Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

שבת אוקטובר 11, 2008 11:53 pm

ליגט ער יא אונעם טעקסט מעסעזש אשכול, ווי אויך געבן זיי איבער אז די פסק שטאמט פון יארמע רב...

Advertisement

זונטאג אוקטובר 12, 2008 10:23 am

איך קוק עס אן אזוי: אמעריקא שטייט היינט מיט 3 פרעזידענטן, בוש, מקעין אבאמא, קיינער קען גארנישט טון דערצו. ס'איז א חורבן

ביי מיר אין שטוב האט מיין רביצין איינגעצויגן די נייע קלייד וואס זי האט געקויפט פאר יום טוב..

זונטאג אוקטובר 12, 2008 12:48 pm

קרעמער האט געשריבן:מען שמועסט אז עס לוינט זיך צו אינוועסטירן אין סטאק מארקעט (פרעג מיר נישט קיין פרטים, איך בין זייער אומבאהאוונט דערין), ווייל עס קען שוין נישט צופיל פאלן, און וועט בעל כרחו אנהייבן שטייגן.


רעד איך היינט מיט א איד, א שיינער נגיד, וויסענדיג אז ער שפילט אסאך אין די סטאקס האב איך אום געפרעגט זיין מצב. זאגט ער מיר אז ער האט די לעצטע פאר וואכן געכאפט שרעקליכע פעטש דארט, אריינגערעכענט דעם יום כיפור.

אויף מיין פראגע פארוואס ער האט נישט גלייך ארויסגענומען דאס געלט פאר צוויי וואכן צוריק ווען ער האט געזעהן אז עס גייט אין קרקע אריין, האט ער מיר גענטפערט אז ס'האט אום שוין אויסגעקוקט ווי דאס איז שוין דער סוף, עס קען טיפער נישט גיין האט ער געקלערט, און אזוי קלערט ער היינט אויך און מיט דעם אלעם פאלט עס יעדן טאג מער און מער.

ווי עס קוקט יעצט אויס קען עס נאך פאלן ווייטער מיט אריבער זיבן טויזענט פונקטן, אנע דעם וואס עס זאל זיך הייבן, עס איז ווייט נישט פארטיג. די מארקעט ווארט נישט אויף קיינעם, ער טוט זיך אליין וויזאוי זיין הארץ גליסט.

זונטאג אוקטובר 12, 2008 1:15 pm

די מארקעט טוט גארנישט אליינס, אלעס זענען די שפעקולאנטן שולדיג.

צוריקגיין צום אמאליגן האנדל, אנע סטאקס בלויז פערד מיט וואגן. אויב פאלט עס ווייסט מען צו זאגן פון א צובראכענעם ראד אדער אן אויסגעדארט פערדל.. אינמיטן דעם געדיכטן וואלד נעבן פריץ אין הויכע שניי מיט ים רויבערס. מיט א מאשקע צו דער זייט וואס טוט כסדר ראטעווען...

מאנטאג אוקטובר 13, 2008 1:07 am

נו, אודאי זענען די שפעקולאנטן - און טאקע נאר די שפעקולאנטן - שילדיג.

ווייל וואס איז דען די סטאק מארקעט? עס איז א גרויסע באלאן. די שפעקולאנטאן זאגן די סטאקס גייט זיך הייבן, יעדער גלייבט זיי (ווייל געווענליך זענען זיי גערעכט), מען לויפט אינוועסטירן, און די סטאקס הייבן זיך טאקע.
און פארקערט איז די זעלבע זאך. די שפעקולאנטן "זאגן נבואה" אז די סטאקס וועלן אראפגיין און די גאנצע באלאן קראכט.

מיטוואך אוקטובר 15, 2008 7:59 pm

ערב יו"ט האט א שטיקל שמחה ארום גענומען אונזערע ביינער ווען די סטאק מארקעט האט זיך געגעבן א כאפ אויף און די דאו איז ארויף געשפרינגן מיט איבער 900 פונקטן.

אבער עס האט נישט אנגעהאלטן צי לאנג און היצטערט גייט ער ווייטער בארג אראפ, היינט האט ער געטראסקט מיט איבער 700 פונקטן און איז אנגעקומען צי א שטוינענד נידריגע ציפער 8,577, מי יודע וואס עס וועט ווייטער זיין.

