בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

נייעס און באריכטן

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

א ליזענסקע חסיד
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2022 7:25 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

תגובהדורך א ליזענסקע חסיד » מיטוואך יולי 13, 2022 8:46 pm

אויף מערכת קול ליזענסק האט מען געמאלדן אז די וואך שב"ק וועט דער נייער רבי שליט"א וויילן און ישיבה.
איינער מיט מער פרטים.

א ליזענסקע חסיד
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2022 7:25 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

תגובהדורך א ליזענסקע חסיד » מיטוואך יולי 13, 2022 11:53 pm

שבת בלק א.jpg
שבת בלק א.jpg (152.86 KiB) געזעהן 2110 מאל
א ליזענסקע חסיד האט געשריבן:אויף מערכת קול ליזענסק האט מען געמאלדן אז די וואך שב"ק וועט דער נייער רבי שליט"א וויילן און ישיבה.
איינער מיט מער פרטים.
דער רמב"ם זאגט אין הלכות תשובה, אז מ'פארענטפערט זיך איז דאס נישט קיין תשובה, מ'דארף וויסן כ'האב געזינדיגט, כ'האב געטוען שלעכטס, און כ'וועל זיין וואויל, כ'וועל זיין גוט, דאס הייבט תשובה (מתוך אמרי קודש מכ"ק אדמו"ר מליזענסק זצוק"ל).

א ליזענסקע חסיד
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2022 7:25 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

תגובהדורך א ליזענסקע חסיד » מיטוואך יולי 13, 2022 11:57 pm

'שבת התאחדות' אין ליזענסק
דעם שבת פרשת בלק איז באשטימט געווארן אלס 'שבת התאחדות' פון כלל תלמידי ליזענסק. אויף דעם צוועק ארבעטן די עסקנים רונדער דעם זייגער אהערצושטעלן דעם גיגאנטישן 'היכל השלחנות' וועלכע געפונט זיך הארט נעבן ביהמ"ד הגדול אין קרית הישיבה, כדי צו קענען אקאמאדירן די פילע תלמידים ואנשי מעשה וואס זענען ערווארטעט מיטצוהאלטן דעם 'ערשטן טיש' ביי כ"ק אדמו"ר מליזענסק שליט"א, און וויילן ביים שבת הראשונה בצל הקודש בהיכל הישיבה לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו.

די קלאפ איז גאר טיף און די וואונד איז נאך אפן, שטייענדיג נאך די ביטערע הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מליזענסק זצוק"ל, אבער די חסידים טרייסטן זיך אז לא השבית לנו גואל און דער רבי זצוק"ל האט איבערגעלאזט נאך זיך חתנו וממלא מקומו כ"ק מרן אדמו"ר מליזענסק שליט"א, וועלכע איז באקאנט נאך פון יונגווייז אן מיט זיין קדושה און צדקות, וואס טוט ווייטער אנפירן די עדה הקדושה ביתר שאת וביתר עוז.
דער רמב"ם זאגט אין הלכות תשובה, אז מ'פארענטפערט זיך איז דאס נישט קיין תשובה, מ'דארף וויסן כ'האב געזינדיגט, כ'האב געטוען שלעכטס, און כ'וועל זיין וואויל, כ'וועל זיין גוט, דאס הייבט תשובה (מתוך אמרי קודש מכ"ק אדמו"ר מליזענסק זצוק"ל).

אוועטאר
צופלאטשעט
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 pm

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

תגובהדורך צופלאטשעט » מיטוואך יולי 13, 2022 11:59 pm

א ליזענסקע חסיד האט געשריבן:'שבת התאחדות' אין ליזענסק
דעם שבת פרשת בלק איז באשטימט געווארן אלס 'שבת התאחדות' פון כלל תלמידי ליזענסק. אויף דעם צוועק ארבעטן די עסקנים רונדער דעם זייגער אהערצושטעלן דעם גיגאנטישן 'היכל השלחנות' וועלכע געפונט זיך הארט נעבן ביהמ"ד הגדול אין קרית הישיבה, כדי צו קענען אקאמאדירן די פילע תלמידים ואנשי מעשה וואס זענען ערווארטעט מיטצוהאלטן דעם 'ערשטן טיש' ביי כ"ק אדמו"ר מליזענסק שליט"א, און וויילן ביים שבת הראשונה בצל הקודש בהיכל הישיבה לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו.

