בלאט 1 פון 1

אחמעדיניזשאד: אמעריקע בעפאר איר טויט !

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 24, 2008 1:27 am
דורך שוועמל
" די אמעריקאנע עמפייער איבער די וועלט גרייכט שוין איר ענדע " האט געזאגט דער איראנער פרעזידענט אכמעדינינניננ[נאך איינס?]זשאד.

אין א ספיטש וואס ער האט געהאלטן אין א יו ען זשענעראל אסעמבלי וואס איז פארגעקומען די וואך דינסטאג, האט ער שטארק אראפגעריסן זיין שונא נומער איינס; אמעריטשקע. " די פארלענגערטע אקופירינגען אין איראקעישע טעריטאריע צייגט אויף דאמינירן די ארטיגע ראינען, און זוכנדיג צו אנהאלטן קאנטראל אויף אויל קוועלער".

אראפרייסנדיג בוש פערזענליך האט ער געזאגט: "ווילאנג די אריינדרינגערס זענען בכח דאס צו טון מיט זייער פאליטישע און פינאנציעלע פראפאגאנדע קראפט, און ווילאנג מלחמות ברעכן אויס פארשקלאפנדיג אנדערע נעשאנס כדי צו געווינען וואלן, וועט דאס נאר שווערער מאכן די סיטואציע ארום די וועלט. די בעסטע אויסוועג איז זיי זאלן וויטדראוען איראק ווי שנעלער".

איבער נוקלעאר האט ער געזאגט: "בעת איראנס נוקלעארע אקטיוויטיס ווערן געמאכט מיט פרידליכע ציהלן, זוכט אמעריקע צו לייגן געוואלדיגע פרעשור דורך עקאנאמישע און פאליטישע סטראשונגען. צו דער זעלבער צייט טוען זיי פראדיצירן נוקלעארע קראפט און קיינער איבערזיכט עס נישט! ".

אין דעם זעלבן זשענעראל אסעמבלי האט ער זיך אויסגעדרוקט גאר שארף קעגן איזראעל "די אינטימידירענדע קרעפטן פון די איזראעליס ברענגען נאר שלעכטס פאר די איבעריגע וועלט. זיי האבן געשאפן א רעזשים דורך ברענגען מענטשן צו זייער לאנד פון וואו אימער, דערביי ארויסטרייבנדיג די לאנג באזעסענע אייגענע אינהאביטאנטן. די סעקיוריטי קאונסיל איז בכלל נישט בכח עפעס צו טון דערוועגן און אפט מאל שטיצן זיי נאך דעם 'בולישע רעזשים' און טרעטן אויס דעם וועג פאר די מערדערישע זייאניסטס" .

"מיר האבן נישט קיין פראבלעם מיט אידן, אסך אידן וואוינען היינט ביי אונז אין איראן. אבער די זייאניסט זענען נישט קיין אידן! זיי זענען נישט רעליגיעז! זייער ציל איז בלויז צו שאפן לאנד דורך אידישע מאסקעס, און וויאזוי קען מען זיין רעליגיעז ווען מען נעמט איין פרעמדע מענטשנס לאנד? ". ער האט אויך געגעבן זיין ווארט: "איזראעל מוז גענצליך אויפגעלייזט ווערן און עס מוז נישט צוגיין דורך בלוט" .

אין אן אנדערן קאנטראווערסיאלען אישו האט ער געפרעגט איבער די האלאקאוסט און איבער איר עקזיסטענץ.


אפשאצער האבן שטארק בעארבעט זיין דרשה, ארויסנעמענדיג זיין געוואלדיגע אנטי-סעמיטיזם וואס ליגט אים אויפן הארץ. ווי אויך האבן זיי געגעבן אנצוצייגן ווי שטארק ער ציטערט פון אמעריקע מ'זאל אים נישט טון דאס זעלבע ווי מיט זיין שכן סאדאם, זכותו יגון וסרחה.

ליינט אויספירליך
http://www.cnn.com/2008/WORLD/meast/09/ ... topstories

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 24, 2008 8:45 am
דורך צייטליך
א גרויסן יישר כח שוועמל פארן באריכט.

אין זיין דרשה האט ער זיך מערערע מאל אויסגעדריקט קעגן אידן, ווי ער האט ארויסגעוויזן זיין אנטי-סעמטיזעם. און איינע פון זיינע באמערקונגען האט ער גע'טענה'ט אז די אידן זענען גאר שולדיג אין די קאנפליקט ווואס איז נארוואס פארגעקומען אין גרויזע. ער זאגט אויך אז די אידן זענען די וואס דאמענירן די ביזנעס וועלט אין איירופה.

פון זיין אויסדריק קעגן די "זייניסט" זעהט מען אז עס איז אום שוין אריין אין קאפ דאס וואס די נטורי קרתא חברה באמבלען טאג-איין-טאג-אויס.

איך האלט אז ער האט דא א שטערקערע וואך ווי פרעזידענט בוש. זיין קאפ איז אין געפאר.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 24, 2008 1:48 pm
דורך שוועמל
איך הער אז נטורי קרתא האט אים אנגערופן קאנגראטולירן איבער זיין געלונגענע דרשה.

