דזשעימס וועב טעלעסקאופ און די פרישע בילדער
די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער
דזשעימס וועב טעלעסקאופ און די פרישע בילדער
נאסא האט היינט ארויסגעלייגט די ערשטע בילדער פון די דזשעימס וועב טעלעסקאופ, און די גאנצע סייענטיפישע וועלט דרייט זיך איבער מיט די פרישע הערליכע און היסטארישע בילדער. לאמיר פרובירן אביסל צו פארשטיין פון וואס מען רעדט דא.
די דזשעימס וועב טעלעסקאפ איז גאר טייער און פארגעשריטן און איז געמאכט צו אבזערווירן די ענדלאזע ספערן נוצענדיג 'אינפרארעד', אנדערש ווי טעלעסקאופס ביז היינט, און פליעט אסאך ווייטער אין ספעיס ווי סיי וועלכע אנדערע טעלעסקאופ. דאס גיבט פאר'ן טעלעסקאופ די מעגליכקייט צו זעהן און אבזערווירן זאכן וואס שפילן זיך אפ אזוי ווייט ווי 13.5 ביליאן ליכט יארן, און וועט געבן פאר סייענטיסטן א ברייטערע אריינבליק אין די גאלאקסיעס און זיי שטודירן.
וואס איז אינפרארעד? אלעס וואס די אויגן כאפן אויף איז כוואליעס וועלכע אונזערע אויגן טייטשן אויס אלץ קאלירן. די פיזישע ליכט-כוואליעס לויפן אויף א ספעקטרום וואס הייבט זיך אן מיט בלוי, און ענדיגט זיך מיט רויט, און אינדערמיט איז דא אלע קאלירן וואס די מענטשליכע אויג קען זעהן.
אינפרארעד איז די ליכט כוואליעס וואס מיר קענען שוין נישט זעהן און איז אויף די ספעקטרום גלייך נאך די רויט וואס מיר קענען נאך יא זעהן, מיט די בענעפיט אז עס קען לויפן פאר אסאך ווייטערע שטרעקעס. אינפרארעד ווערט גענוצט אין אסאך טעכנאלאגיעס ווי סקענערס וכדו'.
בעפאר די קאלירן וואס מיר קענען זעהן מיט די אויגן איז עקס-רעיס וכו', און נאך די קאלירן וואס מיר קענען זעהן, איז אינפרארעד, נאכדעם איז ראדארן, ראדיא כוואליעס, מייקראוועיוו, און נאך.
יעצט לאמיר איבערגיין די בילדער, איינס ביי איינס.
ערשטע בילד: די 'צפון רינג נעבולא'.
די בילד איז פון א שטערן אין אירע לעצטע טעג, ארומגענומען מיט א נעבולא - רינגען פון גאזן און שטויבן וואס נעמען זיך צוזאם ארום די שטערן און גיבן ארויס ליכטיגקייט ארויסגעבנדיג הערליכע קאלירן. די נעבולא איז נאנט צו א האלבע ליכט יאר ברייט, און איז ארום 2,500 ליכט יאר אוועק פון פלאנעט ערד.
וואס פונקטליך איז דאס א נעבולא? ווען א שטערן ווערט עלטער טוישט עס די וועג וויאזוי עס שאפט ענערגיע און ווארפט אראפ אירע דרויסענדיגע שיכטן, און ווען עס ווערט זייער הייס, גיבט עס אריין ענערגיע אין די אלע שיכטן - שטויב און גאזן וואס עס האט אראפגעווארפן פון זיך. דאס ווערט גערופן א 'פלאנעטישע נעבולא'. - וואס אגב האט עס בעצם גארנישט מיט קיין פלאנעט, די נאמען שטאמט פון א טעות פון סייענטיסטן פון יארן צוריק. - די בילדער וועט ערמעגליכן פאר פארשער צו בעסער פארשטיין די נעבולא ערשיינונג, וויאזוי עס פארמירט זיך און נאך.
צווייטע בילד: 'סטעפאנ'ס קווינטעט'.
סטעפאנ'ס קווינטעט איז א גרופע פון 5 גאלאקסיעס גרופירט אינאיינעם. עס געפונט זיך אין די פעגאסאוס פארמאציע פון פלאנעטן און שטערנס און נאך, פלאצירט אין די צפון הימלען, און איז ארום 290 מיליאן ליכט יאר אוועק.
די גרופירונג איז צום ערשט אנדעקט געווארן אין 1877 דורכן פראנצויזישער אסטראנאמער עדווארד סטעפאן, און ווערט טאקע גערופן אויף זיין נאמען.
4 פון די 5 גאלאקסיעס זענען געווען די ערשט אנדעקטע 'גאלאקסיע צוזאמהאלטונג' - ד.מ. ווען א קליינע גרופע גאלאקסיעס זענען רעלאטיוו גאר נאנט פארמירט איינע צו די אנדערע, איזאלירט פון אלע איבריגע ארום זיי, און וועלן ווי געשאצט מיט די צייט זיך צוזאמשטעלן אלס איינס.
די פרישע אינפראורעד בליק גיבט פאר אסטראנאמער אסאך מער אינפארמאציע צו שטודירן די ערשיינונגען, און ווי נאסא זאגט גיבט עס זיי א בעסערע אריינבליק איבער די איינפלוס וואס די אינטעראקציעס צווישן גאלאקסיעס האבן געהאט אויף די פריע שטאפלען אין די אוניווערס. אויך האבן זיי אנדעקט א ריזיגע שאק כוואליע ווען איינע פון די גאלאקסיעס רייסט זיך דורך א גרופע פון שטערנס, עפעס וואס זיי באצייכענען די מערסטע דראמאטישע אויפדעקונג פון די בילדער.
דריטע בילד: 'קערינע נעבולא'.
קערינע איז א פארמאציע פון שטערן און נאך אין די דרום הימלען, עס געפונט זיך ארום 7,600 ליכט יאר אוועק פון פלאנעט ערד, און אין איר געפונט זיך איינע פון די ליכטיגסטע און גרעסטע נעבולא רינגען אין די הויעכע רוימען.
די נעבולא נעמט ארום וואס ווערט גערופן די 'קאסמיק קליפס', די מאסיווע 'בערג און טאלן' וואס איז אייגענטליך ביי די עק פון א גיגאנטישע כמו הייל אנגעפילט מיט גאזן, אונטער וועלכע עס געפונט זיך די געבורטס ארט פון נייע שטערנס, ד.מ. אז אין די ראיאן ווערן פארמירט פרישע שטערנס, און קומען ארויס פון דארטן. אין די בילד זעהט מען נייע יונגע שטערנס הויערן פון אויבן, און די אינטערשטע האלב שטויב און גאזן, און עס דעקט אויף צום ערשטן מאל געוויסע ראיאנען וואס מען האט ביז היינט נישט געקענט זעהן.