די קלאפ איז גאר טיף און די וואונד איז נאך אפן, שטייענדיג נאך די ביטערע הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מליזענסק זצוק"ל, אבער די חסידים טרייסטן זיך אז לא השבית לנו גואל און דער רבי זצוק"ל האט איבערגעלאזט נאך זיך חתנו וממלא מקומו כ"ק מרן אדמו"ר מליזענסק שליט"א, וועלכע איז באקאנט נאך פון יונגווייז אן מיט זיין קדושה און צדקות, וואס טוט ווייטער אנפירן די עדה הקדושה ביתר שאת וביתר עוז.

זייער שפעט זיך דערמאנט
א אינדעפענדענט כאטש סנישט אין סטייל...

ארבעט שווער צו ברענגן נייעס

שרויפל
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:53 pm

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

תגובהדורך שרויפל » דאנארשטאג יולי 14, 2022 12:01 am

קען איינער לייגן בילדער פון די הספד אין קאנטינענטל?????
סאיז גרינגער צי גראבן אין א פעלד פון ערד ווי אין די פעלד אויבן אין קאפ... (ר’ אביגדער מיללער ז’’ל)

א ליזענסקע חסיד
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2022 7:25 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

תגובהדורך א ליזענסקע חסיד » דאנארשטאג יולי 14, 2022 3:00 pm

photo_2022-07-14_14-59-49.jpg
photo_2022-07-14_14-59-49.jpg (153.72 KiB) געזעהן 2025 מאל
photo_2022-07-14_14-59-50.jpg
photo_2022-07-14_14-59-50.jpg (150.67 KiB) געזעהן 2025 מאל
דער רמב"ם זאגט אין הלכות תשובה, אז מ'פארענטפערט זיך איז דאס נישט קיין תשובה, מ'דארף וויסן כ'האב געזינדיגט, כ'האב געטוען שלעכטס, און כ'וועל זיין וואויל, כ'וועל זיין גוט, דאס הייבט תשובה (מתוך אמרי קודש מכ"ק אדמו"ר מליזענסק זצוק"ל).

אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

תגובהדורך Iphone » דאנארשטאג יולי 14, 2022 3:11 pm

נעמען?

פיפיגער נער
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 24, 2021 11:14 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

תגובהדורך פיפיגער נער » דאנארשטאג יולי 14, 2022 3:16 pm

א ליזענסקע חסיד האט געשריבן:אויף מערכת קול ליזענסק האט מען געמאלדן אז די וואך שב"ק וועט דער נייער רבי שליט"א וויילן און ישיבה.
איינער מיט מער פרטים.

וואס איז די נומבער פין קול ליזענסק?

א ליזענסקע חסיד
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2022 7:25 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

תגובהדורך א ליזענסקע חסיד » דאנארשטאג יולי 14, 2022 3:40 pm

פיפיגער נער האט געשריבן:
א ליזענסקע חסיד האט געשריבן:אויף מערכת קול ליזענסק האט מען געמאלדן אז די וואך שב"ק וועט דער נייער רבי שליט"א וויילן און ישיבה.
איינער מיט מער פרטים.

וואס איז די נומבער פין קול ליזענסק?

1716-623-4707
דער רמב"ם זאגט אין הלכות תשובה, אז מ'פארענטפערט זיך איז דאס נישט קיין תשובה, מ'דארף וויסן כ'האב געזינדיגט, כ'האב געטוען שלעכטס, און כ'וועל זיין וואויל, כ'וועל זיין גוט, דאס הייבט תשובה (מתוך אמרי קודש מכ"ק אדמו"ר מליזענסק זצוק"ל).

