בלאט 1 פון 1
פיצי: וועלט'ס קלענסטער מענטש!
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2008 9:48 am
דורך צייטליך
עס לוינט זיך צו כאפן א בליק.
טעקסי דרייוער'ס, פאליציי אפיצירן און סתם פארנומענע ארבייטער אין מאנהעטן האבן זיך אלע אפגעשטעלט כאפן א בליק אויף הי פינגפינג, פון טשיינע, דער וועלט'ס קלענסטער מענטש ווען ער האט אראפשפאצירט די צוויי און פערציגסטע גאס אין מאנהעטן נעכטן - דארנעשטאג.
דער 20 יעריגער כינעזער מאן איז הויעך 2 פיס און 5.37 אינטשעס - נידעריגער ווי א וואסער-פאמפ. ער איז יעצט אין ניו יארק זיך אריינצוגעבן אין די גינעס ווארלד רעקארד בוך ווי ער איז געליסטעס אלץ די וועלט קלענסטער מענטש.
זיין שוואגער זאגט אז עס איז ווי א חלום דאס קומען קיין ניו יארק פאר פינגפינג, וואס איז געבוירן געווארן אין מאנטגאליע.
ווי מ'גייט און מ'שטייט שטעלן זיך אפ מענטשן כאפן א בליק און א בילד פון דעם קליינעם פינגפינג, זיין שוואגער זאגט אז ער גלייכט גראדע די עטענשאן.
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2008 2:23 pm
דורך איך_הער
צייטליך האט געשריבן:דער 20 יעריגער כינעזער מאן איז הויעך 2 פיס און 5.37 אינטשעס - נידעריגער ווי א וואסער-פאמפ. ער איז יעצט אין ניו יארק זיך אריינצוגעבן אין די גינעס ווארלד רעקארד בוך ווי ער איז געליסטעס אלץ די וועלט קלענסטער מענטש.
צ"ל נידריג.
פארעפענטליכט: שבת ספטמבר 20, 2008 9:32 pm
דורך שוועמל
כ'אב קיינמאל נישט געוויסט א וואסער פאמפ איז אזוי הויעך...
יישר כחך פאר די נייעס
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 21, 2008 7:16 am
דורך יאנאש
צייטליך, עס אלוועיס איטס עי פלעשור טו ריעד יור ווארק, יישר כח.
גראדע דוכט זיך מיר אז דער פרעזידענט פון מאנגאליע המלך 'גרויזאמער' יר"ה האט אים באשריבן ביינונז אין קרעטשמע שוין א לאנגע וויילע צוריק, אפשר באלד העמער אים אפירזוכן.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 21, 2008 9:02 am
דורך מיללער
טענקס מר. טיימלי פאר די עקסלוסיוו רעפארט, יעצט האב איך געזעהן אז פאקס-ניוז האט געגנבט דעם רעפארט פון צייטליכען און ניטאמאל שרייבן זיי א שכוח פאר אים, וואט עי האצפע!
דער קליינער פימפערנאטער מר. הי פינגפינג ישפיל הודו, והוא בפינגפינג ומי ישובנו? ער וויל דוקא האבן צוויי פינגס און זיין משפחה נאמען, ווען קוים איינס פאסט אים!
ער איז געקומען קיין אמעריקע אריינוצגיין אינעם 'גינעס בוק אוו רעקארדס', אויפן פליגער איז ער געזעסן אין א 'בעסינעט' אונטער די מיטלסטע ביה"כ, ביי שחרית האבן אלע חרדים געקוקט אויף אים מיט א אזא ביטול היש און זיך געשישקעט 'ברוך משנה הבריות'.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 21, 2008 11:48 am
דורך אלחנן
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 21, 2008 2:06 pm
דורך שמערי בערי
שמערי בערי איז געשיקט געווארן דורך קנ"א צו האלטן אן אינטערוויאו מיט דעם פינגפאנג, אבער שמערי האט נישט געקענט הערן פון אזוי ווייט וואס ער רעדט....
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 21, 2008 4:57 pm
דורך צייטליך
דאס זענען די דאר-מען'ס (טיר-מענטשן) פון א געוויסן האטעל אין מאנהעטן.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 21, 2008 5:21 pm
דורך אלחנן
שכוח, צייטליך!
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2008 10:55 am
דורך אלעקסיי
קודם א הערצליכען דאנק פאר צייטליך'ן, פאר אלע געשמאקער נייעסער, יעדע צייט.
איין פראגע האב איך, אזא מענטש האט שכל פון אן ערוואקסענעם, אדער זיין שכל וואקסט אזוי שנעל ווי זיין קערפער?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 6:01 am
דורך יאנאש
דא האט איר דעם ערשטן מאל וואס ער האט געמאכט די קרעטשמע העדליינס דורך קרעמער'ן.
http://www.yiddishworld.com/forum/index ... d=a&hilit=מאנגאליע#p51344
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 9:47 am
דורך שמערי בערי