מאמענט אויפדעקונג ווארנט: נישט דינגען ביי ארי'ס קאר רענטעל
די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער
מאמענט אויפדעקונג ווארנט: נישט דינגען ביי ארי'ס קאר רענטעל
איך מיין עס איז ווערד אן אשכול פאר זיך, דער וואס קען ברענגען ווי מער אינפארמעישען אויף די גאנצע פרשה, אזוי אויך איבער נאך אזעלכע געשיכטעס וואס קען ראטעווען יונגעלייט פון אריינטאנצן אין אזעלכע זאכן.
חרבונא האט געזאגט איינס אבער א גוטס
Re: מאמענט אנטדעקונג - סטאפ דינגען ביי ארי'ס קאר רענטעל
וואס גייט פאר?
Re: מאמענט אנטדעקונג - סטאפ דינגען ביי ארי'ס קאר רענטעל
פאר מער ליינט פון דא אין ווייטער https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 8#p3565488
מנהלים ביטע אהערברענגען די בלעטער פון די מאמענט אשכול וואס רעדט איבער דעם נושא
מנהלים ביטע אהערברענגען די בלעטער פון די מאמענט אשכול וואס רעדט איבער דעם נושא
Re: מאמענט אנטדעקונג - סטאפ דינגען ביי ארי'ס קאר רענטעל
שטורעמישע געשיכטע אנדעקונג אין מאמענט די וואך איבער א שווערע פאברעכן פון א אידישער קאר רענטעל וואס האט אריינגענארט היימישער יונגעלייט
חרבונא האט געזאגט איינס אבער א גוטס
Re: מאמענט אנטדעקונג - סטאפ דינגען ביי ארי'ס קאר רענטעל
חרבונא האט געשריבן:איך מיין עס איז ווערד אן אשכול פאר זיך, דער וואס קען ברענגען ווי מער אינפארמעישען אויף די גאנצע פרשה, אזוי אויך איבער נאך אזעלכע געשיכטעס וואס קען ראטעווען יונגעלייט פון אריינטאנצן אין אזעלכע זאכן.
יא ברענג די ארטיקל פליז?
- אזוי זאג איך
- שר האלף
- תגובות: 1044
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
- לאקאציע: ביי די ארבעט
Re: מאמענט אנטדעקונג - סטאפ דינגען ביי ארי'ס קאר רענטעל
פארן אנהייבן צי טין דארפסטי וויסן אויב עס איז נישט קיין פארבלעם מיט די לעגאלע חלק וואס די אידן ווילן יעצט טין. קען זיין אז עס וועט זיי נאר שאטן סא אויב איינער וויל טין עפעס זאל ער זיי קאלן פרעגן פארדעם.
מיין מייניג
מיין מייניג
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion
Re: מאמענט אנטדעקונג - סטאפ דינגען ביי ארי'ס קאר רענטעל
כלהכבוד האט געשריבן:חרבונא האט געשריבן:איך מיין עס איז ווערד אן אשכול פאר זיך, דער וואס קען ברענגען ווי מער אינפארמעישען אויף די גאנצע פרשה, אזוי אויך איבער נאך אזעלכע געשיכטעס וואס קען ראטעווען יונגעלייט פון אריינטאנצן אין אזעלכע זאכן.
יא ברענג די ארטיקל פליז?
כ'גלייב מאמענט לאזט נישט
די שאלה איז אויב ס'הייסט גניבה עס צוטון אן זייער רשות
Re: מאמענט אנטדעקונג - פארכאפט אין נעץ
טויש קעפל
צו
פארכאפט אין נעץ
צו
פארכאפט אין נעץ
Re: מאמענט אנטדעקונג - סטאפ דינגען ביי ארי'ס קאר רענטעל
כ'גלייב אז א סקען שטערט זיי נישט
חרבונא האט געזאגט איינס אבער א גוטס
Re: מאמענט אנטדעקונג - סטאפ דינגען ביי ארי'ס קאר רענטעל
אושפיזין האט געשריבן:כלהכבוד האט געשריבן:חרבונא האט געשריבן:איך מיין עס איז ווערד אן אשכול פאר זיך, דער וואס קען ברענגען ווי מער אינפארמעישען אויף די גאנצע פרשה, אזוי אויך איבער נאך אזעלכע געשיכטעס וואס קען ראטעווען יונגעלייט פון אריינטאנצן אין אזעלכע זאכן.