א ליזענסקע חסיד
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2022 7:25 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

תגובהדורך א ליזענסקע חסיד » דאנארשטאג יולי 14, 2022 6:05 pm

סדר וזמינ השבת בצל הקודש פונעם נייעם רבין שליט"א בהיכל הישיבה צום ערשטן מאל זינטן איבערנעמען דאס כתר האדמורו"ת.
צוגעלייגטע
סדר וזמני השבת.jpg
סדר וזמני השבת.jpg (82.19 KiB) געזעהן 1769 מאל

א ליזענסקע חסיד
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2022 7:25 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

תגובהדורך א ליזענסקע חסיד » דאנארשטאג יולי 14, 2022 6:42 pm

photo_2022-07-14_18-41-01.jpg
photo_2022-07-14_18-41-01.jpg (76.89 KiB) געזעהן 1727 מאל
דער רמב"ם זאגט אין הלכות תשובה, אז מ'פארענטפערט זיך איז דאס נישט קיין תשובה, מ'דארף וויסן כ'האב געזינדיגט, כ'האב געטוען שלעכטס, און כ'וועל זיין וואויל, כ'וועל זיין גוט, דאס הייבט תשובה (מתוך אמרי קודש מכ"ק אדמו"ר מליזענסק זצוק"ל).

שרויפל
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:53 pm

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

תגובהדורך שרויפל » דאנארשטאג יולי 14, 2022 9:13 pm

א ליזענסקע חסיד האט געשריבן:
photo_2022-07-14_14-59-49.jpg
photo_2022-07-14_14-59-50.jpg

סאיז געווען מענטשען אויך אדער נאר רעדנערס?
סאיז גרינגער צי גראבן אין א פעלד פון ערד ווי אין די פעלד אויבן אין קאפ... (ר’ אביגדער מיללער ז’’ל)

א ליזענסקע חסיד
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2022 7:25 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

תגובהדורך א ליזענסקע חסיד » פרייטאג יולי 15, 2022 7:39 am

א ליזענסקע חסיד האט געשריבן:
בדרך האט געשריבן:סדר השבת

מער פרטים
דער רמב"ם זאגט אין הלכות תשובה, אז מ'פארענטפערט זיך איז דאס נישט קיין תשובה, מ'דארף וויסן כ'האב געזינדיגט, כ'האב געטוען שלעכטס, און כ'וועל זיין וואויל, כ'וועל זיין גוט, דאס הייבט תשובה (מתוך אמרי קודש מכ"ק אדמו"ר מליזענסק זצוק"ל).

א ליזענסקע חסיד
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2022 7:25 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

תגובהדורך א ליזענסקע חסיד » פרייטאג יולי 15, 2022 8:17 am

אידישע טעגליכע נייעס.jpg
אידישע טעגליכע נייעס.jpg (87.85 KiB) געזעהן 1541 מאל
דער רמב"ם זאגט אין הלכות תשובה, אז מ'פארענטפערט זיך איז דאס נישט קיין תשובה, מ'דארף וויסן כ'האב געזינדיגט, כ'האב געטוען שלעכטס, און כ'וועל זיין וואויל, כ'וועל זיין גוט, דאס הייבט תשובה (מתוך אמרי קודש מכ"ק אדמו"ר מליזענסק זצוק"ל).

רואיגע וואסערן
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2020 8:29 pm

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

תגובהדורך רואיגע וואסערן » פרייטאג יולי 15, 2022 10:03 am

קיין שום התאחדות, בלויז דער רבי שליט"א קומט אויף שבת אזויווי זיין גרויסער שווער פלעגט קומען אסאך מאל מזמן לזמן.

הער אויף מיט די בחורישע מעשיות.

א ליזענסקע חסיד
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2022 7:25 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

תגובהדורך א ליזענסקע חסיד » זונטאג יולי 17, 2022 5:16 pm

photo_2022-07-17_17-15-09.jpg
photo_2022-07-17_17-15-09.jpg (55.76 KiB) געזעהן 1357 מאל
דער רמב"ם זאגט אין הלכות תשובה, אז מ'פארענטפערט זיך איז דאס נישט קיין תשובה, מ'דארף וויסן כ'האב געזינדיגט, כ'האב געטוען שלעכטס, און כ'וועל זיין וואויל, כ'וועל זיין גוט, דאס הייבט תשובה (מתוך אמרי קודש מכ"ק אדמו"ר מליזענסק זצוק"ל).

