד פון 10.000 תגובות
הערליכע מפתחות באשיינען די ארדענונג אינעם קרעטשמע
מאשקעס מפתח פאר פורים
חיים ברוך'ס מפתח ביזנעס און טעק
קרעמער'ס מפתח אויף שפראך און גראמאטיקא
זיידעניו'ס מפתח אויף על הצדיקים
זיידעניו'ס און טריאוי מפתח אויף די יארצייטן
מאשקע'ס מפתח אויף מוזיק
זיידעניו'ס מפתח אויף מידי מידי בשבתו
אלטע בחור ווערט ערוועלט אלץ ראש הקהל
מאשקע ווערט נישט נעלם,
פאלשע גילו אלארעם מאכט פראמינענטע שאדן,
נייער אמענדמענד נישט לייגן א לינק צו יו טוב ווערט אויפגונמען דורכן ציבור מיט פרייד
אידישע נייעס די פטירה און לויה פון הגה"צ אב"ד מאנטיווידעא זצ"ל
משפחת יאקאבאוויטש ווערן ארעסטירט
אדמו"ר מספינקא ווערט אנגעקלאגט
די וויליאמסבורג טראלי ווערט פארמאכט
אלפא פאוין ברעכט אונטער אין פארקופט זיך פאר קאנעקט
ביהמ"ד יאוואזשנע ווערט געטראפן אין א שריפה
א שריפה ביי די גראסערי פון העריסאן הופער
דער שפאקטיוו גייט אינטער רבנישיי אויפזיכט
קול מבשר דריפלט אירע מעגליכקייטן און אויסוואלן
ליע עוו. בריק העכער די הייוועי ווערט אפגעשאצט פון די שוואכסטע אין ניו יארק
וואלאבויט ווערט געטוישט צו לאשאנץ
הצלה אין בארא פארק מאכט צערעמאניע מיט אלע פאליטישענס
הצלה אין וויליאמסבורג באקומט נייע אמבולאנס
הרב הערשל מייזליש ווערט א חרידישע געזונטהייט שטערן
די ווענט אין וויליאמסבורג באקומען ריזיגע בילבארד כנוסח מאנהעטן
חרידישע אקטאר פון האליוואד ציט זיך ארויס פון מאווי נאך ארטעדאקסישע דרוק
תורה לופלעטן פון לכו נרננה ווערן אויסגעברייטערט אויף שנאר קאמפיינס, אדווערטייזמענסט, און פאשקעווילן
אידן קויפן ד' אמות זכות שמירת שמיטה פון קרקע א"י
פירות ארץ ישראל ווערן אימפאטירט קיין אמעריקא
דשזעי נעט נייע טעכנעלאגיע מיטן דערקענען בילדער
מוסדות צעטרייסלט פון פלינצלינגע פטירה פון הנגיד בנציון דונער ע"ה
ארכילאגן טרעפן א זיגל אין מטבעות מחצית השקל מזמן הבית
וויליאמסבורג בולעטין שרינקט פון א צייטונג צו א אדווערטייזמענט מאגאזין
די ערשטע ריזיגע דינער פאר אר סי סי עס מיט אירע דיקע דזשענראלן איז צום געדענקן
די דרשות פון ר שלמה באכנער ביים בוני עולם דינערס ליגט אין זכרון
וועלטליכע נייעס ראבארט מוגאבי און רעלא אנדינגא מאכן זיכער צו זיין וועכענטליך אויף די העדליינס
טשיינע שיקט ספעיס שאטל צום ערשן מאל פאר א 13 מינוט ספעיס שפאציר
טויזענעטר שפילצייג פון טשיינע זענען פארפעסטיט מיט לעד און די מילך פארסמט
פיף טויזענט טויטע טרופן אין איראק
געהעכרטע צאל טרופן ווערן געשיקט
געוואלטאטן אין איראק פאלן דראסטיש
איראן מאכט מיליטערישע מאנאווארעס אין צוגריינוג צו א מלחמה
מלחמה אין איראק ציט אריין אין די ביליאנע דאלארן
נייע אמבאסאדאר פאר אמעריקע אין איראק
ענגלישע פרעמיער גארדן ברוין ווערט ערוועלט
