באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

והיתם נקיים
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך והיתם נקיים » זונטאג אוגוסט 09, 2020 3:45 pm

פער בריסטאו האט געשריבן:
טראכט גראד האט געשריבן:פון איין זייט הערט מען אז די עקענאמיע הינקט אונטער,
אבער ווען מען קוקט אויף די סטאק מארקעט, זעהט מען א גאנץ אנדערע בילד.
גיי פארשטיי....


די פעיק ניוז איז שוין ביזי די לעצטע 3 יאר אז די עקענאמיע פאלט אינטער עני מינוט..


און...

אוועטאר
בן ימיני
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 02, 2018 9:21 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך בן ימיני » זונטאג אוגוסט 09, 2020 4:12 pm

צ.ק. אויף קול מבשר איז דא א ועכענטליכע אנאליז אויף 343 פון די מעין מעניו

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5618
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך דריידל » דינסטאג אוגוסט 11, 2020 10:05 am

די דאו כאפט זיך שיין צוריק. היינט איז עס ארויף צו אריבער 28,000

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג אוגוסט 11, 2020 11:04 am

טשעיס האט געכאפט א שפרינג היינט, איינער ווייסט פארוואס?
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג אוגוסט 11, 2020 1:30 pm

ממה נפשך האט געשריבן:טשעיס האט געכאפט א שפרינג היינט, איינער ווייסט פארוואס?


אקעי, ס'דא וואס זאגן אז ס'איז די רוסישע וואקסין וואס גיבט האפענונג, אדער איז עס די סטימולוס ביל וואס מאנכע גיבן נאך האפענונג אז ס'זאל אדורכגיין.
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך אברך » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 3:54 pm

טעסלא גייט מאכן א 1/5 ספליט.

עס גייט ווערן א 2- 3 הינדרעט דאללער סטאק.
לערנט אייך טרעידן אפשענס! אויסגעפרואווטע אפשען סטראטעגיעס, וואס וועלן אייך ברענגען סוקסעס בס"ד.
פרייע קאנסעלטעישן. רעפערענסעס פון סוקסעספולע תלמידים זענען עוועיליבל. שיקט אן אימעיל צו: ProfitWithOptions1@gmail.com

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך ממה נפשך » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 5:33 pm

סקוקט מיר אויס צו זיין א איבערגעאיילטע שריט.

ס'נאכנישט קיין האלבע יאר פון ווען די משוגענע שפרינג איז געשען, וואס טוט ער אויב ס'גייט צוריק צו וואו ס'איז געווען, אדער נאנט צו דעם? וועט ער בלייבן מיט הונדערט דאלערדיגע סטאקס.

איך האלט אז ס'האט אסאך פאטענשאל, אבער ווארט ס'זאל זיך אביסל סטאביליזירן.
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

איך בין א יואלי
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 3:36 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך איך בין א יואלי » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 6:08 pm

אברך האט געשריבן:טעסלא גייט מאכן א 1/5 ספליט.

עס גייט ווערן א 2- 3 הינדרעט דאללער סטאק.

וואס מיינט א ספליט?

לאקשין
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 5:56 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך לאקשין » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 6:18 pm

איך בין אנגעזעטצט מיט IBIO סטאקס, זאל איך פטור ווערן דערפון וואס א טאג פריער אדער האלטן ?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 12062
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 6:25 pm

איך בין א יואלי האט געשריבן:
אברך האט געשריבן:טעסלא גייט מאכן א 1/5 ספליט.
עס גייט ווערן א 2- 3 הינדרעט דאללער סטאק.

וואס מיינט א ספליט?

יעדע שער פון סטאק וואס איז דא פאבליק ווערט דערפון 5 פינעף'טלעך. סאו אויב האב איך יעצט איין טעסלא סטאק שער ווערד $1500 גיי איך אוגעסט 31 האבן 5 שערס ווערד $300 א שטיקל.

עס איז נישט קיין "עכטע" חילוק, אבער למשה מאכט עס דער סטאק (צו קויפן א גאנצע שער) פילן מער אפפערדעבעל פאר קלענערע אינוועסטארס און העלפט פאר די וואס קענען נישט אריינלייגן גאנצע $1500 אין איין סטאק. נאך אפאר חילוקים איז, זינט עס איז ביליגער צו קויפן קען זיין מער דימענד סאו גייט דער פרייז אביסל ארויף, אויך אויב דו צאלסט קאמישען פער שער (נישט אפט, אבער עס איז דא אזאנס...) גייט עס קאסטן מער צו קויפן אדער פארקויפן.
ממה נפשך האט געשריבן:סקוקט מיר אויס צו זיין א איבערגעאיילטע שריט.

