בלאט 1 פון 1

קאר פארט אריין צווישען דורכגייער און ירושלים

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2008 3:23 pm
דורך יצמח
15 מענטשען זענען געשעידגט געוווארן וואן א קאר איז אריין געפארן אין א גרופע מענטשען.

דיער דרייווער איז געשאסן און געהארגעט געווארן.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2008 10:11 pm
דורך שמערי בערי
איז דאס געווען א טעראריסטישע אטאקע? זענען געווען אידן אינוואלווד? דיטעילס ביטע

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2008 10:17 pm
דורך איך_הער
יא, כ'מיין אז ס'זענען געווען בעיקר צה"ל'ניקעס, גיי צו נייעס ביי אידישע וועלט, דארט איז דא אביסל מער דיטעילס.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2008 10:19 pm
דורך שמערי בערי

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 3:21 am
דורך לאקשען ברעט
דער שוטה דער אראבער מיט א "בי עם דאבעיו" פארט ער אריין
וואס האט ער געמיינט אז אויבען וועט ער האבען בעסער'ס
דארט עט מען עים טראגען אין גיהנום אין בהמות וואגאנען

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 12:27 pm
דורך לעווי
אן אריין גיין אין די תורה'דיגע חלק, וויל איך אבזערווירן עפעס פון א פאליטישע שטאנדפונקט.

מען האלט שוין ביי די דריטע אטאקע פון דער סארט. א ירושלימ'ער איינוואוינער, א יונגע שמעקער, נעמט א אוטאמאביל און פארט אריין אין מענטשן פאראורזאכנדיג כאאס. וואס קען מען טון צוריק צו האלטן אזעלכע אטאקעס? וואס קען מען טון אז א צווייטע זאל זיך שוין מער נישט פארגלוסטן צו טון אזא שטיקל? פארשטייט זיך אז צוריק געבן די מדינה צו די UN וואלט געווען אן אפציע כאטש אפילו מיר קענען נישט זיין גאראנטירט אז די עשיו וואלט מער נישט געווען קיין שונא ליעקב, אבער מיר רעדן פון א פאליטישע שטאנדפונקט, וואס וואלט אמעריקא ווען געטון ווען עס געשעהט ביי זיי? וואלטן זיי אריין געגאנגן אין יענע שטאט פון וואו די טעראריסט איז געקומען און צוווארפן אלע הייזער? וואלטן זיי אויסגעהרגעט די טעראריסטס משפחה? וואלטן זיי געהארגעט די אימאם פון יענע דערפל? וואס קען מען טון צו דעם?

לאמיר הערן פון די געעהרטע חכמים דא, וואס וואלט איר געטון ווען דאס געשעהט ווען אין אייער לאנד און איר זענט פרעזידענט?

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 3:32 pm
דורך מיללער
לעווי,
די אלע שלוחים האבן משלחים און ווען זייערע משלחים ווילען באמת קענען זיי אפשטעלן די טעראריסטישע אטאקעס ה"י, וואס די מדינה קען טוען אפצושטעלן די משלחים איז אן אלטע (פאליטישע) דעבאטע צו בחיל ובזרוע אדער דורך צוריקגעבן שטחים וכדו'.

דער אייבירשטער זאל האלטן די רעכטע האנט אויף אלע אידישע קינדער, שומר ישראל שמור שארית ישראל.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 3:36 pm
דורך לעווי
מיין שאלה איז וואס וואלסטו געראטן די אמעריקאנער פרעזידענט צו טון ווען דאס קומט פאר אין אמעריקא? וואלסטו אים געראטן צו פלקן שטיקער, אזוי ווי בוש וואלט מן הסתם געטון? אדער וואלסטו אים געראטן זיך אוועק צו זעצן מיט חאליד מאשאל אין דמשק סיריע און האבן א שמועס מיט אים, אזוי ווי אבאמא רעדט זיך איין אז ער וויל טון?

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 3:42 pm
דורך מיללער
לעווי,
די סירקומסטענסעס דיקטירען די עקשאן, אלעס ווענד זיך ווי מ'האלט מיט די טערארניקעס פון בעפאר, אויב געשעהט דאס אן קיין שום פריערדיגע ווארענענוג ח"ו אזוי ווי סעפט. 11 איז זיכער נישט קיין צייט פאר קיין פארהאנלונגען, דעמאלטס ברויך מען ווייזן אז עס איז נישט קיין הפקר-וועלט און אפווישען די שיידלעך, ביידלעך און וויידלעך.