אלטער פרעמיער מיניסטער פון בריטן ווערן א מיטל מזרח פארהאנדלער
בוש לאזט זיך פאטאגראפירן מיט אולמערט און אבאס כאילו מען גייט שלום מאכן
שלום פלאן פארהאנקערט זיך און שלאפט איין
מצרים כאפט א שיף מיט טעראריסטן
נייע טראקס מיט שטארקע מעטאל און אויסשטאפירט מיט דשעמערס פאר רויאד זייט באמבעס
טעראריסטן אין ארץ ישראל קימען אויף מיט נייע איידיעס ניצן בולדורס און טרעקטראס
שיסעריי אין ישיבת מרכז הרב ברענג און ר"ל אכט בחורים
רוסלאנד בויט צוריק די אייזערנע וואנט
איראן און נארט קאריע הערן אויף און הייבן אן מיט נוקלארע אינריכטונגען
סאמאליע שיף רויבער דערשרעקן זיך נישט פון די אמעיקאנע און רוסישע מלחמה שיפן
אמעריקאנע נייעסאמעריקע באזוכט די מאדים
אמעריקא שיסט אראפ מיט א פינקטליכקייט א סעטעליט און רוסלאנד דערשרעקט זיך פון די פינקטליכע טעכנעלאגיע
בלומבערג פלאן פון אכט דאלר איינטריט קיין מאנהעטן דורכגעפאלן
עמ טי עי העכערט די פרייזן
טעקסיס ווען אויסגעשטאטעט מיט קרעדיט קארס אין גי פי עס
טעקסיס גייען אויף סטרייק
גראוינד זערא בויעט מען און פולען שוואנג
סטימיולעט טשעקס קומן אן צו אמעריקאנע שטייער צאלער
פאלציי שיסן א שחור און עס ברענגט פראטעסטן און ראיאטן
גאגעל קוט אויף מיט א נייע טעלעפוין און א נייע בראויזער
בוש גייט אריין אין די היסטאריע מיט די ניריגסטע צופרידנהייט ראטע
די סטאקס גייט ארויף די העכסטע אין די רעקאד צו 1400 און נאכער קראכט עס (לפני שבר גאון)
מען בויט סעלפוין טארעם'ס אויף די וועג קיין קאנאדע
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2008 10:46 am
דורך אלעקסיי
נישטא וואס צוצולייגען. איינס בעסער פונעם צווייטען. ייש"כ ר' קרעמער און רבינו הזקן.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2008 11:24 am
דורך אלטעבחורל
קרעמער;
יו דיד עי וועל דזשאַב.
אין קורצן אויסגעפראקט דאס יאר וואס אידישע קינדער זענען דורך.
טייל א שמייכל, אין טייל ליידער א קנאַק אין בייכל, אאאאָבער גוט געזאגט, וואויל ארויס געברענגט.
זאל שוין תָכל שנה - ותָחל שנה נאר מיט גוטן...
טענקס קעמער, דו ביסט די בעסט עס יוזשעל.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2008 12:02 pm
דורך מיללער
זייער גוט און צום פונקט, קרעמער.
זיידעניו, די הוספות זענען שוין מער ווי די אריגינעלע עליות, זייער שיין, כה לחי!
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 01, 2008 10:20 pm
דורך זאנוויל
יש"כ קרעמער עס איז געווען זייער זיס און געשמאק.
זיידעניו דיר געב איך נישט קיין שכועח ווייל דו האסט אויסגעלאזט זעקס וויכטיגע נייעסער:
1) זיידעניו טוישט זיך בילד פון אן אלטן בחור צי א אלטע חסידישער איד פון דערהיים.
2)זיידעניו טוישט זיך ווידעראמאל בילד צי א ליטווישן גאדעל.
