באריכטן און אנאליזן
מאנטאג אפריל 27, 2009 4:54 pm
דעם שטן באדערט די נעסדעק??.......
Advertisement
מאנטאג אפריל 27, 2009 5:24 pm
וויאזוי ווייסטו אז ס'איז מעשה שטן? אפשר איז דאס גאר א טובה?
איך וועל ענדערש אננעמען אז כל מה דעביד רחמנא לטב עביד. בינעך גערעכט?
מאנטאג אפריל 27, 2009 6:12 pm
גערעכט!
שגגה יצאה מפי...
דינסטאג אפריל 28, 2009 4:31 pm
די סטאק מארקעט האט היינט ווידער אמאל פארלוירן פונטן, איך מיין פונקטן.
מיטוואך אפריל 29, 2009 2:34 pm
מיינסט צוזאגן אז ער האט צובאקומען פונטן...
ס'קוקט שוין ממש אויס ווי די נקודות און טלואות פון יעקב און לבן, יעדן טאג איז'ס אנדערש...
מאנטאג מאי 04, 2009 2:58 pm
היינט איז געווען זייער א גוטע טאג פאר די סטאק מארקעט.
פאר מאר דיטעילס וועיט פאר וויכי.
דאנערשטאג מאי 07, 2009 12:16 am
צום זאך - אין א אנדערע אשכול - האט געשריבן:
אסאך וואונדערען זיך וואס איז פשט אז אויל גייט לעצטענס צוריק ארויף?
דא האט איר א שטיקל הסבר:
ווי באקאנט, בערך מיט א יאר צוריק, האט אויל דערגרייכט א רעקארד הויכקייט פון $147 א פעסל, די סיבות דערצו זענען געווען עטליכע, איינס; צוליב די הויכע באנוץ פון גאזאלין - וואס האט גע'העכערט דאס פארלאנג דערפאר, און בעיקר צוליב די איראק'ער קריג - וואס האט געשאפען א שטארקע אנגעצויגענקייט צווישן די די מערב לענדער ובראשם "אמעריקע", און די אראבישע מזרח לענדער וואס פראדוצירען די אויל, און ווי אויך זענען א גרויס חלק פון די אויל ריפיינעריס ווי מ'האט פראדוצירעט די אויל זענען פארניכטעט געווארען פון באמבעדירונגען, אין קורצן= ס'איז געווען א הויכע פארלאנג, און א מאנגעל אין סופליי.
סוף זומער, ווען די מצב אין איראק האט זיך אנגעהויבען צו סטאבלעזירען, און די אקאנאמיע האט אנגעהויבען גליטשען אויף אראפ, האט אויל אנגעהויבן שטארק צו טראסקענען אויס
"זארג" אז די פארלאנג פאר אויל וועט זיך פארמינערען, אין אנדערע ווערטער; נישט אז מ'האט שוין געזעהן א קלענערע פארלאנג, נאר מ'האט שפעקולירט אזוי.
די הסבר דערפון איז, ווייל אויל ווערט געהאנדעלט אויפען "פיוטשער מארקעט", די געז וואס די קויפסט ביים פאמפ איז געהאנדעלט געווארען מיט איבער א חודש צוריק, (איי פארוואס ווען ס'גייט ארויף שרויפט די געז סטעישאן גלייך ארויף די פרייז??? ס'האט טאקע נישט קיין תירוץ!! ער ניצט נאר אויס די געלעגענהייט צו מאכן זיין דאלער...) במילא ווערט די פרייז פונעם פעסל אויל עפעקטירט דורך שפעקולאציעס, ווען ס'קומען ארויס נעגאטיווע מארקעט באריכטען וועלן מארקעט שפעקולאנטען פאראויס זאגן א שוואכערע באנוץ פון אויל, וועט די פרייז פאלן, און פארקערט איז פארקערט, בקיצור אלעס ווענדט זיך אין די שאצונג פון די שפעקולאנטען, זיי שפילן ארום מיטן פרייז ארויף צו אראפ...
צוריק צו די פראגע וואס יעצט האט פאסירט,
פארגאנגענע פאר וואכן האט זיך צוריק אנגעהויבען אן אפטעמיסטישע שטימונג אויף "וואל סטריט" טייל אנאליסטען האלטן אז די רעסעסיע איז שוין א פארגאנגענהייט, און ווי פארשטייט זיך אויף דעם ארויף האבן זיך די שפעקולאנטען צוגעכאפט און זעהן שוין ווידער פאר א שטארקער פארלאנג פאר אויל, איי יעצט איז דא גענוג און נאך סופליי, אבער -ווי מיר האמיר מסביר געווען- קוקן זיי דאך אויפען עתיד, און ס'וועט נישט העלפען דאס וואס די אויל אינווענטאריעס זענען יעצט איבערגעפילט.
לדוגמא; היינט האט זיך א פעסל אויל געשלאסען מיט $2.50 אויף ארויף צו איבער $56 א פעסל! און די הויפט אנגעגעבענע סיבה דערצו איז געווען א באריכט וואס האט געצייגט אז די אויל אינווענטאריעס איז "געשטיגען" ווייניגער ווי ערווארטעט! (א סוגיא פאר זיך..) ס'הייסט די אינווענטאריע איז בעצם פיל, נאר ס'איז נישט געשטיגען וויפיל מ'האט זיך געראכטען, במילא, וועגן דעם דארף די פרייז פון א פאס אויל ארויפשפרינגען מיט כמעט 5% ??? נאר.. אזויווי מיר האמיר מסביר געווען, אז ס'איז בעיקר די שטימונג אויף וואל-סטריט וואס שטיפט די שפעקולירער ארויפצוטרייבן די פרייז.