לעצט פאראכטן דורך אידישליך אום מיטוואך יולי 13, 2022 1:13 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
- יאנאש
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11071
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: וואו בינעך טאקע?
Re: דזשעימס וועב און די פרישע בילדער
שכוח אידישלעך, זייער אינפארמאטיוו.
- גברא דקפדנא
- שר חמש מאות
- תגובות: 732
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 17, 2020 4:59 pm
Re: דזשעימס וועב און די פרישע בילדער
WOW
אינפארמאטיוו!
(ווער עס איז יונגער פון די יפה בעתו עפאכע זאל קויפן די ביכל אינטערעסאנט צו פארשטיין די בילדער)

- אלטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9285
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
- לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל
Re: דזשעימס וועב און די פרישע בילדער
ריזן שכוח, שייער שיין און קלאר!
פלאגט אייך מער נישט צו קאנטראלירן אייערע דאפלטע ניקס! דער סעלושן איז שוין אויפן וועג!
קומט אריין דא! פאר מער
קומט אריין דא! פאר מער
-
- שר העשר
- תגובות: 28
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2021 7:55 pm
Re: דזשעימס וועב און די פרישע בילדער
הערליך! שכוח!
Re: דזשעימס וועב און די פרישע בילדער
מעכטיג!
וואס מיינט ליכט יארן
וואס מיינט ליכט יארן
נח מיט זיבן גרייזן .. דארף מען קענען שרייבן.. גלייבסט נישט פראביר!
- דרייטצעך
- שר האלפיים
- תגובות: 2291
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2021 5:13 pm
- לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?
Re: דזשעימס וועב און די פרישע בילדער
זייער אינפארמאטיוו ישר כח
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען, און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
Re: דזשעימס וועב און די פרישע בילדער
שכח ר' נח האט געשריבן:מעכטיג!
וואס מיינט ליכט יארן
5.88 trillion miles
שכח ר' נח האט געשריבן:מעכטיג!
וואס מיינט ליכט יארן
כאפ א בליק אין דעם אשכול;
די שנעלקייט פון ליכטיקייט
- אלטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9285
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
- לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל
Re:
יש הנאה האט געשריבן:שכח ר' נח האט געשריבן:מעכטיג!
וואס מיינט ליכט יארן
כאפ א בליק אין דעם אשכול;
די שנעלקייט פון ליכטיקייט
אדער דא ווי מעכל האט דאס שיין באשריבן
פלאגט אייך מער נישט צו קאנטראלירן אייערע דאפלטע ניקס! דער סעלושן איז שוין אויפן וועג!
קומט אריין דא! פאר מער
קומט אריין דא! פאר מער
- גרויסע רעדנער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 398
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am
Re: דזשעימס וועב און די פרישע בילדער
שכח ר' נח האט געשריבן:מעכטיג!
וואס מיינט ליכט יארן
די שטרעקע וואס ליכט פארט אין א יאר צייט. ליכט פארט ביי ~186,000 מייל פער סעקונדע.
- איל משולש
- שר חמש מאות
- תגובות: 610
- זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
- לאקאציע: אמעריטשקע...
Re: דזשעימס וועב און די פרישע בילדער
שכח ר' נח האט געשריבן:מעכטיג!
וואס מיינט ליכט יארן
ליכט יאר איז וויפיל מייל ליכטיגקייט לויפט אין א יאר.
האט איר שוין באזוכט דעם בארימטן בא בימים אשכול?
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)

