בלאט 1 פון 1

פלאַפּ: כינע מעלדט נייעס בעפאר עס פאסירט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 7:42 pm
דורך שוועמל
אין אן אויסערארדענטליכע געשעעניש איז געווען באריכטעט איבער די קאמוניסטיש געשטימטע כינע אז זיי מעלדן נייעס אין זייער מידיא בעפאר עס פאסירט אין רעאליטעט!
דער מעלדונג קומט ווי א שטארקע פארשעמונג פאר כינע, און איבער זייער 'ערשטער-ראקעט ארויפשיס' צום ספעיס דעם דאנערשטאג.

שעות בעפאר, דאנערשטאג פארטאגט איז א העדליין ערשינען אין די נעשענאל כינע נייעס וועבפלאץ Xinhuanet.com איבער די געוואלדיגע סוקסעספולע מיסיע פון דעם ספעיס שאטעל ארויפשיס.
זיי האבן אפילו ציטירט דעם כלומר'שטען געשפרעך צווישן די קאנטראלערס אין דעם קעפטאן, ווי ער פרעגט אים וועגן קעבין פרעשור, און וועגן דעגרי וכו'.


די נייגעריגע אלוועלטליכע מידיא האט גלייך געמערקט דעם פארגעגרייטן ארטיקל און ס'האבן אנגעהויבן פליסן מעסעזשעס צו דעם כינעזן וועבפלאץ איבער דעם ארטיקל, וועלכער איז באלד דערנאך אראפגענומען געווארן. די וועבפלאץ האט זיך פארענטפערט אז דער ארטיקל איז פריצייטיג ערשינען צוליב א "פארדריסליכן טעכנישן פעלער". (דאנט ווארי, יענער קאלומניסט וועט מיסטעריעז פארשווינדן ווערן בקרוב..)

ליינט דא אויספירליך
http://news.yahoo.com/s/ap/20080925/ap_ ... _article_1


אין פאקט איז דער שאטעל ווירקליך אפגעשיקט געווארן צום ספעיס היינט דאנערשטיג צופרי פון זשיגווען, מערב כינע, עס איז דא קליפס פון דעם ריכטיגן קאונטדאון און אפלאדירונגען.

What a shame...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 7:47 pm
דורך אלעקסיי
זייער אינטערסאנט, ייש"כ שוועמל צום וויפילטן מאל פאר די העכסט אינטערסאנטע נייעס אלעמאל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 7:49 pm
דורך איך_הער
יישר כחכם פאר די נייעס, שיין באשריבן, איך האב זייער נישט ליב צו ליינען ענגליש, ווייל איך פארליר מיינע ציין ביים ליינען, און ס'נעמט מיר לאנג, סאו אז מ'טייטשט עס איבער, עפרישיעט איך עס. תזכה למצוות.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 7:51 pm
דורך שוועמל
דא איז א לינק צי בבס פון דעם טשיינע 'לאנג-מארטש' ספעיס שאטעל ארויפשיס

http://news.bbc.co.uk/2/hi/science/nature/7634404.stm
זעהטס און האטס הנאה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 7:55 pm
דורך שוועמל
איך_הער האט געשריבן:איך האב זייער נישט ליב צו ליינען ענגליש, ווייל איך פארליר מיינע ציין ביים ליינען, און ס'נעמט מיר לאנג, סאו אז מ'טייטשט עס איבער, עפרישיעט איך עס. תזכה למצוות.


אודאי פארלירסטו די ציין. ליינען דארף מען מיט די אויגן, נישט מיט די ציין..

לישנא אחרינא:
כ'אב מיך אלס געווינדערט איבער דיין נאמען. יעצט פארשטיי איך שוין, ווייל רעדן קענסטו שוין נעבעך נישט..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 8:01 pm
דורך איך_הער
ווען איך דרוק פלעי, נעמט זיך דרייען אזעלכע פינטלעך, אזויווי ס'דאונלאודט זיך עפעס, און ביידעם בלייבטעס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 8:04 pm
דורך שוועמל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 8:15 pm
דורך איך_הער
פיין, יישר כח, גוט גע'ארבעט.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 26, 2008 9:41 am
דורך יאנאש
שכוח שוועמל פאר די נייעס.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 26, 2008 10:18 am
דורך צייטליך
א גרויסן יישר כח פאר אינזער קאלעגע רעפארטער רב שוועמל יר"ה.

איך האב הנאה פון אלע אייערע נייעס באריכטן, קאמישע ווי פאריקטע, אלעס איז גוט.

האלט אן.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 26, 2008 1:02 pm
דורך מאשקע
ביי די אידישע צייטונגען מאכט זיך עס אויך פון צייט צו צייט...

(ווער געדענקט נאך? דאן איז דער ...... רב געטאנצן מצוה טאנץ, נא לעשות טראסק...)

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 26, 2008 2:51 pm
דורך אלעקסיי
(ווער געדענקט דען נישט...? טאהשע מופת...)

פארעפענטליכט: שבת ספטמבר 27, 2008 10:08 pm
דורך שמערי בערי
פלאפ: שוועמל מעלדט נייעס בעפאר עס קראכט!

אין אן אויסערארדענטליכע געשעעניש איז געווען באריכטעט איבער די קרעטשמעריסטישע געשטימטע פארןם'ס, אז זיי מעלדן נייעס אין זייער מידיא בעפאר עס פאסירט א מעסיוו קרעק אוט!

יעדעס מאל, א קורצע צייט איידער שמערי שמייסט אויס אין א געלעכטער אדער גיט א גוטמוטיגן פרייליכן שמייכל, האט שוועמל געשריבן א נייעס א זאפטיגס אזאנס און אזאלכעס.... פון וואו ווייסט ער אלעס דער שוועמל?