א ליזענסקע חסיד
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2022 7:25 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

תגובהדורך א ליזענסקע חסיד » זונטאג יולי 17, 2022 5:17 pm

א ליזענסקע חסיד האט געשריבן:
photo_2022-07-17_17-15-09.jpg

היסטארישע 'שבת הכתרה' אין ליזענסק
תלמידי וחסידי ליזענסק זענען נאך אונטערן טיפן רושם, האבענדיג די זכיה מיטצולעבן דעם זעלטן דערהויבענעם 'שבת הכתרה' וועלכע איז געווען אנגעפולט בהתרוממות והתעלות מבואו ועד צאתו, היסטארישע מאמענטן וועלכע וועלן בלייבן איינגעקריצט אין די הערצער פון די פילע חסידים ואנשי מעשה וואס האבן דאס מיטגעהאלטן, 'שבת התאחדות' פון כלל תלמידי וחסידי ליזענסק פון איבער גאנץ ניו יארק, בצל הקודש פון דער נייע מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מליזענסק שליט"א. אויף שבת זענען געקומען צו פארן קיין מאנסי צענדליגע חסידים מיט זייערע משפחות פון אלע שטעט איבער גאנץ ניו יארק, נישט וועלענדיג פארפאסן דעם ערשטן שבת בצלא דמהימנותא עילאה.

דער רבי שליט"א איז אריין געקומען פרייטאג צונאכט'ס פונעם פראווען צימער אנגעטוהן מיטן טלית, אין געדינט אלס בעל תפילה, קבלת שבת איז צוגעגאנגען בנו הר"ר שם טוב שטערן, דורכאויס די עריכת השולחנות, סיי פרייטאג צונאכט'ס און סיי שלש סעודות, האבן פילע חסידים און תושבי העיר איבערגעפולט דעם גיגאנטישע היכל השלחנות וועלכע איז אויפגעשטעלט געווארן הארט נעבן ביהמ"ד הגדול ליזענסק אין קרית הישיבה, און איז געווען מלא על גדותיו מקצה אל קצה. נאכ'ן דאווענען זענען פילע יודן אריבער זיך וואונטשן 'גוט שבת' ביים רבי'ן.

דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען צום טיש א האלבע שעה נאכן דאווענען, ווי עס איז געפראוועט געווארן די גאנצע טיש אינאיינעם מיט די פילע חסידים ותלמידי הישיבה, און די עריכת השולחן האט זיך פארצויגן פיר א האלב שעות ברציפות פון התרוממות ועונג רוחני און מ'האט געענדיגט דעם טיש דריי דרייסיג אזייגער. דורכאויס דעם טיש האט דער רבי שליט"א אויפגעטראטן עטליכע מאל בדברות קודש און געהייסן זינגען עטליכע סקולענ'ע ניגונים צווישן זיי 'טעמו וראו כי טוב ה'. אין עטליכע ניגונים פונעם רבי'ן זצוק"ל צווישן זיי "מי ידידית, דער רבי האט מכבד געווען מיט מי ידידית דעם רבין זצוק"ל'ס חבריתא הרה"ג ר' דוד בעריש אונגער שליט"א, מיט קה ריבון הר"ר שם טוב שטערן, די זקני חסידים זענען געשטאנען פארוואונדערט, און זיך צוגעקוקט אויף יעדן תנועה וואס דער רבי שליט"א האט געוואויגן און זענען באגייסטערט געווארן פון די 'כח ההנהגה' וועכלע דער רבי שליט"א פארמאגט, ווען ער האט אנגעפירט די עריכת השולחנות כזקן ורגיל, ווי א רבי וועלכע פירט שוין טישן צענדליגע יארן.