אויב איז עס אבער אן אנגייענדער שטרייט מיט א טענה פון צוגענומענע שטחים, גיבט דאס מער לעגיטימאציע פאר פארהאנדלונגען.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 4:46 pm
דורך לעווי
אין מיינע אויגן וואלט קיין איין רעכט דענקיגער פירער נישט געבלינקט קיין אויג נאר וואלט שוין לאנג אפגעווישט א גוטע פאר טויזנט מנוולים פון די מאפע.

ס'הייסט די נעיטיוו אמעריקאנער ווילן צוריק גאנץ אמעריקא, און די יונייטעד סטעיטס טענה'ט אז ס'קומט זיי לויט די UN נאר געוויסע שטחים וואו זיי האבן טאקע געוואוינט און געוועלטיגט, די נעיטיוו אמעריקאנער זאגן אז זיי זענען נישט צופרידן דערמיט זיי ווילן דאס גאנצע לאננד! דורכאויס די יארן רצח'נען זיי און זיי באמבענען טאג נאך טאג ווי ווילדע פראים, אזש מען קען זיך נישט אן עצה געבן מיט זיי. אמעריקא פרובירט זיי צו פארגוטיגן, גיבט זיי מיליאנען א יאר קאמפענסאציע, אפפערט זיי מער און מער שטחים, ווי אויך אפפערט מען זיי צו העלפן אויף בויען זייער אינפעסטראקציע, און א יעדעס מאל מען קערט זיך צוריק פון פארהאנלונגען ענטפערן די אינדיאנער צוריק מיט אפאר אטאקעס אקעגן די אלגעמיינער ציוויליזאציע. אמעריקא לייגט אריין כוחות צו פארזיכערן זייערע גרעניצן אז די טעראריסטן זאלן נישט קענען אריין קומען. פלוצלינג הייבן זיי אהן אויס צו פירן אטאקעס אין וואשינגטאן די סי, טשיקאגאו, לאס אנג'עלעס, און נו יארק סיטי, אבער נישט אטאקעס מיט וואפן און באמבעס, ווייל דאס קען מען זיך אפשר נאך פארהיטן און פארזיכערן, נאר אטאקעס מיט פשוט'ע לעבנס-וויכטיגע געצייג, אזוי איינס נאכן אנדערע. דו האסט נאך א ספק וואס די אמעריקאנער פרעזידענט וואלט געטון? דו מיינסט אז עני וועלט פירער וואלט גע'חלומ'ט צו פארהאנדלן? פליז!! טראכט פון די שטאנדפונקט פון אמעריקא נישט מדינת ישראל.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 5:28 pm
דורך זארעכפעפער
זע דא מיין תגובה, וועסטו פארשטיין אז לא ראי זה כראי זה ולא ראי זה כראי זה... אמת, הצד השווה שבהן איז אז שדרכן לילך ולהזיק, אבער אין פאקט זענען די אראבער אין גאר אן אנדער פורמאט און די עצה'ס דערפאר זענען זייער שווער און אומפארמיידבאר.

אפווישן פון די מאפע וועמען? זאל מען ווישן וועסט ווישן חאמאס, וועט שפראצן איראק. וועסט ווישן איראק, וועט שפראצן על קאידע. וועסט ווישן על קאידע, וועט שפראצן אחמאדזאנידזשאד. וועסט ווישן דעם איראנער, וועט אפיר שפראצן א צווייטער. דאס זענען אלע קערנדלעך פון פארשידנארטיגע רעליגיעזע רעבעלן וועלכע מען קען נישט אנכאפן און אינדענטיפיצירן במציאות.

ולה' הישועה.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 5:50 pm
דורך קרעמער
לויט באריכטן איז דער דרייווער געווען א 19 יעריגער אן קיין לייסענס, וואס האט פשוט געוואלט באגיין זעלבסטמארד נאכדעם וואס די קוזינע האט נישט באוויליגט צו הייראטן מיט אים, ער האט נאר געקענט באשטיין מיטצונעמען אפאר חברה מיט אים, ווי מ'רופט דאס: ארויסגיין אין סטייל.