ס'נאכנישט קיין האלבע יאר פון ווען די משוגענע שפרינג איז געשען, וואס טוט ער אויב ס'גייט צוריק צו וואו ס'איז געווען, אדער נאנט צו דעם? וועט ער בלייבן מיט הונדערט דאלערדיגע סטאקס.

איך האלט אז ס'האט אסאך פאטענשאל, אבער ווארט ס'זאל זיך אביסל סטאביליזירן.

וואס פונקטליך פארלירט ער אבער אויב עס איז יא א הונדערט דאלער'דיגע סטאק? עס איז דאך בעצם בעיקר אירעלעווענט לגבי דער קאמפאני ווערד און עניטינג וואס מאכט א חילוק.

אגב עפל מאכט אויך יעצט (שוין די פיפטע ספליט זייערע) א סטאק ספליט (4 פאר 1) וואס ברעגט אפעציעל אראפ זייער סטאק צו $100 געגנט! איז עס אן אישו?...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2355
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 6:33 pm

איך בין א יואלי האט געשריבן:
אברך האט געשריבן:טעסלא גייט מאכן א 1/5 ספליט.

עס גייט ווערן א 2- 3 הינדרעט דאללער סטאק.

וואס מיינט א ספליט?

ווען א קאמפאני צעטיילט אירע שעירס אין האלב, דריטל, פערטל, וכו'.
למשל מען נעמט א סטאק וואס לויפט איצט ביי $800 א שעיר און מען צוטיילט א יעדע שעיר אין צוויי $400 שעירס. האלב די פרייז + דאבל די נאמבער פון שעירס = די וועליו פון די קאמפעני בלייבט די זעלבע.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 12062
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 6:40 pm

לאקשין האט געשריבן:איך בין אנגעזעטצט מיט IBIO סטאקס, זאל איך פטור ווערן דערפון וואס א טאג פריער אדער האלטן ?

האלסט אז איינער איז א נביא דא?... און אויב יא האסטו דען די ידיעה וויאזוי צו אפשאצן צו ער איז א נביא אמת?...

איך ווייס נישט וואס מיינסט אנגעזעצט (וויפיל איז דיין עוורידזש שער קאסט), אבער עס איז געווען א געמבעל אין אנהויב און יעצט איז עס נאכאלץ א געמבעל (כ'מיין צו זאגן אז דאס וואס האט דיר עס געמאכט קויפן וואלט אויך געדארפט מאכן אז זאלסט עס וועלן האלטן...) דער רעיס צו א וואקסין איז נאכנישט אווער און זיי קענען נאך זיין פון די געוואונער (כאטש זייער גרויסע שאנסן האבן זיי נישט [איא אידעך עס נישט אזא געמבעל..])
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

לאקשין
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 5:56 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך לאקשין » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 7:01 pm

איך האב איינגעקויפט פאר ביטער טייער $6.50 א שעיר איך האב גע'חלומ'ט אז עס גייט גיין העכער, אבער איך מיין אז איך האב מיך שוין אויפגעוועקט

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 12062
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 7:16 pm

לאקשין האט געשריבן:איך האב איינגעקויפט פאר ביטער טייער $6.50 א שעיר איך האב גע'חלומ'ט אז עס גייט גיין העכער, אבער איך מיין אז איך האב מיך שוין אויפגעוועקט

Yikes! ווי געזאגט א נביא איז נישט דא דא... ווי אויך ווייסעך נישט צו איינער דא איז לייסענס צו געבן פיינשעל אדווייס.

