באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2369
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 4:49 pm

איך האב עס ארופגעלייגט וועגן די ריעל טיים און דילעי.
דארט שטייט מיט א סעיף קטן אז די ריעל טיים איז גילטיג נאר אויף די עקטשועל עקסעקיושן ולאפוקי די ביד/עסק. אזוי אויך שעירס פון אנדערע פלעטפארמס פונעם זעלבן סטאק. דאס איז גילטיג ביי בראוקערעדזשעס וואס טשעקן קודם פאר איטערנל ארדערס מיט אייגענע פלעטפארמס וואס איז גאנץ נארמאל ביי גרויסע בראוקערעדזשעס אדער פאר עני סיבה סגייט נישט אריבער די טרענספער אויפן פלאר.

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2850
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 9:03 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:אינאיינעם מיט די פאקט אז די מארקעטס זענען זייער איבערגעהיצט, עס איז שוין לאנג נישט געווען קיין שטארקע צירוקצוג.


פון וועלכע מארקעט רעדסטו?

Screenshot_20181025-210126.png
Screenshot_20181025-210126.png (91.73 KiB) געזעהן 1303 מאל
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 10:00 pm

@יאצמעך, מיר שטייען אין די לענגסטע בול מארקעט אין היסטאריע, עס דארף זיין שווער צו וואקסן נאכאנאנד.

זעה וויפיל די S&P איז געוואקסן פון מארטש 2009 למס' - גאר שטארק!
פארגלייך עס צו די פריערדיגע וואוקס און קראכן, (די טשארט הייבט זיך אן ביי 1993 למס' )
צוגעלייגטע
S&P.PNG
S&P.PNG (38.45 KiB) געזעהן 1273 מאל

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2850
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 12:35 am

אלעס ביז די למספרם יאר 18.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 12:54 am

לע״ע גרייט מען זיך אויף נאך א טראסק מארגן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2850
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 12:57 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:לע״ע גרייט מען זיך אויף נאך א טראסק מארגן.

בעיסד אן?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 1:13 am

בעיסד אויף עפטער האוער טרעידינגס

מן הסתם צוליב די גוטע אבער שוואכער ווי ערוארטעטע באריכטן פון די גרויסע טעק קאמפעניס
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 8:04 am

ווען קומט ארויס די נייע GDP נאמבערס?

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 8:04 am

.

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 783
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 8:09 am

מען וועט נאך קענען עפעס אריינכאפן פאר די עלעקשאנס?

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 10:04 am

יאצמעך האט געשריבן:אלעס ביז די למספרם יאר 18.

נו, דאס איז די שאלה. וואס איז דאס מיט די מארקעטס היי יאר? זע טשארט פון די עס ענד פי, עפעס קריכט ער אביסל ארויף אבער ער קען זיך נישט האלטן הויעך. דערויף האב איך אנגעוויזן די גאר שטארקע וואוקס ביז אהער, אלזא עס איז נאכנישט געווען קיין גענוג שטארקע סיבה צו שטופען די הויכע סטאק פרייזן נאךהעכער.

טעכניש גערעדט איז מען נאך יעצט אינעם בול מארקעט.
צוגעלייגטע
SPY.PNG
SPY.PNG (41 KiB) געזעהן 1159 מאל

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6662
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 3:17 pm

די דאו און די S&P זענען נידעריגער פארן יאר, אבער נאך אלס העכער ווי נאכן גרויסן טראסק אין פעברואר ווען טראמפ איז געגאנגען פול מאגא און מער האט נאך געמיינט אז די טאריף'ס וועט שטארק שאטן פאר אמעריקע.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 3:24 pm

Haklal האט געשריבן:מען וועט נאך קענען עפעס אריינכאפן פאר די עלעקשאנס?

?

מקשה זהב
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 6:02 pm

תגובהדורך מקשה זהב » זונטאג אוקטובער 28, 2018 10:31 am

פראגע פאר איינער וואס קען זיך אויס: באלאנגט מעגליך נישט אין א נייעס אשכול, ואתכם הסליכה.

