באריכטן און אנאליזן
דינסטאג אוקטובר 28, 2008 6:58 pm
די דאו איז געשטיגן נאנט צו 890 פונקטן, און גאלאפ געט פאר אבאמא בלויז א 2 פראצענטיגע אויבערהאנט.
אוי האפענונג האפענונג
Advertisement
מיטוואך אוקטובר 29, 2008 2:52 pm
היינט 3:50 איז די דאו געווען ארויף מיט 265, אבער און די לעצטע 10 מינוט האט ער געכאפט א קוצקע און אראפ גענידערט פארן טאג מיט 135.
די נעסדעק איז אבער יא געשטיגן.
דאנערשטאג אוקטובר 30, 2008 8:42 pm
וויאזוי איז די בערזע געווען היינט?
דאנערשטאג אוקטובר 30, 2008 8:54 pm
היינט געשלאסן ביי:
- עטעטשמענטס
-

דאנערשטאג אוקטובר 30, 2008 9:18 pm
אלחנן, וועלכע בערזע ברענגסטו אראפ? די דאו האט זיך היינט געשלאסן מיט 100 עפעס אויף ארויף, און אויף דיין לוח שטייט אנדערש.
דאנערשטאג אוקטובר 30, 2008 9:41 pm
די דאו איז טאקע געשטיגן מיט 189 פונקטן היינט.
מאנטאג נובמבר 03, 2008 11:11 am
די סטאקס האט זיך די לעצטע פאר טעג זייער שיין געהויבן
מאנטאג נובמבר 03, 2008 8:16 pm
"זייער שיין"? אביסל איבערגעטריבן.
פאריגע וואך איז געווען א פיינע וואך, אבער די וואך איז גאנץ כמעשה.
מיטוואך נובמבר 05, 2008 3:25 pm
אפשר קען איינער מסביר זיין פארוואס די מארקעטס זענען געפאלן היינט אנדערש ווי געווענטליך ווען די מאקעטס גייען געווענטליך ארויף די טאג נאך די וואלן?
מיטוואך נובמבר 05, 2008 3:53 pm
ווייל דאס אז די דעמאקראטן האבן געווינען איז נישט קיין מעלה פאר די מארקעט ווייל דאס מיינט מער רעגולאצייעס העכערע שטייערן פאר די רייכע וכו'.
מיטוואך נובמבר 05, 2008 4:05 pm
די קעפל פונעם אשכול איז היינט נאכאמאל מקיום געווארן, דאו אראפ מיט 486 פונקטן.
מיטוואך נובמבר 05, 2008 4:09 pm
לעווי האט געשריבן:אפשר קען איינער מסביר זיין פארוואס די מארקעטס זענען געפאלן היינט אנדערש ווי געווענטליך ווען די מאקעטס גייען געווענטליך ארויף די טאג נאך די וואלן?
קוק צוריק דא אין אשכול
ווען אבאמא איז געשטאנען העכער איז סטאקס געפאלן
און ווען מקעין איז געשטאנען העכער האט זיך עס געהובן
ק''ו בן בנו של ק''ו אז דער שווארצער האט געווינען
ברויך דאך עס זעכער פאלן
דאנערשטאג נובמבר 06, 2008 11:45 am
עס טראסקעט ווייטער...
דאנערשטאג נובמבר 06, 2008 2:51 pm
רבותי, פארגעסטס נישט אז ביז די צוואנציגסטע יאנואר 09 גייט עס נאך אויף בוש'ס חשבן.
דאנערשטאג נובמבר 06, 2008 2:53 pm
פארוואס? מען האט געהערט שלעכטע נייעס, רופט זיך עס אפ אויף וואל סטריט.
דאנערשטאג נובמבר 06, 2008 5:15 pm
דער בוש הערט נישט אויף צי רידערן, ער האט היינט אראפ געשלעפט די סטאק מארקעט מיט איבער 400 פונקטן, ווי אויך האט ער איינוועגס מיטגעשלעפט מיט זיך דעם אויל, וואס האט זיך היינט גענדיגט ביי 60 רייניש מיט טשעינדזש.
נאך אפאר וואכן און אבאמא ווערט פרעזידענט, און מען וועט איינמאל פאר אלעמאל צונעמען די לייצעס פון בוש, און ער וועט עס מער נישט קענען אראפ שלעפן........
מיטוואך נובמבר 12, 2008 3:42 pm
היינט איז נאכאמאל א שלעכטע טאג. באט איך מיין עס אינטערעסירט שוין קיינעם נישט....
מיטוואך נובמבר 12, 2008 3:54 pm
קשיא? לוינט זיך יעצט צו קויפן סטאקס? און פון אויל?
מיטוואך נובמבר 12, 2008 3:55 pm
מיך האט מען אויסגעלערנט אז מען טאטשט נישט קיין סטאקס. אויב ווילסטו ריסקן, מיין איך אז עס לוינט זיך צו אינוועסטן אין אויל.
מיטוואך נובמבר 12, 2008 6:04 pm
עס הייסט יעצט אז ווען פרעזידענט אבאמא נעמט איבער די לייצעס, וועט שוין נישט זיין קיין סטאק-מארקעט וואס צו פאלן און ער וועט נאך שרייען אז אין זיינע צייטן איז די מארקעט נישט געפאלן מיט קיין איין פונקט.....
עס איז שוין נישט קיין לצה, די מארקעט איז אין א וואן-וועי דירעקציע פרישע 410 פונקטן זענען היינט אפגעווישט געווארן און דערונטער מיליאנען דאלארען און פארמעגנס, ויפול ויחזור ויפול.
מיטוואך נובמבר 12, 2008 6:45 pm
סתם_אזוי האט געשריבן:מיך האט מען אויסגעלערנט אז מען טאטשט נישט קיין סטאקס. אויב ווילסטו ריסקן, מיין איך אז עס לוינט זיך צו אינוועסטן אין אויל.
אויל לונצעך ממה נפשך וועט עס שטייגען עט מען דאך מאכן געלט
עטער פאלן וועט מען כאטש באצאלן ביליג פאר געז............
מיטוואך נובמבר 12, 2008 7:09 pm
אפשר לוינט זיך יעצט אפצוקויפן א גאנצע מאגאזין מיט אויל פעסלעך (א שטייגער ווי די פעדעראלע רעגירונג האט אוועקגעלייגט על כל צרה שלא תבא), און ווען דער פרייז וועט שטייגן וועט מען דאס פארקויפן פאר לויטער פארדינסטן.
איך זוך א שותף, ער מוז קענען דרייוון, רעכענען, פארשטיין ענגליש, און שלעפן פעסער...
מיטוואך נובמבר 12, 2008 10:30 pm
קרעמער, כ'האב אויסגעפלאצט. (ביידאוועי, ס'מוז זיין יעצט, אדער ווען דו קומסט צוריק פון אייראפע איז אויך גוט?)
מיטוואך נובמבר 12, 2008 10:39 pm
אפשר דעמאלטס וועט דאס שוין קאסטן טייערער.
דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 4:04 pm
א פיינע טאג געווען היינט.
איר זעהט? כ'האב ענק געזאגט אז אויב אבאמא גייט געוואונען וועט די עקאנאמיע בעסער ווערן!!!