אבער אפאר זאכן צו קאנסידערן אפשר: האסט שוין עניוועי פארלוירן 60% סאו דיין ריסק (נישט פארקויפן יעצט ווס. יא פארקויפן יעצט) איז נישט אזוי גרויס מער, און זינט עס איז נאך טעקניקלי דא א שאנס אז זיי זאלן זיין פון די געוואונער (אדער עטליעסט אז עס זאל זיין זיין אפטימיזים אז זיי קענען נאך זיין פון די געוואונער) האסטו דאך שאנסן אז עס זאל ארויפגיין? לגבי ריסק אויף ווייטער פאלן (וואס איז אוודאי דא, אויב שטעלט זיך ארויס אז זיי בלייבן מיט גארנישט לגבי דער וואקסין) איז דאך אויך נישט ביז נול. און אפשר האלטן פאר א לאנגע צייט וועסטו האבן נאך א שאנס ווען עס ווען ארויפגיין, מעדעצינישע סטאקס זענען כמעט אייביג היי ריסק אבער אויך אסאך שאנסן צו פלוצלים באקומען א בום, ווייל אלעס ווענדט זיך אין גוטע אדער געפלאפטע טעסט און ערפינדונגען.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re:

תגובהדורך ממה נפשך » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 7:56 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:סקוקט מיר אויס צו זיין א איבערגעאיילטע שריט.

ס'נאכנישט קיין האלבע יאר פון ווען די משוגענע שפרינג איז געשען, וואס טוט ער אויב ס'גייט צוריק צו וואו ס'איז געווען, אדער נאנט צו דעם? וועט ער בלייבן מיט הונדערט דאלערדיגע סטאקס.

איך האלט אז ס'האט אסאך פאטענשאל, אבער ווארט ס'זאל זיך אביסל סטאביליזירן.

וואס פונקטליך פארלירט ער אבער אויב עס איז יא א הונדערט דאלער'דיגע סטאק? עס איז דאך בעצם בעיקר אירעלעווענט לגבי דער קאמפאני ווערד און עניטינג וואס מאכט א חילוק.

אגב עפל מאכט אויך יעצט (שוין די פיפטע ספליט זייערע) א סטאק ספליט (4 פאר 1) וואס ברעגט אפעציעל אראפ זייער סטאק צו $100 געגנט! איז עס אן אישו?...


איך קען דיר נישט זאגן וואס ס'איז ראנג ווייל גארנישט איז נישט ראנג אויבן אויף, ווי דו זאגסט אז טעקניקלי בלייבט אלעס די זעלבע ווערד אא"וו. אבער א אומסטאבילע מאוו איז עס אויף א שוין אזוי אומסטאבילע סטאק, און איך וואלט פארשטאנען אז א קאמפאני זאל פראבירן זיין סטאביל ווי ווייט מעגליך.

ספעציעל אויב ס'איז נאר צו געבן עקסעס פאר מער אינוועסטירער, וואס אינוועסטירער געווענליך זיכן סטאביליטעט. (אפשר נישט ביי טעסלא?)
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 12062
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 8:30 pm

ממה נפשך האט געשריבן:איך קען דיר נישט זאגן וואס ס'איז ראנג ווייל גארנישט איז נישט ראנג אויבן אויף, ווי דו זאגסט אז טעקניקלי בלייבט אלעס די זעלבע ווערד אא"וו. אבער א אומסטאבילע מאוו איז עס אויף א שוין אזוי אומסטאבילע סטאק, און איך וואלט פארשטאנען אז א קאמפאני זאל פראבירן זיין סטאביל ווי ווייט מעגליך.

ספעציעל אויב ס'איז נאר צו געבן עקסעס פאר מער אינוועסטירער, וואס אינוועסטירער געווענליך זיכן סטאביליטעט. (אפשר נישט ביי טעסלא?)

איך כאפ נישט פארוואס עס אן אומסטאבילע מאוו אדער אז עס מאכט דער סטאק מער אומסטאביל (אין א נישט גוטע וועג), אויב עפעס גיבט עס בס"ה עקסעס פאר מער אינוועסטירער און גיבט א שטיקל מענטל גרינגקייט צו קויפן א שער, וואס דאס מיינט בלויז אז (נישט נאר אין שארט טרעם, נאר בכלל) עס האט מער דימענד און דער סטאק איז ווערד אביסל מער (סטאבילערהייט).

