בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 5:30 am
דורך שוועמל
זארעכ;
איך ווייס נישט צי דער עולם איז אזוי שטארק רעפובליקען געשטימט ווי ענדערש אנטי-אבאמא [ליין:שווארץ].
פערזענליך בין איך א דעמ. רעזשיסטערד, אבער מסתם וועל איך אויך שטימען פאר זיידי מעקעין.



אין די לעצטערע נייעס האט סענ. טשוק שומער שטארק אראפגעריסן די מעקעין מאוו פון סוספענדן זיין קאמפיין. "דאס איז וויערד, און נישט צו דער זאך וואס מעקעין טוט. דאס איז א קלארער שריט אויפצולעבן זיין פארשלאפענע קאמפיין, אין קאנטראסט צו אבאמאס קאמפיין וועלכער בליהט אין קאלירפולע פארבן. וואס האט ער צו באהאלטן? אדרבה לאמיר קלארשטעלן פארן פאלק פונעם קריזיס פאקטן און אונזערע פלענער".

טיים וויל טעל צי ס'יז א קלוגער שריט צי נישט. אויבן אויף יא, אבער הערנדיג אבאמאס אפענטפער קען מען אנהויבן דעבאטירן. ונזכה ונחיה


אין אנדערע נייעס (קליינע זאכן פון די גרויסע וועלט..) האט בוש אנגעלאדענט אובמה מיט מ'קיין צו באזוכן דעם ווייסן הויז היינט דאנערשטיג פארצושטעלן פלענער איבער דעם עקאנאמישן קריזיס. אפדעיטס וועלן נאכפאלגן אי"ה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 5:49 am
דורך שוועמל
דעיוו לעטערמאן האט געזאגט איבער דעם מעקעין מאוו:
"דאס שמעקט נישט פון קיין סוספענדירטע קאמפיין, דאס איז נישט קיין וועג פון א היראו. ענדערש קומט עס פאר ווי איינער לייגט אים אריין אינגרידיענטס אין זיין דיעטע..."

"אויב זאכן גייען ראנג אלס פרעזידענט וועט ער סוספענדירן זיין פרעזידענטשאפט צוליב דעם? אויב די עקאנאמי האט אזא אימפליקאציע אויף מעקעין, וואו איז פעילין באהאלטן יעצט? פארוואס קען זי נישט פירן דעם קאמפיין אדער די דעבאטעס "


אין מיינע אויגן וועט די גאנצע מעקעין וויטדראול נישט האבן קיין שום ווירקונג, ביידע זייטן האבן גוטע אטאקעס מיט קאונטער-אטאקעס. עס איז נישטא עפעס ערענסט וואס זאל ארויסהויבן איינער פונעם צווייטן אינעם קאמפיין אויסגאנג. דאס פאלק איז היבש אייניג צעטיילט און וועט ווארשיינליך בלייבן אזוי, ווי די מציאות האט געוויזן די לעצטע צוויי פרעזידענשאל פארמעסטן אז ס'יז נישט געווען קיין פרעזידענט עלעקט מיטוואך נאך די וואלן. פארפאלן מיר זענען שוין אלע גערישט אויפצושטיין צו א אניוזשעל קאנטראווערסיע יענעם 'גרינעם' מיטוואך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 12:08 pm
דורך יא יא
אויב גייט זיך די מארקעט אויפעפענען מאנטאג אינדערפרי אן קיין סאלושען, און עס גייט טראסקענען, און אבאמא וועט נישט האבן געארבעט צו העלפן ערלעדיגן אז עס זאל זיך רוקן שנעל וועט עס האבן א נעגאטיווע ווירקונג אויף זיין קאמפיין.
אויב ווערט עפעס ערלעדיגט אין די קומענדיגע טעג מיט די הילף פון מעקעין, און דאס וועט האבן א גוטע ווירקונג אויף די עקאנאמי, וועט די מעקעין קאמפיין באקומען אסאך קרעדיט.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 26, 2008 10:35 am
דורך יצמח
יעצט אריין געקומען די נייעס אז די מעקעין קאמפיין האט געלאזט וויסען אז עס גייט יא זיין די דיבעיט היינט נאכט.

קיפ טאנט טא ק.נ.א. פאר מאור דיטעילס