צו שחרית שב"ק איז צוגעגאנגען בנו משה שטערן, שבת צופרי האט דער רבי עולה געווען מפטיר און דעם רבינ'ס עלייה איז געקויפט געווארן דורך איינע פון די נגידי המוסדות פאר אסטראנאמישע סומעס. מוסוף איז צוגעגאנגען הגה"צ מרן ראש הישיבה שליט"א, דער רבי שליט"א האט אויפגעטראטן מיט דברות קודש עטליכע מאל דורכאויס שלש סעודות ארומרעדענדיג פארשידענע ענינים צווישן זיי אז עס ליגט א חוב אויף יעדן צו מתפלל זיין פאר מרן גאב"ד ירושלים שליט"א לרופ"ש וואס ספר תורה שרו בצער אין יעדן טאג זאל מען זאגן אפאר קאפיטלעך תהלים ספעציעל לרופ"ש פון מרן הגב"ד רבינו יצחק טוביה בן ריקל שליט''א. ביי מעריב האט געדינט אלס בעל תפילה הגה"צ מרן ראש הישיבה שליט"א, מוצאי שבת האט דער רבי שליט"א אויפגעטראטן מיט דברי הדרכה פאר די חסידים ותלמידים און דערמאנט זיך צו שטארקן אין דעם 'פאן' וואס ליזענסק'ע חסידים טראגן וואס דאס איז 'אהבת תורה ויראת שמים'. נאך מעריב איז פארגעקומען דער מעמד 'הבדלה' ברוב עם, בשעת ווען דער רבי שליט"א איז געשטאנען אויפן באלעמער ווען מען זאגט נאך פסיק בפסיק כנהוג בבית ליזענסק, און דערנאך זענען די פילע חסידים אריבערגעגאנגען דעם רבי'ן זיך וואונטשן 'גוטע וואך'. נאכן מעמד הבדלה, איז אריין אל הקודש פנימה הגה"צ אב"ד לינז שליט"א פון וויליאמסבורג און עס האט זיך פארצויגן א שיינעם לענגערע שמועס, דער רבי שליט"א האט דערנאך ארויס באגלייט דער לינזער רב ביז צו דער קאר, אין דערנאך צוריק אריין אין צומער אין עס האט זיך פאר צויגן 'קבלת קהל' פאר א לענגערע צייט, נאכן קבלת קהל איז דער רבי אריין צו מלוה דמלכה וואס איז געפראוועט געווארן מיט די תלמידי הישיבה פון חלק ג' ולמעלה, מען האט געבענטש ביים עלות, דער רבי האט מכבד געווען מיטן בענטשן בנו הר"ר שם טוב שטערן שליט"א. און דערנאך זענען די בחורים אריבערגעגאנגען דעם רבי'ן זיך וואונטשן 'גוטע וואך'.

א שענערע דאטעלירטע בארוכט פונעם גאנצן דערהויבערם שבת וועט נאכפאלגן בעז"ה.
דער רמב"ם זאגט אין הלכות תשובה, אז מ'פארענטפערט זיך איז דאס נישט קיין תשובה, מ'דארף וויסן כ'האב געזינדיגט, כ'האב געטוען שלעכטס, און כ'וועל זיין וואויל, כ'וועל זיין גוט, דאס הייבט תשובה (מתוך אמרי קודש מכ"ק אדמו"ר מליזענסק זצוק"ל).

א ליזענסקע חסיד
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2022 7:25 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

תגובהדורך א ליזענסקע חסיד » זונטאג יולי 17, 2022 5:53 pm

חסידי ליזענסק געבן איבער קוויטלעך פאר'ן נייעם רבי'ן‎
כ"ק אדמו"ר מליזענסק שליט"א האט נעכטן נאכט צום ערשטן מאל אויפגענומען די ציבור חסידים מיט קוויטלעך, נאכ'ן ממלא זיין מקומו פונעם שווער כ"ק אדמו"ר מליזענסק זצוק"ל בכתר אדמורו"ת ליזענסק. עס איז געווען א מחזה הוד צוזעענדיג ווי פילע תלמידי וחסידי ליזענסק זקנים עם נערים, האבן זיך געשלענגעלט אין לענגערע רייעס ביים טיר פונעם פראווען צימער זוכה זיין אריינצוגיין אל הקודש פנימה לברך ולהתברך בכל מילי דמיטב. וישם כתר מלכות בראשו.