אינוועסטער ביי טעסלע זוכן אוודאי נישט סטאבילקייט אויב יא גייען זיי צו א קאוקע קאולע וכדו' און מאכן דער דיווידענט און מאדערעיט וואוקס, זיי זוכן גראוט (און קערן נישט אזוי שטארק פאר די ריסק, וואס זיי האלטן איז - לאנג טערם - נישט אזוי שטארק.)
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re:

תגובהדורך ממה נפשך » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 9:57 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:איך קען דיר נישט זאגן וואס ס'איז ראנג ווייל גארנישט איז נישט ראנג אויבן אויף, ווי דו זאגסט אז טעקניקלי בלייבט אלעס די זעלבע ווערד אא"וו. אבער א אומסטאבילע מאוו איז עס אויף א שוין אזוי אומסטאבילע סטאק, און איך וואלט פארשטאנען אז א קאמפאני זאל פראבירן זיין סטאביל ווי ווייט מעגליך.

ספעציעל אויב ס'איז נאר צו געבן עקסעס פאר מער אינוועסטירער, וואס אינוועסטירער געווענליך זיכן סטאביליטעט. (אפשר נישט ביי טעסלא?)

איך כאפ נישט פארוואס עס אן אומסטאבילע מאוו אדער אז עס מאכט דער סטאק מער אומסטאביל (אין א נישט גוטע וועג), אויב עפעס גיבט עס בס"ה עקסעס פאר מער אינוועסטירער און גיבט א שטיקל מענטל גרינגקייט צו קויפן א שער, וואס דאס מיינט בלויז אז (נישט נאר אין שארט טרעם, נאר בכלל) עס האט מער דימענד און דער סטאק איז ווערד אביסל מער (סטאבילערהייט).

אינוועסטער ביי טעסלע זוכן אוודאי נישט סטאבילקייט אויב יא גייען זיי צו א קאוקע קאולע וכדו' און מאכן דער דיווידענט און מאדערעיט וואוקס, זיי זוכן גראוט (און קערן נישט אזוי שטארק פאר די ריסק, וואס זיי האלטן איז - לאנג טערם - נישט אזוי שטארק.)


כ'הער. כ'מיין אבער אז א אנדערע קאמפעני וואלט עס נישט געטון אזוי שנעל, ס'איז טאקע טעסלא'ס אייגנארטיגקייט (און פון איר פירער) צו נעמען אזעלכע שריט.
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלפיים
תגובות: 2253
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך אחת ואחת » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 5:26 pm

צום ערשטען מאל זינט FEB. 19 האט די S&P געגרייכט א פרישע אלל טיים היי.
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1782
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך פרוביר אויך » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 6:06 pm

אריינגייענדיג צום רעפובליקאנער קאנווענשאן האט די סטאק מארקעט געהאט גאר א גוטע טאג היינט
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1782
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך פרוביר אויך » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 1:37 pm

נעסדעק איז אריבער 12000
ווען טראמפ איז געווארען פרעזידענט איז עס געווען אביסעל מער פון 5000
דאו גרייט זיך אריבערצושפרייזען 29000
אפווישענדיג אלע קאראנע פארלוסטען
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1782
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך פרוביר אויך » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 1:37 pm

וואס איז די מעשה מיט טעסלע און עפעל סטאק?
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלפיים
תגובות: 2253
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך אחת ואחת » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 1:51 pm

פרוביר אויך האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיט טעסלע און עפעל סטאק?

זיי האבן ביידע געמאכט א ספליט די וואך. (געווען באריכטעט דא אין א אנדערע אשכול)
א ספליט מאכט עס זאל זיין גרינגער פארן ברייטען ציבור צו קויפן די סטאק.
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלפיים
תגובות: 2253
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך אחת ואחת » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 1:55 pm

אז מען רעדט שוין, די S&P און די DOW זענען שוין היינט ארויף איבער א פארצענט.


פרוביר אויך האט געשריבן:נעסדעק איז אריבער 12000
ווען טראמפ איז געווארען פרעזידענט איז עס געווען אביסעל מער פון 5000
דאו גרייט זיך אריבערצושפרייזען 29000
אפווישענדיג אלע קאראנע פארלוסטען


די נעסדעק און די עס&פי זענען שוין מער ווי פאר קאראנע, די דאו האט נאך 600 פוינטס צו גיין.
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1782
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך פרוביר אויך » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 1:57 pm

די דאו האט זיך געריקט 600 פוינטס די לעצטע פאר טעג, ער איז אןיפן טרעק בעז"ה
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 2:37 pm

פרוביר אויך האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיט טעסלע און עפעל סטאק?


זיי האבן ביידע א ירידה לצורך עלי', עס איז נארמאל נאך א ספליט אז עס זאל געשעהן


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], מחובר לקרקע און 14 געסט