בלאט 1 פון 1

פראו-איזריעל, אנטי-איראן ראַלי פארנט פון יו.ען.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2008 1:28 pm
דורך צייטליך
היינט - מאנטאג - קומט פאר א גרויסער און ברייט באריכטיטער ראַלי פארנט די יו.ען. געביידע אין מאנהעטן.

כאטש ווי שוין באריכטעט דא אין אידישע וועלט אז פרוי פעילין און פרוי קלינטאן וועלן נישט ערשיינען צום ראלי, נאך א וואך פון פאליטישע געפעכטן הין-און-צוריק, האבן אנדערע הונדערטער מענטשן זיך דארט צוזאמגענומען אויסצושרייען זייער ווייטאג קעגן איראן.

די ארגענעזירער טענה'ן אז די וועלט פירער טוען נישט גענונג אפצושטעלן איראן פון זייער שנעלער גאלאפ נאך מאסן פארניטונג'ס וואפן, וואס ווי יעדער פארשטייט אז אזעלעכע וואפן אין די הענט פון אכמינאדינידזשאד איז א קאטאסראפאלער חורבן פאר די ציוועלעזירטער וועלט.

פארשטייט זיך אז מדינת ישראל ווערט דא א הויפט מחותן ווען עס קומט צו איראן, נאכדעם וואס דער א.ד. פרעזידענט האט זיך אויסגעדריקט אויף זיי אז "מ'דארף זיי אפווישן פון די מאפע" און ווער נאך דארף נאך אזוי ציטערען פון דעם משוגענער א_ווי מדינת ישראל.

שוין חוץ א מעשה וואס מדינת ישראל גלייכט זיך צו שלאגן און רייצן מיט אנדערע מדינות, ווי עס גייט צוריק זייער התגרות באימות היסטאריע פון זיין דער מחוצף און אריינרעדן אין יעדער געשלעג - אפילו וואס באלאנגט נישט פאר זיי - מיליטעריש.

די לאוער איסט-סייד פון מאנהעטן איז שטארק באוואכט צוליב די ערשיינונג פון די גרויסע וועלט פירער ביי די יו.ען.

נעכטן אינדערפרי, דורכפארענדיג די עף.די.אר. האב איך שוין געזעהן די פולע יו.עס. קאוסט גארד שיפן אויפן וואסער מיט זייער אויסגעשטרעקטע געווער. געמיינט האב איך אז דער איראנער פרעזידענט פלאנט מיטצוברענגען זיינע וואפן קיין ניו יארק.

מיר פראבירן צו באקומען אפדעיט'ס איבערן ראלי, ווי נאר מיר וועלן וויסן וועלן מיר פארשטענדידגן דעם ציבור און לאזן וויסן פארן עולם.


צייטליך, ק.נ.א. ניו יארק.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2008 7:29 pm
דורך מיללער
צייטליך,
טענקס פאר די אפדעיט, זאג אפשר דערווישסטו אכמעדיניזשאד פאר אן אינטערוויו? ער גלייכט פאבליסיטי.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2008 8:44 pm
דורך איך_הער
מילער, ביסט זיכער אז ער האט נישט קיין ניק דא?....

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 8:42 am
דורך סתם_אזוי
איך האב געוויסט אז גראד ווען מען וועט אים בעטן אן אינטערוויו וועט ער זיך אנרופן... :wink:

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 9:05 am
דורך צייטליך
מיללער, יישר כח פארן געדאנק. ווי נאר איך האב געזעהן וואס די שרייבסט האבן מיר זיך גלייך פארבינדען מיט עטליכע גרויסע עסקנים פון "רב טוב" וואס טוען אסאך לטובת די יוצאי איראן, וואס ווי פארשטייט זיך אליינס האבן זיי גאר גרויסע פארבינדונגען אינערהאלב די רעגירונג דארט צוליב די כסדר'דיגע פלוס פון אחינו בני ישראל וואס קומען ארויס פון דארט..

מיר האבן זיך שוין טאקע נעכטן שפעט ביינאכט געטראפן מיט אום, ער איז - ווי עס שיינט פון זיינע באגלייטער - געווען זייער אויסגעמיטשעט און כמעט נישט געקענט הערן אויף זיינע אויערען צוליב די הילכיגע געשרייען פון די מאסן פראטעסטירער.

ווי נאר זיינע באגלייטער האבן געזעהן איינער מיט א מייק אין די האנט זיך אריינשטעקן צוויישן זיינע סיקרעט סערוויס האבן זיי אום געוואלט פארשיקן פון דארט, אבער ווי נאר אכמידאנישדזאד האט געזעהן אז עס האט אויף זיך דער סימבאל פון "ק.נ.א." האט ער געהיייסן שטיין בלייבן און געזאגט אז ער וויל אונז גיבן א אינטערוויו. ס'איז געווארן א שטארקער אנלויפעניש, יעדער האט דאס געוואלט מיטהאלטן, אבער מיט די הילף פון די פאליציי איז אלעס געהאלטן געווארן אינטער קאנטראל.