קען עס איינער קאנפירמירן?

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 24, 2008 2:05 pm
דורך יידישיסט
וואס איז באמת ריכטיג? אויב אכמאדינאזשאד ווייסט שוין אונטערצושיידן (ווייסט ער טאקע?) צווישן אידן און ציאניסטן, און דער כלל אידן איבער דער וועלט וועלן נישט דארפן ליידן די קאנסעקווענצן פון מדינישע אטאקעס איבער אראבער, נו - איז דאס אפשר טאקע א ריכטיגער וועג. איך ווייס נישט, איך זאג נישט, אבער איך טראכט הויך. צו איז נישט א מחיה ווען מען קען זיך אפשאקלען פון זיין אויטאמאטיש צוגעבינדן צו יעדער זאך וואס די מדינה טוט, אז מיר אלע זאלן אויפהערן טראגן פאראנטווארטליכקייט פאר זייערע פארשידענע אומפאראנטווארטליכע מעשים.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 24, 2008 2:23 pm
דורך זארעכפעפער
הרב יידישיסט,
איר פרעגט אפשר גוט, אבער לאמיר נאר אויף א רגע א טראכט טאן. דער אכמאדינאדזשאד האט געלאזט ארויסרינען פון צווישן זיינע ווערטער ריכטיגע אנטיסעמיטישע לאזונגען, וועלכע דערמאנט אונז אין נאצישע באשולדונגען. ער האט מיט פרעכקייט ערקלערט אז די אידן דאמינירן די ביזנעס מארקעט אין אייראפע; ער האט מיט באשולדיגט די אידן אינעם רוסישן אנפאל אויף גרוזיע, און האט זיך דאס מאל אויך נישט איינגעהאלטן פון זיין טעאריע וואס רופט זיך לייקענען דעם האלאקאוסט. אויב וואלט ער באמת אנגענומען די אידילאגיע וואס די אזוי גערופענע נטורי קרתא האבן אים מכלומרשט מסביר געווען, דאן ווי קומט דאס צו אים אז ער זאל באשולדיגן דעם אלוועלטליכן אידנטום מיט אזוינע אנגריפן וועלכע פלעגן געהערט ווערן פון וויסטע אנטיסימיטן אינעם אמאליגן מיטל אלטער?

די א.ג. נטורי קרתא האבן נישט מער ווי אים געגעבן לעגעטימיזים צו זיין אנטיסעמיטיזים! ער ווייסט אויך גאנץ פיין אז די איינצעלע מעמבער פון די נטורי קרתא גרופע איז נישט מער ווי עפעס ראדיקעלע רעליגיעזע גרופע פון כלל ישראל, און ער ניצט זיי אלס דער מאשקע פארן פריץ טאנץ. כלומר, ער דעקט זיינע אנטיסעמיטישע שטעלונגען אונטערן שלייער פון אנטי זייעניזים, צייגנדיג מיט די פינגער אויף די א.ג. נטורי קרתא אלס א סייעתא לדבריו.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 1:43 pm
דורך יידישיסט
א שיינעם דאנק ר' זרח-פעפער, איר זענט גערעכט, מען דארף קענען דעם שונא.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 1:50 pm
דורך יידישיסט
אינטערעסאנט איז אז אין סיריע דאכט זיך איז עס באמת אנדערש, און מען ווייסט יא אונטערצושיידן צווישן די צוויי. איך האב געהערט פון א סירישען וואס איז ארויס פון דארט פאר בערך צען יאר צוריק. ער האט מיר דערציילט אז זיי האבן ממש גוט געלעבט מיט די אראבער דארט (לויט זיין אויסדרוק "היה כיף"). זיי זענען שטענדיג זייער באשיצט פון די פאליציי וואס גיבן אכטונג אויף זיי נאך מער ווי אויף אראבער, די אראבער דארט געטרויען אידן מיט זייער פארלעסליכקייט נאך מער ווי זיי געטרויען אנדערע אראבער. און באשאר אסאד האט אפילו פארבינדונגען מיט אידן פון די סירישע קהילות דא אין אמעריקע (איך ווייס פערזענליך פון איינע פון די גרויסע מאגנאטן וואס איז "פאניע-בראט" מיט באשאר אסאד, ער האט געקויפט פאר באסאד'נס רעביצין (?) א טייער קייטל). אבער נאך אלעם האט דאס אוודאי נישט קיין שייכות מיט די צולאזטע מעשים פון די נטורי קרתא וואס קושן זיך מיט די געמיינסטע טעראריסטן און רייצן דערמיט אויף די גויאישע וועלט וואס איז יעצט אנגעהיצט קעגן טעראר. דאס הייסט אין אנדערע ווערטער אז זיי זענען פונקט אזוי עובר אויף "התגרות באומות".

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 1:58 pm
דורך סאדע_באטל
האסט אויסגעלאזט דעם חלק וואס דו האסט ארויסגעברענגט אין דיין קעפל.
אמעריקע האלט שוין ביים סוף פון זייער ראוד.

ער באציהט זיך צו די עקאנאמישע לאגע