3)זיידעניו פירט א דורכגעפאלענעם קאמפיין פאר מאשקע מ. ראש הקהל.
4)זיידעניו ווערט א שר שלושת אלפים.
5)זיידעניו ווערט פארשווינדן פאר אפאר חדשים.
6)זיידעניו קומט צוביסלך צוריק.
אבער נאך אלעם א ארבייט האסטו געמאכט א פיינעם, יש"כ.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 01, 2008 10:22 pm
דורך קרעמער
יישר כח זיידעניו, איר האט א שטארקן קעפל!
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 01, 2008 11:31 pm
דורך זיידעניו
זאנוויל האט געשריבן:יש"כ קרעמער עס איז געווען זייער זיס און געשמאק.
זיידעניו דיר געב איך נישט קיין שכועח ווייל דו האסט אויסגעלאזט זעקס וויכטיגע נייעסער:
1) זיידעניו טוישט זיך בילד פון אן אלטן בחור צי א אלטע חסידישער איד פון דערהיים.
2)זיידעניו טוישט זיך ווידעראמאל בילד צי א ליטווישן גאדעל.
3)זיידעניו פירט א דורכגעפאלענעם קאמפיין פאר מאשקע מ. ראש הקהל.
4)זיידעניו ווערט א שר שלושת אלפים.
5)זיידעניו ווערט פארשווינדן פאר אפאר חדשים.
6)זיידעניו קומט צוביסלך צוריק.
אבער נאך אלעם א ארבייט האסטו געמאכט א פיינעם, יש"כ.
ר' זאנוויל עס איז מיר א חידוש ווי די געדענקסט אזוי גוט, דעטאלן בשעת דו ביסט אפילו קיין תושב נישט געווען, ווייל קוקענדיג אינעם פרופיל זעה איך זיך
איינגעשריבן: מיטוואך ספטמבר 24, 2008 11:59 am
און טאקע איז דאס קענטיג ביי דיין דריטע סעיף ווען די האסט פארטוישט די נעמען, מיר האבן געפירט א געלונגענעם קאמפיין פארן אלטען בחור און מיר האבן אים אזוי טיף אריינברענגט אז קוים אמאל אמאל קומט ער ארויס צום ציבור.
אבער אלענספאל א יישר כח פארן מיר מאכן עטוואס א חלק פון די יארישע געשעהנישן....
אבער נאך אלעם א ארבייט האסטו געמאכט א פיינעם, יש"כ.
בד"וו איך האב צוגעלייגט א געשעהניש איצטערט
וועגן די תקנה פון נישט לייגן א לינק צו יו טוב וואס לדעתי לדעתי איז דאס געווען א גאר שטארקע טריט נענטער צו ערליכקייט און קדושה, און עס האט היבש געטוישט און געצוימט די מהלך היומי אינעם קרעטשמע.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2008 9:46 am
דורך יגרסהדותא
קרעמער; א הערליכער ארבעט, יש"כ
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2008 10:06 am
דורך זאנוויל
זיידעניו האט געשריבן:זאנוויל האט געשריבן:יש"כ קרעמער עס איז געווען זייער זיס און געשמאק.
זיידעניו דיר געב איך נישט קיין שכועח ווייל דו האסט אויסגעלאזט זעקס וויכטיגע נייעסער:
1) זיידעניו טוישט זיך בילד פון אן אלטן בחור צי א אלטע חסידישער איד פון דערהיים.
2)זיידעניו טוישט זיך ווידעראמאל בילד צי א ליטווישן גאדעל.
3)זיידעניו פירט א דורכגעפאלענעם קאמפיין פאר מאשקע מ. ראש הקהל.
4)זיידעניו ווערט א שר שלושת אלפים.
5)זיידעניו ווערט פארשווינדן פאר אפאר חדשים.
6)זיידעניו קומט צוביסלך צוריק.
אבער נאך אלעם א ארבייט האסטו געמאכט א פיינעם, יש"כ.