יא ברענג די ארטיקל פליז?
כ'גלייב מאמענט לאזט נישט
די שאלה איז אויב ס'הייסט גניבה עס צוטון אן זייער רשות
דעמאלטס קען איינער אריינקומען מיטן גאנצע סומטאכע וואס גייט פאר?
Re: מאמענט אנטדעקונג - סטאפ דינגען ביי ארי'ס קאר רענטעל
צ/ק
*אויפדעקונג
*אויפדעקונג
__________
שמחת עולם - מיין ארטיקלען מפתח
שמחת עולם - מיין ארטיקלען מפתח
- נאר אויף שימחות
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3087
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 28, 2021 5:45 pm
Re: מאמענט אנטדעקונג - סטאפ דינגען ביי ארי'ס קאר רענטעל
חרבונא האט געשריבן:שטורעמישע געשיכטע אנדעקונג אין מאמענט די וואך איבער א שווערע פאברעכן פון א אידישער קאר רענטעל וואס האט אריינגענארט היימישער יונגעלייט
דע חברה זענען אידן? השם ירחם
Re: מאמענט אנטדעקונג - סטאפ דינגען ביי ארי'ס קאר רענטעל
נאר אויף שימחות האט געשריבן:חרבונא האט געשריבן:שטורעמישע געשיכטע אנדעקונג אין מאמענט די וואך איבער א שווערע פאברעכן פון א אידישער קאר רענטעל וואס האט אריינגענארט היימישער יונגעלייט
דע חברה זענען אידן? השם ירחם
יא ליידער
חרבונא האט געזאגט איינס אבער א גוטס
Re: מאמענט אנטדעקונג - פארכאפט אין נעץ
ווי אזוי זעהט מען וועלעכע ניק ס'האצעך איינגעשריבן היינט ?
כגלייב אז ס'מיר אינטערסאנט צו וויסן
כגלייב אז ס'מיר אינטערסאנט צו וויסן
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 253
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 2:50 pm
Re: מאמענט אנטדעקונג - סטאפ דינגען ביי ארי'ס קאר רענטעל
האב איך נישט גליינט די מאמענט כ’נישט קיין אנאנג וואס גייט דא, פאר איך בין שוין צו נייגעריג, זאל איינער אריינקומען מיט דיטעילס פליז
לעצט פאראכטן דורך פאר וואס נישט אום זונטאג מאי 29, 2022 1:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Re: מאמענט אנטדעקונג - פארכאפט אין נעץ
Borrower האט געשריבן:ווי אזוי זעהט מען וועלעכע ניק ס'האצעך איינגעשריבן היינט ?
כגלייב אז ס'מיר אינטערסאנט צו וויסן
נע יענער איז נישט קיין היימישע כ'גלייב נישט ער ווייסט פון אייוועלט צוזאגן
Re: מאמענט אנטדעקונג - סטאפ דינגען ביי ארי'ס קאר רענטעל
איך פלעג האבן מיין אפיס אין יענע געגנט, אלע שכנים האבן געהאלטן אז דאס פלאץ איז פארדעכטיגט.
Re: מאמענט אנטדעקונג - סטאפ דינגען ביי ארי'ס קאר רענטעל
איך קויף נישט מאמענט, קען איינער פליז אריינקומען קלאר מיט די גאנצע לשון הרע? ווי זאגט יענער: "ס'מיז אפילו נישט זיין אמת...."
די תגובה איז שוין באריכטעט געווארן צום מנהל
Re: מאמענט אנטדעקונג - סטאפ דינגען ביי ארי'ס קאר רענטעל
דאס האב איך געשריבן אין 16' למספרם:
הזהרו מפני הרמאים – ארי'ס קאר רענטעל אין פלעטבוש
איידער איר נעמט א קאר ביי ארי'ס קאר רענטעל אין פלעטבוש וואו מ'קען רענטן א קאר פאר חצי בחנם, ביטע נעמט אין אכט, אז די סעקיוריטי געלט וואס איר שטעקט איין, אין געווענליכע פעלער פונקט דאפלט ווי די קאסטן פונעם רענטל, וועט איר ווארשיינליך קיינמאל נישט צוריקזען.