אין אנדערע נייעס איבער די עקאנאמיע איז ריטעל אראפ מיט 1.2 פראצענט לעצטע חודש, און פורניטשער-דיפארטמענט-עפלייענס סטארס געבן אלע אן שוואכע פארדינסטן.

זענען מיר געבליבן אז נאר אויפן אייבירשטען קענען מיר זיך פארלאזן.

דאנערשטאג אוקטובר 16, 2008 2:09 pm

וועלכע סארטן סטאקס פאלען? עס איז זיכער דא אזוילכע וואס שטייגען אויך, און אזוילכע וואס האלטען זיך סטאביל. א שטיקל אנאליז קען איינער געבן?

דאנערשטאג אוקטובר 16, 2008 3:53 pm

היינט איז געווען גאנץ א גוטער טאג, די דאו האט זיך געהויבן מיט איבער 400 פונקטן.

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2008 1:09 pm

שמחת תורה האט ווידער געטראסקעט מיט איבער 500 פונקטן.

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2008 1:14 pm

וואו האלט עס יעצט? קען עס נאך טראסקענען???

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2008 6:56 pm

היינט איז ער ארויף מיט 170 פומקטן אבער די נעסדעק האט פארלוירן כמעט א פראצענט

פרייטאג אוקטובר 24, 2008 8:11 am

רבותי היינט לוינט זיך ניטאמאל צו קוקען אויפן מארקעט

זיי זאגן פאר א געפערליכען טאג

פרייטאג אוקטובר 24, 2008 8:48 am

איך גלייב זיי...

פרייטאג אוקטובר 24, 2008 9:26 am

עס האלט יעצט איבער 400 אראפ.

פרייטאג אוקטובר 24, 2008 9:32 am

איזאק האט געשריבן:עס האלט יעצט איבער 400 אראפ.


הודו לשם כי טוב!!!



















אז כ'האב נשיט קיין געלט אין די סטאק מארקעט.

פרייטאג אוקטובר 24, 2008 9:41 am

היינט איז גרויסע צרות, שוין פארלוירן בערך פינעף פראצענט.

פרייטאג אוקטובר 24, 2008 9:47 am

מער און מער אנאליסטן לייגן ארויף די שולד פון די אומסטאבילעטעיט פון די סטאק מארקעט אויף די פאקט אז אבאמא איז אזוי הויך אין די פאולס.


http://www.vosizneias.com/21637/2008/10 ... -policies/

מאנטאג אוקטובר 27, 2008 4:17 pm

רבותי האלטס מיט מארגען די נומערן, ווי עס שיינט גייט ער מארגען אנקומען צום נומער 7, און דאן גייט ער גיין רוען בבחינת שבת....

היינט האט ער זיך גענדיגט ביי 8,175.

דינסטאג אוקטובר 28, 2008 2:51 pm

די דאו האט זיך היינט געשלאסן מיט א שטוינענדע ציפער אויף ארויף, ער האט זיך ארויף געריקט 890 פונקטן, איבער 10 פראצענט.

דינסטאג אוקטובר 28, 2008 2:52 pm

היינט.
עטעטשמענטס
untitled.JPG
untitled.JPG (24.46 KiB) געזעהן געווארן 421 מאל

דינסטאג אוקטובר 28, 2008 2:56 pm

לויט ווי "לעווי" זאגט איז עס ווייל מקעין האט זיך גהויבן אין די פאולס

דינסטאג אוקטובר 28, 2008 3:00 pm

.png
.png (1.44 KiB) געזעהן געווארן 403 מאל

דינסטאג אוקטובר 28, 2008 3:30 pm

ראמני 08 האט געשריבן:לויט ווי "לעווי" זאגט איז עס ווייל מקעין האט זיך גהויבן אין די פאולס

זעהט אויס אז עפעס א פוינט האבן זיי :wink:

דינסטאג אוקטובר 28, 2008 4:17 pm

איך בין שוין פאר מעקעין זייער א לאנגע צייט און מיט מיר האט מען זיך נישט גערעכענט נאר פארקערט עס האט געטראסקעט.......

דינסטאג אוקטובר 28, 2008 4:25 pm

ווער האט דיר געהייסען גיין קעגן שטראם ביז יעצט
שרייב א תגובה

Advertisement