ר' זאנוויל עס איז מיר א חידוש ווי די געדענקסט אזוי גוט, דעטאלן בשעת דו ביסט אפילו קיין תושב נישט געווען, ווייל קוקענדיג אינעם פרופיל זעה איך זיך
איינגעשריבן: מיטוואך ספטמבר 24, 2008 11:59 am
און טאקע איז דאס קענטיג ביי דיין דריטע סעיף ווען די האסט פארטוישט די נעמען, מיר האבן געפירט א געלונגענעם קאמפיין פארן אלטען בחור און מיר האבן אים אזוי טיף אריינברענגט אז קוים אמאל אמאל קומט ער ארויס צום ציבור.
אבער אלענספאל א יישר כח פארן מיר מאכן עטוואס א חלק פון די יארישע געשעהנישן....
ווייסט דאך זיידעניו הינדערטער אידן זענען נהנה פון דעם מקום אן זיין א מעמבער דא און צומאל האלטן זיי נאך מיט מער ווי א גרויס חלק פון די מעמבערס, ועוד....
לגבי מיין דריטע סעיף טאקע גערעכט טעיתי, אבער איצט ליגט די פליכט אויף דיינע פלייצעס אים ארויס צושלעפן פון די טיפענישען.......
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2008 1:08 pm
דורך וויכטיג מאכער
קרעמער, זייער פיין אראפגעלייגט, (יויש! כ'דערמאן מיך צוריק)
איין "וויכטיגע" זאך האסטע פארגעסן, די ערשיינונג פון "וויכטיג מאכער" אין קרעטשמע, (כ'פיט נישט אריין אין די וכו')
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2008 10:04 pm
דורך טהור-עיניים
ריזיגע באמבאסטישע שכוח פאר קרעמער און זיידעניו
איך וויל נאר צולייגן מיינע צוויי גראשן
- פטירת אדמו"ר רבי בעריש מספינקא זצ"ל אין יונגען עלטער איין יאר נאך די טראגישע אומקום פון זיין רבי'צין
- ערעפענונג פון נייעם הערליכן אויג פארכאפנדן סטאלינער שול אין מאנסי
- ערעפענונג פון נייעם הערליכן (מאנסי) וויזשניצער שול אין ווילאמסבורג
- פרעס טראק געווען אין ווילאמסבורג
- אפפראוועל רעיטינג פון קאנגרעס פאלט צו ניין פראצענט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2008 10:25 pm
דורך איך_הער
זיידעניו, דא האסטו פאר דיר אן עקסטערע יישר כח. (פשוט ווייל דו האסט עפעס געשריבן פון מיר אויך...)
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 03, 2008 12:43 pm
דורך abimlaibt
קרעמער
זיידעניו
און אפילו דו אויך "טהור עינים"
איר אלע האט ארויסגעברענגט א 'ליקוט קיצור גדול'' אויב עס קען אזוי אנגערופען ווערען,
א גרויסן יישר כוח פאר אייער ארבעט און צייט.
עס האט מיך דערמאנט כמעט אלע מיינע מצבים דורך אויס דעם פארגאנגענעם יאר,
ליידער איז געווען זייער זייער אסאך צרות ישראל, מער ווי גענוג,
און באמת איז געווען גאר גוטע נייעסן אויך,
די נאטור איז נאר אז גוטע נייעס מאכן נישט זאנע העדליינס ווי די נישט גוטע נייעס,
ממילא ווען מען מאכט א ליסט און א סך הכל פון נייעסן, קומט בע"כ ארויס מער נעגעטיוו ווי פאסיטיוו,
און די סיבה דערצו איז ווייל מיר לעבן אין א סטענדארט וואס אלעס דארף גיין וואו געוואונטשען,
און ווען עפעס גייט נישט ווי מען האט געטראכט איז א גאנצע סומעטאכע, און מען מאכט העדליינס,
אבער עס ניעמט נישט אוועק אפילו איין פראצענט פון די צרות ליידער, זאל שוין טאקע זיין
תכלה שנה וקללותיה, ותחל ה'שנה בהא הידועה וברכותיה, אמן.