ווען איך בין אנגעקומען דארט דאס ערשטע מאל בין איך געווען היבש איבערראשט, ס'האט אויסגעזען ווי א כולל, יונגעלייט מיט צעפלאשענע טליתים קטנים'לעך האבן זיך געדרייט אין אלע ווינקלען און גערייכערט, ס'האט זיך געטון א געהאנדלעריי און וואנדלעריי, מ'טענה'ט זיך, מ'שלאגט זיך פאר געלט, יא שולדיג נישט שולדיג, רוף מיך מארגן, רוף מיך נעכטן, און ס'איז יום טוב אין דער וואכן. היינט גלייב איך אז די אלע קאסטומערס זענען פונקט ווי מיר ערשטמאליגע און לעצטמאליגע קליענטן.
סתם אזוי איז גוט צו וויסן, אז פון זיינע קארס שעפט מען נישט קיין נחת, יעדע פון זיינע קארס האבן א געשיכטע, ביי איינס ארבעט נישט דאס און ביי א צווייט יענץ, און ס'איז פשוט א גיהנום. מיין רענטעל האט – ליטערלי — אנגעהויבן ברענען צוויי גאסן אוועק פון זיין שאפ און איך האב געדארפט ארויסטאנצן פון די קאר אינמיטן א פארנומענע אונטערסעקשאן אין פלעטבוש מיט צוויי קליינע קינדער אין דער האנט.
אנדערע יונגעלייט האבן מיר פארציילט ווי זיי האבן זיך אנגעליטן פארשינדערלייי צרות צרורות מיט'ן בלייבן שטעקן אין די מרחקים אויף וואקאציע, און זיי האבן אליין געדארפט פאררעכטן די קאר פאר גרויס געלט וואס זיי האבן קיינמאל נישט צוריקגעזען, אזוי ווייטער האב איך מיך האב איך מיך אנגעהערט אן א שיעור מעשיות ווי יונגעלייט זענען אריינגעפאלן אין דער פאסטקע און פשוט בא'גנב'עט געווארן דורך דעם צרה-לייט און אפילו נאכ'ן נאכלויפן ביז די גרינע גאל האבן זיי נישט צוריקגעזען דאס געלט, אדער אין בעסטן פאל געקריגן א טשעק וואס האט געקראכט.
נאכ'ן רעדן מיט צענדליגער יונגעלייט האבן אלע געהאט בערך די זעלבע עקספיריענס ווי מיך, איינער ערגער און איינער נאך ערגער, אנגעהויבן פון צוגעקומענע טשארזשעס אויפ'ן קארטל, והעיקר אז די סעקיוריטי געלט בלייבט ביי אים אין טאש, ס'איז פשוט א סקעם, האסט איין ברירה, אדער אים נאכלויפן ביזט דו ווערסט מיד, אדער פיילן מיט אמעריקאן עקספרעס אלס פראוד. – איין חבר פארציילט מיר ווי נאך נאכלויפן פאר 14 (!) וואכן האט ער נישט געהאט קיין אנדערע ברירה נאר צו קלעימען פראוד מיט זיין קרעדיט קארד פירמע.
טייערע אידן איך בין נישט אין די קאר רענטעל ביזנעס, און איך זוך נישט צו רעדן סתם שלעכטס, עס איז אבער דא א חיוב צו אנמערקן אויף א בור ברשות הרבים, ארויסנעמען א קאר ביי ארי'ס וועט זיך ענדיגן מיט עגמת נפש און געלט שאדן, ווען עס איז מיינע פיר הונדערט טאלער וואלט איך געשוויגן און זיך אפגעווישט די נאז, אבער נאכ'ן הערן פון אזויפיל וואס האבן זיך אפגעבריט שפיר איך א חוב אז דער ציבור זאל וויסן, און ווי דער רבי אין חדר פלעגט זאגן, זאלסט נישט זאגן כאדיר נישט געווארנט, וראה הזהרתם.
אויב ווילט איר דינגען א קאר פאר א ביליגע פרייז, קריגן א גיהנום פון א קאר און צאלן פונקט טאפלט ווי אפגעשמועסט אויב נישט מער, דעמאלט איז ארי די פאסיגסטע אדרעס פאר אייך, ווייל צוריקצוזען די סעקיוריטי געלט איז חוץ לדרך הטבע.