- חאצקיל בעל עגלה
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3680
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
- לאקאציע: 50.299949,21.066633
- פארבינד זיך:
Re: דזשעימס וועב און די פרישע בילדער
אלטער האט געשריבן:ריזן שכוח, זייער שיין און קלאר!
גא"מ
הערליכע פריוואטע כשרע ווילא אויפ'ן וואסער מיט א שיף און פריוואטע פול, צו פארדינגען
דריקט דא, פאר בילדער, און מער אינפארמאציע.
א ספעציעלע דיסקאונט פאר אייוועלט חברים!!
פרייז פער נאכט פאר אייוועלט באנוצער איז, 400 300!!

- שר האלף
- תגובות: 1296
- זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 03, 2020 8:01 am
- לאקאציע: משוגעים הויז!
Re: דזשעימס וועב און די פרישע בילדער
נאכן דאס זעהן שרייט זיך ארויס מה רבו מעשיך השם!
כולם בחכמה עשית!
כולם בחכמה עשית!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!
מען שרייבט נישט לשה"ק און ארמ'יש אויסגעמישט, עס איז שעטנז!
מען שרייבט נישט לשה"ק און ארמ'יש אויסגעמישט, עס איז שעטנז!
Re: דזשעימס וועב און די פרישע בילדער
עי׳ דרוש אור החיים מבעל תפארת ישראל
ותמצא נחת.
ותמצא נחת.
- enjoy
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4409
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 28, 2021 5:01 pm
- לאקאציע: אייוועלט.קאם
Re: דזשעימס וועב און די פרישע בילדער
שכח זייער גוט מסביר געווען! ס'איז הערליכע בילדער.
געב א שמייכל.. געב א געב א שמייכל..... געב שמייכל give a smile.....
געב א שמייכל.. געב א געב א שמייכל..... be the reason someone smiles......
געב א שמייכל.. געב א געב א שמייכל..... be the reason someone smiles......
-
- שר האלף
- תגובות: 1284
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm
Re: דזשעימס וועב און די פרישע בילדער
שכח אידישליך! גאר אינטערעסאנט! (כאטש כ׳אב נישט אלעס פארשטאנען 100%..)
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
Re: דזשעימס וועב און די פרישע בילדער
אנטציקנד שיין און גאר קלאר מסביר געווען. שוין צענדליגע מאל געזעהן בילדער נעבולאס אבער קיינמאל געוואוסט/פארשטאנען וואס דאס איז, יעצט האביך עס שוין ארויס.
די בילד פון קערינע איז הימליש שיין, עס באיינדרוקט א וואונדער פאר זאכן וואס זענען העכער פון אונז און וואס מיר קענען נישט פארשטיין. די הסבר פון די שטערן וואס ווערן דארטן פארמירט נעמט מיר איבער.
שכ'ח אידישליך פאר א הויכע קוואליטעט קוואליטעט ארטיקל!

- עירוב תבשילין
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7389
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am
Re: דזשעימס וועב טעלעסקאופ און די פרישע בילדער
א דאנק אידישליך פאר די שיינע אינפארמאטיווע ארטיקל
--
פארוואס נישט אונטער אידישליך פאליטיק ניק?
--
פארוואס נישט אונטער אידישליך פאליטיק ניק?
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3023
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 11:51 pm
- לאקאציע: ביים גמרא
Re: דזשעימס וועב טעלעסקאופ און די פרישע בילדער
יישר כח אידישלעך. הערליך שיין באשריבן.
כ’האב זיך געוואונדערט די לעצטע פאר טעג וואס איז די גדולה פון די בילדער.
(האמיר אקטיוועזירט מיין ניק, זיך צו באדאנקן פאר דיר...)

אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו baalmadraige@gmail.com.
- נארמאליזעם
- ראש הקהל
- תגובות: 12257
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm
- לאקאציע: ווילסט נישט וויסן
- פארבינד זיך:
Re: דזשעימס וועב טעלעסקאופ און די פרישע בילדער
זייער אינטערסאנט און שכח
אם מהאט נישט געקענט טרעפן ווי די UFO'ס זענען מיט די גרינע מענטשן?

האט איר זיך שוין משתתף געווען???
לייגט אריין וויפיל איר קענט לכבודי
הויכע קאמפיין וועריפייד דורכן מנהל "לכאורה"
אין קאמף קעגן גלאבאל ווארעמינג

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: באריכט, בעריש'ל, בשפע, מיט א געשמאק, עימעקס, פארברענגען, פארצייטיש, פארצייטישער שטריימל, קאנטרי, קאפ און אקסל, קליינקעפיק, שטיגליץ און 88 געסט