באריכטן און אנאליזן
מיטוואך ספטמבר 24, 2008 2:19 pm
מ'קעין האט היינט געמאלדן פאר אבאמא אז ער סוספענדט זיין קאמפיין און גייט צוריק אויף וואשינגטאן ביז מקומט זיך דורך איבער די עקאנעמי.
דיטעלס טו פאללאו.
Advertisement
מיטוואך ספטמבר 24, 2008 2:36 pm
איינער מיט מער דיטעילס?
מיטוואך ספטמבר 24, 2008 3:17 pm
דא האט איר די טעקסט פון מקקעין'ס סטעיטמענט
MCCAIN: America this week faces an historic crisis in our financial system. We must pass legislation to address this crisis. If we do not, credit will dry up, with devastating consequences for our economy. People will no longer be able to buy homes and their life savings will be at stake. Businesses will not have enough money to pay their employees. If we do not act, ever corner of our country will be impacted. We cannot allow this to happen.
Last Friday, I laid out my proposal and I have since discussed my priorities and concerns with the bill the Administration has put forward. Senator Obama has expressed his priorities and concerns.This morning, I met with a group of economic advisers to talk about the proposal on the table and the steps that we should take going forward.I have also spoken with members of Congress to hear their perspective.
It has become clear that no consensus has developed to support the Administration' proposal. I do not believe that the plan on the table will pass as it currently stands, and we are running out of time.
Tomorrow morning, I will suspend my campaign and return to Washington after speaking at the Clinton Global Initiative. I have spoken to Senator Obama and informed him of my decision and have asked him to join me.
I am calling on the President to convene a meeting with the leadership from both houses of Congress, including Senator Obama and myself. It is time for both parties to come together to solve this problem.
We must meet as Americans, not as Democrats or Republicans, and we must meet until this crisis is resolved.I am directing my campaign to work with the Obama campaign and the commission on presidential debates to delay Friday night's debate until we have taken action to address this crisis.
I am confident that before the markets open on Monday we can achieve consensus on legislation that will stabilize our financial markets, protect taxpayers and homeowners, and earn the confidence of the American people. All we must do to achieve this is temporarily set politics aside, and I am committed to doing so.
Following September 11th, our national leaders came together at a time of crisis. We must show that kind of patriotism now. Americans across our country lament the fact that partisan divisions in Washington have prevented us from addressing our national challenges. Now is our chance to come together to prove that Washington is once again capable of leading this country.
מיטוואך ספטמבר 24, 2008 3:19 pm
ווי עס זעהט יעצט אויס גייט אבאמא רעדן בערך א פערטל צו פינף צו זאגן וואס זיינע פלענער זענען.
א קאמפיין אינסיידער האט געזאגט אז אבאמא גייט ווייטער מיט די דיבעיט.
מעקקעין האט געקענסלט א אינטערוויו וואס ער האט געדארפט צו האבן היינט נאכט.
מיטוואך ספטמבר 24, 2008 3:24 pm
די רעפאליקאנער זענען ריזיג, מיט זייער צוגאנג. עס גיט פאר מעקעין זייער אסאך אומזינסטיגע פובליסטי.
לאמיר האפן אז עס וועלן קומען עפעס פרישע טשעקס, צו העלפן די עקאנעמיע.
מיטוואך ספטמבר 24, 2008 3:30 pm
ליבי אומר לי אז
דעי דזשוק פון מעקעין גייט מאכען די זאך ביי דעי וואלען
ווענד זיך וויאזוי דער שחור וועט ריספאנדען
מיטוואך ספטמבר 24, 2008 3:33 pm
זיי זאגן אז ער וויל ווייטער גיין מיט די דעבעיט.
ווען אונז וועלן עלטער ווערן מיט א פאר מינוט, וועט מען אביסל קלוגער ווערן. ער גייט רעדן אין אפאר מינוט
מיטוואך ספטמבר 24, 2008 3:37 pm
לויט די היינטיגע פאולס אז דאס פאלק טראסט מער אבאמא'ן איבער אקאנאמישע לעזונגען ווי איידער מ'קעינ'ען, וועט דער שפיל גארנישט אויסמאכן. יעדער פארשטייט אז דאס איז בלויז א טאקטיק פון ציען אינטערעסע און צייגן ערנסקייט צום מצב. איך כ'גלויב שווער אז דער טאקטיק וועט ציען סימפאטיע.