מיטצוטיילן אייער פערזענליכע געשיכטע, אדער אויב האט איר סיי וואס פאר אן איידיע וויאזוי אפצושטעלן די גניבה ביטע שיקט אן אימעיל צו aripleasepay@gmail.com

אינטערעסאנט אז "מאמענט" רעדאקציע האט נישט מורא פון אים, ער איז א מאפיענער, דער שווארצע באדי גארד מיט וואס ער דרייט זיך ארום איז ווי פון א נאוועל ביכל, ער זיצט אינטער אים ביי א גאנצן טאג
אולי פאר דעם האט דער שרייבער נישט געלייגט זיין נאמען
אולי פאר דעם האט דער שרייבער נישט געלייגט זיין נאמען
Re: מאמענט אנטדעקונג - סטאפ דינגען ביי ארי'ס קאר רענטעל
צוויי ינוגעלייט האבן אונטערגעשריבן צו זיין א קא-סיינער פאר א ליעס פאר אסאך קארן פאר ארי'ס רענטל קאמפעני. פארן פרייז פון 200 א חודש, און ביזדערווייל האט ער זיי אונטערגע'חתם'ט פאר די גאנצע בעלות אויפן קאר, און די רענטעל קאמעני האט פארדינגען די קארס פאר אנדער 18 חברה און פאר דראג באנדעס וכדומה, און נישט באצאלט קיין בילס, פארקינג טיקעטס, טאללס, וכו וכו
און די אלע קרימינאלע זאכן געטון דורך די קאר איז ארויף אויף זייער רעקארד אן זיי זאלן וויסן, און זייער סאשעל איז געווארן אנגעזעצט לייסענס סוספענדעד.
יעצט זאל איינער אריינקומען צוענדיגן
--
האקט
האקט
און די אלע קרימינאלע זאכן געטון דורך די קאר איז ארויף אויף זייער רעקארד אן זיי זאלן וויסן, און זייער סאשעל איז געווארן אנגעזעצט לייסענס סוספענדעד.
יעצט זאל איינער אריינקומען צוענדיגן
--
האקט
האקט
Re: מאמענט אנטדעקונג - סטאפ דינגען ביי ארי'ס קאר רענטעל
שפרינגען האט געשריבן:אינטערעסאנט אז "מאמענט" רעדאקציע האט נישט מורא פון אים, ער איז א מאפיענער, דער שווארצע באדי גארד מיט וואס ער דרייט זיך ארום איז ווי פון א נאוועל ביכל, ער זיצט אינטער אים ביי א גאנצן טאג
אולי פאר דעם האט דער שרייבער נישט געלייגט זיין נאמען
די ביסט שוין אמאל דארט געווען?
Re: מאמענט אנטדעקונג - סטאפ דינגען ביי ארי'ס קאר רענטעל
שבתי בוים האט געשריבן:
WOW
זייער אינטערסאנט
די פלא איז אז איך האב קיינמאל ב"ה נישט געהערט פון אים ווען ס'איז מיר געווען נוגע קאר רענטעל'ס.
ווי האסטו דאס געשריבן?
Re: מאמענט אנטדעקונג - סטאפ דינגען ביי ארי'ס קאר רענטעל
אושפיזין האט געשריבן:שפרינגען האט געשריבן:אינטערעסאנט אז "מאמענט" רעדאקציע האט נישט מורא פון אים, ער איז א מאפיענער, דער שווארצע באדי גארד מיט וואס ער דרייט זיך ארום איז ווי פון א נאוועל ביכל, ער זיצט אינטער אים ביי א גאנצן טאג
אולי פאר דעם האט דער שרייבער נישט געלייגט זיין נאמען
די ביסט שוין אמאל דארט געווען?
פארוואס בראכט ער האבן א באדי גארד?
Re: מאמענט אנטדעקונג - סטאפ דינגען ביי ארי'ס קאר רענטעל
@ישיבה בחור פיז ברענג אריבער די פיקטשער אהער
אזוי אויך אויב איינער קען ברענגען דא די לינק פון גוגל סטריט וויו ווי די רענטאל געפינט זיך
אזוי אויך אויב איינער קען ברענגען דא די לינק פון גוגל סטריט וויו ווי די רענטאל געפינט זיך
חרבונא האט געזאגט איינס אבער א גוטס
צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot, PetalBot און 19 געסט