בלאט 1 פון 1

187 טויזענט דאלער אין ניקעלס

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 21, 2008 11:13 pm
דורך שוועמל
אויך געלט, הא ??

א טראק דורכשניידנדיג דעם I-95 אין פלארידע האט זיך איבערגעדרייט אויסגיסנדיג איר אינהאלט פון כמעט 9 מיליאן ניקעלס אויף די רויע שטראסע פאראורזאכענדיג טראפיק פאר א וויילע.

לאקאלע פאליציי האבן אינוועסטיגעטעד דעם צוזאמענשטויס צווישן דעם ברינקס טראק און אן אנדער קאממערציעלע טראק און געשריבן א באריכט כדרכם. מען האפט אויף קומענדיגע וואך מיטוואך וילך צו האבן א פונקטליכן רעפארט פונעם עקסידענט.
(יא, אלעס נעמט א יאר מיט א מיטוואך ביי זיי..)

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2008 8:23 am
דורך צייטליך
צו ארבייטן אויף אזא רעטונג'ס אקציע איז שוין נישט אזוי שלעכט. ס'איז דא העווי געלט אינוואלווד.

זאג נאר שוועמל, ווי עס קוקט מיר אויס איז פון דעם דרייווער - אנדערש ווי פון די ניקעל'ס - נישט געליבן קיין זכר, איז דאס טאקע אזוי?

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2008 10:16 am
דורך קרעמער
איך בין נישט מקנא די רייניגער... פרוביר נאר אמאל ארויסצוהעלפן א ניקל-קלאפער אין שוהל מיט לעכעריגע הענט... מען ווערט שנעל מיעד (בפרט אז דאס געלט גייט נישט פאר דיר).

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2008 10:22 am
דורך אלעקסיי
ווי אזוי פלעגט הרב ביללער פרעגן אין זיין זוממערדיגן נארישע-שאלות יפה בעתו: וואס איז מער ווערט, $1000 אין ניקעלס, אדער $1000 אין קוואדערס?