נקודה למחשבה האט געשריבן:nodeJS האט געשריבן:יש הנאה האט געשריבן:
מען קען נישט צולייגן קיין ציפערן אינמיטן העלן טאג, עס וועט זיין שרעקליכע בזיונות...
האבעך דאך געמיינט ארויסברענגען אז די חברה האבן קיין פראבלעם, עולם גולם סייענס גלויביגע וועלן גארנישט כאפן, וועט מען דרייען אביסל מיט'ן צונג, דרייען דעם חשבון ארויף אראפ, און נאך צושטעלן א "סייענטיפישע" פלפול גג על גג און דעט'ס איט. פראבלם סאלווד...
זייער קלאר!
סייענטיסטן וואס קענען מיט אזויגערופענע ערענסטע פענימער דעקלערן אז די וועלט מיט אלעס אין דעם, איז געשען בטעות. דא רעדט מען פון א וועלט וואס יעדע זאך האט א סיבה! אויב די הארגעסט מוסקיטא'ס, וועט מער נישט וואקסען! זיי טראגען ארום באצילן ווי עס דארף אנקומען! בשעת די ליינסט מיינע ווערטער, זענען דא מיליאנען סעלס אין דיין קערפער וואס ארבעטען באחדות דיך צו האלטען ביים לעבן! יעדע סעל איז א סאלער סיסטעם פאר זיך! א.א.וו....
אזעלכע סייענטיסטן האבן נישט קיין פראבלעם צו דעקלערן פאר זייער ''מח געשטארבענע צוהערער'' אז ס'האט זיך געטוישט מיט אפאר ביליאן יאר!
יישר כח @יש הנאה פאר די אונטערעסאנטע באריכטן!
א קליגער איד האט אמאל מסביר געווען פאר איינעם אז דער באשעפער האט באשאפן די וועלט, האט ער אים געוויזן א הערליך געשריבן בריוו, און אים געפרעגט, ווייסט ווער ס'האט געשריבן דעם בריוו?
'ניין' ענטפערט יענער.
זאגט ער אים: איך בין פריערט ארויס פון מיין צימער, און געלאזט אפן די פושקעלע טינט אויפן טיש, א קאץ איז אריין געשפרונגען פון פענסטער, און בטעות אויסגעגאסן די טינט, און קוק, וואונדער איבער וואונדער, ס'האט זיך פון זיך אליין אויספארמירט אין א הערליך געשריבן ארטיקל.
'שקרן!' שרייט יענער צוריק מיט אויפברויז, 'מיינסט איך בין אזא שוטה? לאכסט מיר אפ?'
'אההה' האט אים דער צדיק געענטפערט געמיטלעך, דאס קען נישט זיין? אבער אז עפעס זאל פלאצן און פון דעם זאלן, באשאפן ווערן ימים ונהרות, וועלדער פעלדער מיט אלע סארט באשעפענישן און געוויקסן, דאס שטימט דיר יא?????