אויב דער סטאק מארקעט קראכט. לאמיר זאגן עס קראכט אינגאנצן. "אלע" אינוועסטארס פארקויפן זייערע שעירס. אבער, אין די זעלבע צייט איז די עקאנאמיע אין בעסטן צושטאנד. קאמפאניס פארדינען היסטארישע פראפיטן, קאנסומער קאנפידענץ איז אויף די העכסטע שטאפלן וכו'. וואס מאכט דער קראך אויס אויף די פאקטישע עקאנאמיע? אין אנדערע ווערטער, וואס מאכט אויס א סטאק-מארקעט קראך אויף א געזונטע עקאנאמיע? אדער, וויאזוי קען א סטאק-מארקעט קראך הרג'נען די עקאנאמיע?

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » זונטאג אוקטובער 28, 2018 10:59 am

מקשה זהב האט געשריבן:פראגע פאר איינער וואס קען זיך אויס: באלאנגט מעגליך נישט אין א נייעס אשכול, ואתכם הסליכה.

אויב דער סטאק מארקעט קראכט. לאמיר זאגן עס קראכט אינגאנצן. "אלע" אינוועסטארס פארקויפן זייערע שעירס. אבער, אין די זעלבע צייט איז די עקאנאמיע אין בעסטן צושטאנד. קאמפאניס פארדינען היסטארישע פראפיטן, קאנסומער קאנפידענץ איז אויף די העכסטע שטאפלן וכו'. וואס מאכט דער קראך אויס אויף די פאקטישע עקאנאמיע? אין אנדערע ווערטער, וואס מאכט אויס א סטאק-מארקעט קראך אויף א געזונטע עקאנאמיע? אדער, וויאזוי קען א סטאק-מארקעט קראך הרג'נען די עקאנאמיע?

די פשוטע ענטפער איז, אז א סטאק מארקעט קראך וועט אדער קומען פון פאקטישע פראבלעמען אין די עקאנעמי, אדער פון שרעק פאר אנקומענדיגע פראבלעמען.
אינעם ערשטן פאל איז דאך פשוט אז עס ווייזט אז עפעס טויג נישט אין אלגעמיין.
אינעם צווייטן פאל ברענגט עס שרעק ביי די ספענדערס און אינוועסטירער פון וואס עס קומט, און דאן ווערט ספענדינג און אינוועסטמענט שוואך, און דאס איז א פערפעקט רעצעפט פאר א רעסעשן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2850
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג אוקטובער 28, 2018 11:28 am

זייער גוט געפרעגט. און די ענטפער איז אז דאס פאסירט געווענדליך נישט אין א לענגערע טערמין.

הגם די יעצטיגע GDP ריפארט שפיגעלט שטארק אפ דיין פראגע. די GDP איז געשטיגען אין לעצטען קווארטאל מיט 3.5%, אבער אריין קוקענדיג אביסל טיפער אין די נאמבערס זעהט מען אז C איז די מערסטע געשטיגען און פארנומען אזויפיל ווי 70% פון די GDP וואס דאס איז פיל מער ווי עוורעדש, משא''כ די I איז געשטיגען סך הכל מיט 0.8%, (פאר מיר איבער די אותיות ליין נאך פונדערהיים'ס ארטיקל איבער GDP) וואס דאס האט אביסל נערוועז געמאכט אנאליסטן. אבער אלע האבן מודה געווען אז פון איין קווארטאל איז שווער צו לערנען איבערהויפט ווען די אמעריקאנע עקענאמיע גייט יעצט דורך געוויסע אומגעווענדליכע אומשטענדן, אריין גערעכענט 1. גרויסע אינטרעסט רעיט הייקס, וואס מאכט באמת די מארקעט ביליגער ווייל געלט ווערט טייער. 2. די כינעזע טאריפ'ס וואס מאכט נערוועז אינוועסטירער. וואס דאס איז אויך געווען א אינטערעסאנטער פאקטאר אז אימפארט איז שטארק געשטיגען קעגען עקספארט ווייל די אימפארטירער סטאקן זיך אן פאר די גרעסערע טאריפ'ס גייען אריין אין קראפט.

זעה איך פונדערהיים האקט שוין-שיק
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

מקשה זהב
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 6:02 pm

תגובהדורך מקשה זהב » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 9:10 am

עמיצער האט מיר מסביר געווען נעכטן, אז הייבן די אינטרעסט ראטעס ברענגט נישט בלויז שלעכטע אינוועסטער סענטימענטן, נאר עס נידערט פאקטיש די סטאק פרייזן - פירנדיג צו א סעל-אףף.