מיטוואך ספטמבר 24, 2008 3:40 pm
די גוטע נייעס איז אז די ערשטע דיבעיט פון די צוויי קאנדידאטן וועט ווערן אפגעשטיפט און עס וועט נישט זיין פרייטאג צונאכט'ס א צייט ווען מיר אידן קענען דאס נישט מיטהאלטן, א זאך וואס האט אויפגעברענגט אסאך בייז בלוט אינערהאלב אינזערע קרעטשמע פאליטיקאנטן.
איך וואלט עס נישט אנגערופן סוספענדירן א קאמפיין, ס'איז ענדערש א שטארקע קאמפיין אויפטריט פון מקעין'ס זייט. איך גלייב אז אבאמא וועט אום מיזן נאכטאנצן, ווייל אנדערש גיט ער נאר מער שטאף און האקט זיך זעלבסט אונטער די פוס.
זארעכ, אויב אבאמא וועט אנגיין וויטער און אום נישט נאכטאנצן איז דאס פאר אום א שטארקע שאדן אין מיינע אויגן. אפילו יעדער פארשטייט אז דאס איז נאר א שפילן מיז ער אבער מיטשפילן.
מיטוואך ספטמבר 24, 2008 3:42 pm
אבאמא האט געזאגט אז די אמעריקאנער דארפן יעצט א דעבעיט וויכטיגער ווי אן אנדערע צייט.
מיטוואך ספטמבר 24, 2008 3:47 pm
זיין הסבר פארוואס ער סוספענד נישט זיין קאמפיין איז ווייל א פרעזידענט דארף קענען טוהן מער ווי צוויי זאכן אויף אמאל
מיטוואך ספטמבר 24, 2008 3:48 pm
סאורס פליז
מיטוואך ספטמבר 24, 2008 3:51 pm
זארעך גוט געזאגט
אבער
אלעס וועט זיך ווענדן וויאזוי אבאמא וועט ריספאנדען אויב עס ועט אים געלונגען צי איבערצייגען דעם עולם אז מעקעין ציטערט צי דעבאטירן מיטן איז מעקעין באגאנגען זעלבסטמארד
אבאמא דארף זיבן מאל טראכטן פאר ער ריספאנד ווייל דאס קען מאכן די זאך אזוי צי אזוי
מיטוואך ספטמבר 24, 2008 3:52 pm
צייטליך, אין דער צייט וואס דו האסט געשריבן דיין תגובה, האסטו פארפאסט די לעצטע אריינגעקומענע נייעס אז אבאמא האט געמאלדן זיין נישט נאכטאנץ שפיל, און אז די דיבאטעס וועלן יא פארקומען ווי געפלאנט. כ'גלויב אז זיינע ראטגעבער ווייסן אויך פון דעם אז אלס'ן שיינעם פנים וואלט זיך געפאדערט דאס מאל מיט צו שפילן דעם 'שפילערישן שפיל' פון מ'קעינע'ן און סוספענדירן די דיבאטע, עם כל זה האבן זיי זיך אריינגעפיפן אין דעם שפיל און געזאגט: "בלא - מיר גייען אן כאילו הי'"
איך זע דא איין זאך, דער עולם דא איז מער ווייניגער רעפובליקאנער, און מ'זעט נאר די גוטע זייט פון די רעפובליקאנער. יעדע שלעכטע נייעס פאר מ'קעין ווערט דערשטיקט, און לעומת זה כאפט מען זיך אן אויף יעדע אויסגעטריקנטע פאזיטיווע שריט און מ'זעט דערין בלויז אז דאס וועט ארויפטרייבן זיינע שטימעס. ווידעראום ווען עס האנדלט זיך לגבי אבאמא'ן זעט איר אלעס פונקט פארקערט - ועל זה קא בכו, אויף דעם האבן זיך אונזערע גרויסע באקלאגט אז דאס איז דער חורבן פון א פארטיי. איינמאל מ'ווערט בלינד צו א פארטיי זעט מען יעדע זאך לויט וויאזוי מען וויל!
איך מצדי בין איך גארנישט! איך בין נישט קיין דעמאקראט און נישט קיין רעפובליקאנער, איך בין א איד! דעריבער ערלויב איך זיך אריינצורעדן לויט מיינע אפשאצונגען ווייל איך בין נישט נוטה צו אבאמא מער ווי צו מ'קעין, וכן להיפך.