פון בית כ"ק אדמו"ר מליזענסק שליט"א איז היינט ארויס געשטעלט געווארן א מודעה אז בעז"ה וועט דער רבי שליט"א ווייטער ממשיך זיין אויפנעמען תלמידים וחסידים אריינצוגיין אל הקודש פנימה לברך ולהתברך בכל מילי דמיטב אינעם פראווען צימער, אלע ווייטערדעגע בארוכטן וועלן נאכפאלגן.
דער רמב"ם זאגט אין הלכות תשובה, אז מ'פארענטפערט זיך איז דאס נישט קיין תשובה, מ'דארף וויסן כ'האב געזינדיגט, כ'האב געטוען שלעכטס, און כ'וועל זיין וואויל, כ'וועל זיין גוט, דאס הייבט תשובה (מתוך אמרי קודש מכ"ק אדמו"ר מליזענסק זצוק"ל).

א ליזענסקע חסיד
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2022 7:25 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

תגובהדורך א ליזענסקע חסיד » זונטאג יולי 17, 2022 5:57 pm

חצר הקודש ליזענסק (2).jpg
חצר הקודש ליזענסק (2).jpg (50.99 KiB) געזעהן 1268 מאל
דער רמב"ם זאגט אין הלכות תשובה, אז מ'פארענטפערט זיך איז דאס נישט קיין תשובה, מ'דארף וויסן כ'האב געזינדיגט, כ'האב געטוען שלעכטס, און כ'וועל זיין וואויל, כ'וועל זיין גוט, דאס הייבט תשובה (מתוך אמרי קודש מכ"ק אדמו"ר מליזענסק זצוק"ל).

א ליזענסקע חסיד
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2022 7:25 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

תגובהדורך א ליזענסקע חסיד » דינסטאג יולי 19, 2022 7:19 pm

כ"ק אדמו"ר מליזענסק שליט"א האט זיך נעכטן צוריק געקערט למעון קדשו אין קרית טאהש, נאכן וויילן די לעצטע פאר טעג אין מאנסי.

א ליזענסקע חסיד
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2022 7:25 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

תגובהדורך א ליזענסקע חסיד » מיטוואך יולי 27, 2022 5:37 pm

שבת און לעקוואד.jpg
שבת און לעקוואד.jpg (146.66 KiB) געזעהן 873 מאל
דער רמב"ם זאגט אין הלכות תשובה, אז מ'פארענטפערט זיך איז דאס נישט קיין תשובה, מ'דארף וויסן כ'האב געזינדיגט, כ'האב געטוען שלעכטס, און כ'וועל זיין וואויל, כ'וועל זיין גוט, דאס הייבט תשובה (מתוך אמרי קודש מכ"ק אדמו"ר מליזענסק זצוק"ל).

א ליזענסקע חסיד
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2022 7:25 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

תגובהדורך א ליזענסקע חסיד » מיטוואך אוגוסט 03, 2022 1:28 am

ה' אב ה'תשפב.jpg
ה' אב ה'תשפב.jpg (45.38 KiB) געזעהן 703 מאל

אדמור מדיבוק
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 13, 2022 5:50 pm

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

תגובהדורך אדמור מדיבוק » פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:59 am

וואס איז מיט די וואך שב"ק?

ווארעמער
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 11:27 am

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

תגובהדורך ווארעמער » זונטאג אוגוסט 07, 2022 6:56 pm

די רבי האט א סדר ווען ער וועט זיין אין מאנסי וכדו' און ווען ער וועט זיין אינדערהיים אין טאהש?
אדער איז דא א פלאן אז די רבי וועט אוועק מופען פון קרית טאהש?

אדמור מדיבוק
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 13, 2022 5:50 pm

Re: בד"ה הגה"צ ר' יוסף מאיר מאיער זצ"ל - אדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי

תגובהדורך אדמור מדיבוק » דינסטאג אוגוסט 16, 2022 3:49 pm

די רבי פארט אי''ה אהיים נאכן גרויסארטיגן מעמד וואס קומט פאר און ישיבה די וואך


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א גולם, יונער, פארגאנגענע וואך, פליישיג, פלעסטיק, פעיפער ספרעי, פרידמאן פון לאנדאן, קאך, שמש און 69 געסט