דהיינו, ווען מען קען באקומען ביים פארבארגן געלט לאמיר זאגן 4% אינטרעסט, דאס מיינט אז פאר הונדערט דאללער הלוואות גייט מען מאכן 4 דאללער, דאן מוז אן אינוועסטמענט אין סטאקס זיין העכער, פאר בלויז 99 דאללער זאל מען מאכן 4 דאללער. פשוט, סטאקס האבן סאך מער 'ריסק' און עס מוז זיך לוינען דאס קויפן א סטאק מער ווי פארבארגן דאס געלט פאר צינזן.

איצט ווען איינער האט געקויפט א סטאק פאר 99 דאללער, און דער ריטוירן דערויף דארף זיין 4 דאללער, וואס געשעהט ווען מען הייבט די אינטרעסט ראטעס צו 5%? מיינט דאס אז פאר הונדערט דאללער קען מען שוין "זיכערערהייט" צוריק מאכן 5 דאללער, טא, לוינט שוין נישט פאר 99 דאללער צו מאכן 4 דאללער, יעצט דארף מען שוין פאר 98 אדער ווייניגער - פארדינען פיר דאללער. דעריבער פארקויפן אינוועסטארס גלייך זייערע סטאקס ווייל זיי קענען שוין מאכן פיל מער ביים קויפן באנדס/הלוואות וכו'.

די נומערן זענען אבי געשאסן, בלויז גענוצט צו אילוסטרירן מיין פוינט.

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6662
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 4:59 pm

היינט ווייטער געגליטשט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 660
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » דינסטאג אוקטובער 30, 2018 10:30 am

די מארקעט איז ארויף היינט, ארום איין פראצענט.
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 660
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » דינסטאג אוקטובער 30, 2018 4:28 pm

געווען א שטארקער טאג היינט ב"ה.

ארויף צווישן 1.5 און 2%.

די מערסטע איז ארויף די ראססעל 2000.
צוגעלייגטע
Screenshot_20181030-162651_1.jpg
Screenshot_20181030-162651_1.jpg (149.55 KiB) געזעהן 644 מאל
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 11:00 am

דער טאג האט זיך גאר גוט אנגעהויבן, ספעציעל מיין סטאק ליבלינג, די טעכנאלאגיע סעקטאר. ברוך השם דער באשעפער זאל העלפן אויף ווייטער

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 11:07 am

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:דער טאג האט זיך גאר גוט אנגעהויבן, ספעציעל מיין סטאק ליבלינג, די טעכנאלאגיע סעקטאר. ברוך השם דער באשעפער זאל העלפן אויף ווייטער

טעסלע פארט אויך גאנץ פיין לעצטנס...

זאג נאר, מיר קענען ארויפקומען דעם מוצ״ש פאר א וויכטיגע צוועק?
געלט איז שוין דא, א דערבארעמדיגער זענט איר אויך, וואס נאך פעלט אויס?...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 11:13 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:דער טאג האט זיך גאר גוט אנגעהויבן, ספעציעל מיין סטאק ליבלינג, די טעכנאלאגיע סעקטאר. ברוך השם דער באשעפער זאל העלפן אויף ווייטער

טעסלע פארט אויך גאנץ פיין לעצטנס...

זאג נאר, מיר קענען ארויפקומען דעם מוצ״ש פאר א וויכטיגע צוועק?
געלט איז שוין דא, א דערבארעמדיגער זענט איר אויך, וואס נאך פעלט אויס?...

פעלט ברוך השם גארנישט, אבער מיר האבן נאך א רויטן באטטאם ליין אין די כינעזער סטאקס, מיר האפן נאך בערת השם יתברך צו זען דארט אסאך הצלחה.

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 660
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 10:31 am

נישט קיין גרויסע חידושים היינט, רוב אינדעקסעס זענען אביסל ארויף.

די לעצטע צוויי טעג איז געווען א שיינע שפרונג צירוק(bounce back).
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1624
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 12:57 pm

דער דאנעלד יר"ה האט געטוויטערט אז זאכן ריקען זיך פראנאויס מיט כינע בנוגע טרעיד. די מארקעט האט ריספאנדעט מיט א ;l;p-.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א חסיד, א מוח, בלעקבארד, קנעטענע קיגעל און 54 געסט