בלאט 41 פון 81

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 2:28 pm
דורך דערבארומדיג'ער
1 aapl
amzn 2
msft 3

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 4:02 pm
דורך צל עובר
געטראסקעט היינט, די דאו האט זיך אנגעהאלטן העכער 25,000, די S&P האט זיך געהאלטן שטארק אנגעכאפט ביי 2,700.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 4:18 pm
דורך אור
געטראסקעט 800 פונקטן !!

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 11:51 am
דורך אברך
די מארקעטס פאלן היינט שטארק, דאס איז שוין אן טאפ פון א רויטן טאג דינסטאג. (מיטוואך זענען די מארקעטס געווען פארמאכט).

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 11:58 am
דורך אברך
קוקנדיג אויפן גרעסערן בילד זענען מיר אין א גרויסן רעינדש (איך בין זיכער אז די טעקנישן'ס האבן א נאמען פאר אזא שיינע דאבעל סאפפורט לעוועל...) אויב זאל דער פלאר ארויס פאלן וועל איך אנהייבן צו ווערן נערוועז....

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 12:08 pm
דורך מונאוויטש
זעהט אויס אז דער עולם לייגט איצט די גרינע אין בּאנדס. טרעזשורי (און מארטגעדזש) ראטעס טראסקענען אין גרויסן.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 11:21 am
דורך יש ברירה
די דאו זעצט פאר צו פאלן ווי א שטיין. אראפ דערווייל מיט בערך 500 פונקטן גייענדיג אונטער 23,900

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 2:34 pm
דורך יש ברירה
קומענדיג פול סירקעל איז די מארקעט אצינד גרין!

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 3:02 pm
דורך יאצמעך
כ'אמעך שוין דערשראקען, ברירה איז נאכאמאל דא היינט, מסתם איז שוין טאקע זויער.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 5:50 pm
דורך יש ברירה
:wink:

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 1:28 pm
דורך דערבארומדיג'ער
משום אל תמנע טוב מבעליו:

NIO איז א ריזיקאלישע סטאק מיט א אויסטערלישע פאטענציאל. די פרייז יעצט איז $7.16 פער שעיר.

לענד''ת ווער עס קען דערהייבן א פארלוסט פון אפאר דאללער זאל קויפן די סטאק , די קאמפאני האט א סאך אינגרידיענטס וואס קען איר ברענגן צו א דראמאטישע און היסטארישע וואוקס, א שטייגער ווי מען קוקט היינט צירוק אויב וואלט איך אינוועסטירט און עפל בשנת XXXX און אויב וואלט איך אינוועסטירט און מייראסאפט בשנת XXXX וואלט עס היינט ווערט געווען כך וכך.

#מיין אפיניען
#אינוועסט עט יור און ריסק

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 2:01 pm
דורך ווישוואש
גא''מ צו NIO.

זיי רופן עס די כינעזע טעסלא. האט זייער אסאך פאטענציאל.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 2:07 pm
דורך טרעף מיך
כינעזע קען מען נישט טראסטן! זיי האבן ווייניגער רעגאלאציעס און עס איז ביי זי א גאנצע גדולה ווען זיי באווייזן אונטער-צו-ווישן נאך אן אמעריקאנער, אלע גרויסע טרעדערס זענען 4 מאל אזוי פארזיכטיג ביים צורירן אפילו א סטאבילע כינעזע קאמפעני וכ''ש ווען די זאגסט אליין ס'איז א ריזיקאלישע.
אז מרעדט שוין יא פון אל תמנע טוב, האב איך דיר איינס וואס איז באמת א מציאה רבה, אבער כ'האב נישט קיין כח צו זיצן דא און מסביר זיין אלע צדדים you gatta do the reserch
די סימבל איז CHK
מיינונגן זענען וועלקאם

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 3:00 pm
דורך צל עובר
די מארקעט פאלט נאך זארג איבער ראטע העכערונגען.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 9:48 pm
דורך דערבארומדיג'ער
וואל סטריט זשורנאל האט א לאנגע ארטיקל איבער די צוזאמפאל פון GE.

די ארטיקל האט באקומען זייער גוטע REVIEWS אויף סאושל מידיע אלץ א סעמפל פון גוטע זשורנאליזם
https://www.wsj.com/articles/ge-powered ... 1544796010

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 11:59 am
דורך יש ברירה
מיט א שאטדאון אויפן האריזאנט האט די מארקעט פארגעזעצט היינט פארמיטאג איר אויסבלוטונג גייענדיג אונטער 23 טוינזט.

ווי עס שטייט יעצט אראפ מיט 389.99 פונקטן

5 Day
-6.50%

1 Month
-6.00%

3 Month
-13.73%

YTD
-6.96%

1 Year
-7.20%

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 12:04 pm
דורך אברך
היינט

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 12:58 pm
דורך מחשב
כ'מיין אז מ'דארף שוין טוישן דער "פאלן" קאליר צו עפעס אנדערש ווי 'רויט' ס'מאכט אזא מין לחץ...

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 1:16 pm
דורך דערבארומדיג'ער
אינטערעסאנט: די פירמע וואס פראדוצירט די באקאנטע מארלבארא ציגרעטלעך האט אינוועסטירט די פאנטאסטישע סומע פון 12 בילליאן דאללער אין JUUL

JUUL -כמעט א נייע קאמפאני- איז די גרעסטע פארקויפער פון די עלעקטראנישע ציגרעטלעך

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 1:19 pm
דורך דערבארומדיג'ער
TSLA אין בלויז פינעף טאג האט טעסלע דאס באוויזן...

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 4:01 pm
דורך צל עובר
שטארק ארויף קעגן די גאנצע מארקעט.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 12:16 pm
דורך יש ברירה
מיט בלויז בערך 45 מינוט צו גיין ביז די מארקעט שליסט זיך היינט (פרי צוליב די חגא) האט די דאו אצינד אראפגעזונקן צו אונטער 22 טויזנט נאכן פאלן 450 פונקטן.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 1:04 pm
דורך אמביציע
געשלאסן אראפ צו 650

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 1:16 pm
דורך ווישוואש
בעיר מארקעט.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 1:53 pm
דורך דערבארומדיג'ער
איך האב נאר געוואלט פרעגן א קלייניקייט: וואס איז נייעס היינט אין די סטאק מארקעט?