א שטיקל טרייסט, נעכטען האט א געוויסער אנאליסט פאראויס געזאגט אז לויט זיין שאצונג קען נאך א פאס אויל צוריקפאלן צו די $30-$40 געגענט! נו... לאמיר האפן אז ער ווייסט וואס ער רעדט.
מאנטאג מאי 11, 2009 3:48 pm
מאיר האט געשריבן:די סטאק מארקעט האט היינט ווידער אמאל פארלוירן פונטן, איך מיין פונקטן.
יא יא... אבער נאך ווי פונטן....
די מארקעטס האבן זיך אלע געשלאסן היינט אויף אראפ, די דאו האט ס'מערסטע פארלארען 155 פונקטן, די נעסדעק - וואס האט זיך רוב טאג יא באוויזען צו האלטן אויף ארויף - האט אין די ענד דערלייגט 7 און א 3/4 פונקט, די S&P בערך 20 פוינטס.
אויל - וואס פרובירט לעצטענס זיך צוריקצוכאפן (ווי שוין ערווענט דא) טראץ אלע נעגאטיווע מארקעט באריכטן, און איז רוב טאג געווען כמעט מיט א דאללער נידריגער - האט זיך געשלאסן מיט גאנצע 13 צענט אויף אראפ! צו $58.50 (אין שוואכערע [בעסערע..] צייטן וואלט עס ווען אין אזא טאג שטארק געטראסקעט.)
מיטוואך מאי 13, 2009 2:45 pm
איך מיין אז אויף די היינטיגע גוטע מארקעט טאג איז אויך בוש שולדיג. וואס זאגן ענק? (אבאמאס שילד זיכער נישט. נישט פון די טשעינדש האט ער גערעדט)
מיטוואך מאי 13, 2009 2:58 pm
כ'האב נאכנישט די פונקטליכע ציפערען, אבער אלע דריי גרויסע אינדעקסען האבן זיך היינט ווידעראמאל געשלאסן מיט גרויסע פארלוסטען;
די "נעסדעק" האט געמאכט די גרעסטע העדליינס פאלענדיג גאנצע 3 פארצענט, די דאו האט דערלייגט בערך 180 פונקטן - עטוואס מער ווי 2%, די S&P מיט ענליכע פארלוסטן.
אלעס נאך שריים פון בוש..
מאנטאג מאי 18, 2009 3:02 pm
מאיר האט געשריבן:די דאו איז שוין צוריק העכער 8.000 פוינטס.
און היינט... שוין צוריק העכער 8.500!! (ווי ביסטו - מאיר'ל ????)
זיך געשלאסן ביי 8504! - א פארדינסט פון 235 פונקטן / כמעט 3%, אזוי אויך די אנדערע גרויסע אינדעקסן האבן גאר שיין פארדינט היינט, אויל דערנענטערט זיך צו $60 א פאס, - זיך דעשלאסן היינט איבער $59
דאנערשטאג מאי 21, 2009 10:48 am
ספארט יעצט צוריק אראפ!
מאנטאג יוני 01, 2009 7:24 pm
DJIA
8721.44 +221.11
דינסטאג יוני 02, 2009 12:36 pm
דורך דעם וואס מען האט אראפגענומען GM פון די DJIA איז דא בעסערע שאנסען אז די סטאק מארקעט וועט גיין גוט אין די נעקסטע פאר וואכן.
מאנטאג יוני 22, 2009 8:54 pm
קיינער באריכט שוין נישט אבער די סטאק מארקעט איז גארנישט בעסער געווארן
היינט אליין האט די דאו פארלוין 200 פונקטן
מאנטאג יוני 22, 2009 9:10 pm
יאפס, דער אפטעמיסטישע גייסט אויף וואל סטריט האט זיך היבש א דריי געגעבן לעצטענס אויף אראפ.. זייט פאריגע וואך האט די דאו יעדן טאג געליטן פארלוסטן.. אמאל קלענערע און אמאל גרעסערע.. היינט איז עס געווען גאר שטארק
דינסטאג יוני 23, 2009 5:41 am
האט מען טאקע אראפגענומען GM פונעם אינדעקס? ווער האט ער ריפלעסט אלץ דרייסיגסטער?
דאנערשטאג יולי 02, 2009 1:01 pm
לויט וואו עס קוקט אויס יעצט, וועט די סטאק מארקעט היינט האבן א שטארקע פארלוסט.
מאנטאג יולי 13, 2009 2:55 pm
היינט האט די סטאק מארקעט געהאט א גוטע טאג.
מיטוואך יולי 15, 2009 2:20 pm
היינט אויך.
דאנערשטאג יולי 23, 2009 2:08 pm
וויאזוי עס זעהט אויס וועט זיך די דאו שליסן העכער 9,000
מאנטאג אוגוסט 03, 2009 3:32 pm
היינט האט די סטאק מארקעט געהאט א גאר גוטן טאג.
די נעסדעק איז ארויף העכער 2,000
און די עס ענד פי העכער 1,000
- עטעטשמענטס
-

- CNN.JPG (6.85 KiB) געזעהן געווארן 385 מאל
מיטוואך אוגוסט 12, 2009 1:39 pm
וואו עס קוקט יעצט אויס, וועט זיך עס ענדיגן היינט מיט גרויסע פארדינסטן.
איך האב געהערט אז עס זענען שוין דא קאמפאניס וואס זייער סטאקס זענען שוין היינט גרעסער וואו פאר די קראך. עניוואן טו קאנפורם?
דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 4:07 pm
די סטאקס זענען היינט שטארק געפאלען.די דאו איז איבער 200 נידריגער,
מיטוואך אוקטובר 14, 2009 8:37 am
היינט האט זיך עס געעפענט מיט א גרויסע שפרינג אויף ארויף. די דאו האלט שוין קרוב צו 10,000