דער גאנצער אינהאלט פון דער אינטערוויו וועט ארויסקומען הערשט אין געציילטע וואכן - מעגליך געשניטן - צוליב דעם וואס עס איז גלייך גענומען געווארן דורך די עף.בי.איי. פאר אויספארשונג. צוליב עטליכע ווערטער וואס ער האט ארויסגעזאגט איבער די נוקלארע רעאקטער.

מיר האבן אום געפרעגט עטליכע פראגן, אבער גלייבט מיר אויפן שריפט, מיר האבן נישט פארשטאנען קיין איין ווארט וואס ער האט גענטפערט. ער רעדט זייער נישט קלאר און בכלל נישט אינזער שפראך. און ווי לאנג עס איז אנגעקומען דארט די מאשינקע אויף די אויער איבערצוטיייטשן האט ער שוין גענדיגט זיין דרשה. ואתכם הסליחה.

ק.נ.א. פארארבייט יעצט שטארק ביי די נטורי קרתא איבער נאך א עסקלוסיווער אינטערוויו, וואס מיט די הילף פון דעם באקאנטן רב ווייס, לאנגיעריגער יוגנט פריינד פון אכמידאנידזשאד, האפן מיר צו פארשטיין וואס ער רעדט.

פרטים יבואו. שטייט אנגעדרייט! (סטעי טאָנד)

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 10:32 am
דורך שמערי בערי
צייטליך, דיין צווייטע אנאליז קרעקט מי אפ....

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 3:38 pm
דורך מיללער
צייטליך! ;l;p-

דער פאבליסטי הונגעריגער דיניזשאד איז אומשטאנד דערויף.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 3:42 pm
דורך לעווי
צייטליך האט געשריבן:מיללער, יישר כח פארן געדאנק. ווי נאר איך האב געזעהן וואס די שרייבסט האבן מיר זיך גלייך פארבינדען מיט עטליכע גרויסע עסקנים פון "רב טוב"



מיינסט אודאי פון 'מחנה' רב טוב :wink: .

דו ביזט בעסער ווי גוט! ;l;p-

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 3:59 pm
דורך זארעכפעפער
וואס איז דען שייך צו זאגן? לא זו ולא זו.

פארשטיי גוט, אין אלגעמיין איז אנגענומען אז אין א מלחמה איז פאראן א סטראטעגיע וויאזוי צו האנדלען דעם מציאות. מ'רעכנט אהער, מ'רעכנט אהין, ביז מ'קומט אויף מיט עפעס א מהלך. אין דעם פאל איז דאס לחלוטין נישט מעגליך. עס איז נישט קיין קריג וואס דו קענסט אידענטיפיצירן דעם בר פלוגתא, און אין אזא פאל איז נישט שייך אויצורעכענען גארנישט.

א מלחמה מיט רעבעלן, און ווער רעדט נאך מיט ריליגיעזע עקסטערעמיסטישע אנאנימע גרופעס, איז נישט מעגליך צו האבן א סטראטעגיע וויאזוי זיך אומצוגיין מיט זיי. עס איז נישט שייך אריינצוגיין אין זייער גאנג און ארויסהאבן א וועג וויאזוי זיי צו באזיגן און אפשטעלן. געווענדליך רעבעלן גיבן זיך נישט אונטער ביז ווילאנג זיי פירן נישט אויס הונדערט פראצענטיג זייער וואונטש, און ווען מ'ווייסט נישט נאך נישט פונקליך וואס זיי ווילן איז דאס נאך טויזנט מאל ארגער.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 4:18 pm
דורך צייטליך
זארעכ, ביסט ביטער גערעכט, און דאס איז טאקע מיסתמא די סיבה פארוואס מ'הערט נישט אויף צו סטראשען אנשטאט טוען פאקטישע שריט.

ביי אזעלעכע פעלער איז די איינציגסטע סטראטעגיע א מלחמה געפירט דורך געהיימספולע סי.איי.עי. אגענטן וואס מאכן חרוב ונחרב אלע זייערע צווייפעלהאפטיגע פראיעקטן. אדער אז מדינת ישראל איז מסכים וועלן זיי דאס באמבעדירן, אבער איך בין זיי ווייניג מקנה וואס זיי וועלן צוריק כאפן דערפאר. ה"י.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 5:47 pm
דורך קרעמער
זארעך;

דיין תגובה קומט ווארשיינליך אינעם דערנעבנדיגן אשכול פון די טעראר(?) אטאקע אין ירושלים.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 5:50 pm
דורך זארעכפעפער
יא, יא, גערעכט גערעכט. נו וואס-קעניך טוהן? ס'ידאך פון מיין זייט א מעוות שלא יוכל לתקן. בלייבט מיר בלויז דער עינינו לך תלויות, זאלסט מיר העלפן ארויסגיין פון פלאנטער. נאכדעם וואס איך האב שוין דארט אין יענעם אשכול אויך אנגעשמירט...

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 5:51 pm
דורך קרעמער
מעקן קען מען שוין נישט, ווייל צייטליך'ס תגובה ווערט בלייבן שטימפיג. וועלן מיר אלעס לאזן כמו שכתוב, און די שפעטערע תגובות וועלן שוין מראה מקום זיין פארן עולם וואו עס באלאנגט.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 5:54 pm
דורך זארעכפעפער
גוט, גוט, יישר כח עניוועי.