מיטוואך ספטמבר 24, 2008 4:00 pm
פריץ האט געשריבן:זארעך גוט געזאגט
אבער
אלעס וועט זיך ווענדן וויאזוי אבאמא וועט ריספאנדען אויב עס ועט אים געלונגען צי איבערצייגען דעם עולם אז מעקעין ציטערט צי דעבאטירן מיטן איז מעקעין באגאנגען זעלבסטמארד
אבאמא דארף זיבן מאל טראכטן פאר ער ריספאנד ווייל דאס קען מאכן די זאך אזוי צי אזוי
פריץ, איך ווייס נישט צו דו ווייסט, אבער מ'קעין האט שוין נעכטן זיך באווארענט מיטן פראבלעם. ער האט אין א רעדע אויסגעלויבט אבאמא'ס טאלאנטן אין פירן א דיבאטע. כ'גלייב נישט אז מ'קעין האט דאס געטאן צוליב'ן פחד פאר דער דיבאטע וואס ער וועט סייווי מוזן דורכגיין, אז נישט היינט איז מארגן. ס'נישט מער ווי א סימבאלישער שריט וועלכע איז געצילט צו געווינען סימפאטיע.
מיטוואך ספטמבר 24, 2008 4:02 pm
זארעכפעפער האט געשריבן:איך זע דא איין זאך, דער עולם דא איז מער ווייניגער רעפובליקאנער, און מ'זעט נאר די גוטע זייט פון די רעפובליקאנער. יעדע שלעכטע נייעס פאר מ'קעין ווערט דערשטיקט, און לעומת זה כאפט מען זיך אן אויף יעדע אויסגעטריקנטע פאזיטיווע שריט און מ'זעט דערין בלויז אז דאס וועט ארויפטרייבן זיינע שטימעס. ווידעראום ווען עס האנדלט זיך לגבי אבאמא'ן זעט איר אלעס פונקט פארקערט - ועל זה קא בכו, אויף דעם האבן זיך אונזערע גרויסע באקלאגט אז דאס איז דער חורבן פון א פארטיי. איינמאל מ'ווערט בלינד צו א פארטיי זעט מען יעדע זאך לויט וויאזוי מען וויל!
איך מצדי בין איך גארנישט! איך בין נישט קיין דעמאקראט און נישט קיין רעפובליקאנער, איך בין א איד! דעריבער ערלויב איך זיך אריינצורעדן לויט מיינע אפשאצונגען ווייל איך בין נישט נוטה צו אבאמא מער ווי צו מ'קעין, וכן להיפך.
כ'ווייס נישט צו דער עולם איז רעפובליקענס דא, אסער אקעגן מקעין זענען זיי בעצה אחת...
מיטוואך ספטמבר 24, 2008 4:04 pm
דאס איז זיכער אז מעקעין ציטערט נישט פון קיין דעבעיט, ער האט דאך געבעטן אבאמא צו קומען מט אים אויף איבער צען טאון האלל מיטינגען
מיטוואך ספטמבר 24, 2008 4:07 pm
זארעך קיינער דערשטיקט נישט דא גארנישט, אזוי ווי די זאגס דער ציבור דא איז רעפאבליקען (איך פארשטיי נישט פארוואס דא איז לעצטענס איז געווען א אשכול פון די טשעקלעך וואס די גאווערמענט האט געשיקט, דער עולם האט פאראדירט, אין דאס אז אבאמא וויל צי פארגרעסערן די יערליכע טעקס רויטרן טשעקלעך אויף דאפאלט וועט אבער אינזערע ראש לימבא הערער נישט געבן קיין ריר)
איך וויל זעהן צי אבאמא וועט אנקימען אליינס צי די דעבאטע אין בין גרייט צי וועטען דערויף
סאיז געווען א בריליאנטענע מאוו פון מקעין עס האט כלל נישט קיין זון פאר אים אנציהאלטען די קאמפיין עס לאנג מרעדט פון די פיינענשעל קרייסיס, ער וועט בעסער אויפטין ווען ער גייט וואקאציע, אין דאס איז די סיבה וואס ער פארט קיין וואשינגטאן צי ענדיגען איינמאל פאראלעמאל די בעיל אוט שטותים.
לעצט פאראכטן דורך
יאסל אום מיטוואך ספטמבר 24, 2008 4:09 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מיטוואך ספטמבר 24, 2008 4:08 pm
מ'קעין גייט לשיטתו "קאנטרי פירסט".
מיטוואך ספטמבר 24, 2008 4:13 pm
האלאו איינער הערט? אקעי לאמיך צוקומען צום ווארט.
זארעך,
דאס אז דער עולם איז רעפאבליקען איז לית מאן דפליג, אבער איך אפי' אלס רעפוליקען האלט אז די מעקעין מאוו קען אים בעקפייערען אדער עכ"פ נישט העלפן, ווייל ער ווייזט ארויס שוואכקייט צו די ביז היצטיגע אומסטאבילע עקענאמיע, און ווי געזאגט שוין כמ"פ אויב די אישו איז געלט קען מעקעין פלאנירען זיין רעטייערמענט.
יאסל,
די מאוו איז ענדערש געצווינגען ווי בריליאנט, ער האט קיין אנדערער ברירה נישט געהאט.
מיטוואך ספטמבר 24, 2008 4:21 pm
פארשטיי נישט וואס די רעדסט
ער איז אריינגעצווינגען געווארן אין די סיטועישען דארעך די קרייסעס פון די בענק
סאיז א סמארט מאוו ארויס דערפון, אז ביז די פעקעדש אין קאנגרעס איז פערטיג איז נישט דא פון וואס צי רעדן מקאמפיינט נישט
דערנאך האפט ער אז ער וועט קענען טוישען די סאבדשעקט
לעצט פאראכטן דורך
יאסל אום מיטוואך ספטמבר 24, 2008 4:25 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מיטוואך ספטמבר 24, 2008 4:24 pm
יאסל,
ביזט גערעכט, איך האב נישט געזעהן אין דיי פריערדיגע תגובה דעם געהעריגען מכוון, ואתך המחילה.
מיטוואך ספטמבר 24, 2008 4:29 pm
נאט ענק א ווערייעטי פון מיינונגען צי סאיז א סמארט מאוו אדער נישט
http://www.politico.com/arena/
מיטוואך ספטמבר 24, 2008 5:12 pm
פאר א קאמפיין וואס האט א קליינע שאנס צו געווינען קען דאס זיין שלעכטע מאוו?
מיטוואך ספטמבר 24, 2008 10:10 pm
פריער האב איך געשריבן אין אן אנדער אשכול (אבאמא און מעקעין) אז עס דרייען זיך מיר אין קאפ פארשידענע געדאנקן איבער די געלונגנקייט פונעם טאקטיק. יעצט איז געקומען די צייט דאס צו ערקלערן אויפן שפיץ גאפל:
1. ווי טייל האבן שוין אויפגעברענגט, ברענגט עס כאטש ארויף מעקעין אין די נייעס-שפאלטן אנשטאט פאולסאן מיט הערי ריעד.
2. טראצדעם וואס ער איז נישט קיין גרויסער עקאנאמיסט (אבאמא אויך נישט, אבער מער פראצענט האלט אז ער וועט זיך קענען ספראוון דערמיט) צייגט ער א ווילן צו טאן כל מה שביכלתו צו לעזן דעם קריזיס.
3. עס האט אריינגעשטעלט אבאמא אין א שרעקליכע פארלעגנהייט, לבי אומר לי אז ער האט זיך אראפגעזעצט מיט די הויפט קאמפיין מייסטערס אויסארבעטן א סטראטעגיע ארויס פון דעם ווינקל וואס מעקעין האט אים אריינגעצווינגן.
4. מעקעין האט נישט אזוי מורא פון די דעבאטע ווי אבאמא (בפרט ווען די ערשטע דעבאטע איז איבער אויסערן פאלעסי, וואס ער האט די נאטורליכע אויבערהאנט דערין), יודעי דבר זאגן אז ביי די פריימערי דעבאטעס איז מעקעין שטארקער ארויסגעקומען צווישן זיינע קעגנער ווי אבאמא ביי זיינע -- די היינטיגע שריט שטערט אבאמא פון די 3 טאג וואקאציע וואס ער האט זיך אראפגענומען זיך צוצוגרייטן צו די ערשטע דעבאטע וואס קען אים מאכן-אדער-ברעכן.
5. די מעקעין קאמפיין פירט יעצט אמעריקע ביי די נאז! די גאנצע פאלק שטייט און קוקט "וואס גייען זיי ווייטער טאן"? וועלן זיי טאקע אויספירן די סטראשע נישט צו קומען צום דעבאטע - א זאך וואס איז פרעצעדענטלאז אין די אמעריקאנער געשיכטע, אדער וועלן זיך די אדמיניסטראציע מיטן קאנגרעס אדורכקומען און די דעבאטע וועט אנגיין ווי געהעריג (און מעקעין וועט ארויסקומען א העלד).
6. ועוד ועוד ואכמ"ל, ימים ידברו.