שבתי בוים האט געשריבן:דאס האב איך געשריבן אין 16' למספרם:
הזהרו מפני הרמאים – ארי'ס קאר רענטעל אין פלעטבוש
איידער איר נעמט א קאר ביי ארי'ס קאר רענטעל אין פלעטבוש וואו מ'קען רענטן א קאר פאר חצי בחנם, ביטע נעמט אין אכט, אז די סעקיוריטי געלט וואס איר שטעקט איין, אין געווענליכע פעלער פונקט דאפלט ווי די קאסטן פונעם רענטל, וועט איר ווארשיינליך קיינמאל נישט צוריקזען.
ווען איך בין אנגעקומען דארט דאס ערשטע מאל בין איך געווען היבש איבערראשט, ס'האט אויסגעזען ווי א כולל, יונגעלייט מיט צעפלאשענע טליתים קטנים'לעך האבן זיך געדרייט אין אלע ווינקלען און גערייכערט, ס'האט זיך געטון א געהאנדלעריי און וואנדלעריי, מ'טענה'ט זיך, מ'שלאגט זיך פאר געלט, יא שולדיג נישט שולדיג, רוף מיך מארגן, רוף מיך נעכטן, און ס'איז יום טוב אין דער וואכן. היינט גלייב איך אז די אלע קאסטומערס זענען פונקט ווי מיר ערשטמאליגע און לעצטמאליגע קליענטן.
סתם אזוי איז גוט צו וויסן, אז פון זיינע קארס שעפט מען נישט קיין נחת, יעדע פון זיינע קארס האבן א געשיכטע, ביי איינס ארבעט נישט דאס און ביי א צווייט יענץ, און ס'איז פשוט א גיהנום. מיין רענטעל האט – ליטערלי — אנגעהויבן ברענען צוויי גאסן אוועק פון זיין שאפ און איך האב געדארפט ארויסטאנצן פון די קאר אינמיטן א פארנומענע אונטערסעקשאן אין פלעטבוש מיט צוויי קליינע קינדער אין דער האנט.
אנדערע יונגעלייט האבן מיר פארציילט ווי זיי האבן זיך אנגעליטן פארשינדערלייי צרות צרורות מיט'ן בלייבן שטעקן אין די מרחקים אויף וואקאציע, און זיי האבן אליין געדארפט פאררעכטן די קאר פאר גרויס געלט וואס זיי האבן קיינמאל נישט צוריקגעזען, אזוי ווייטער האב איך מיך האב איך מיך אנגעהערט אן א שיעור מעשיות ווי יונגעלייט זענען אריינגעפאלן אין דער פאסטקע און פשוט בא'גנב'עט געווארן דורך דעם צרה-לייט און אפילו נאכ'ן נאכלויפן ביז די גרינע גאל האבן זיי נישט צוריקגעזען דאס געלט, אדער אין בעסטן פאל געקריגן א טשעק וואס האט געקראכט.
נאכ'ן רעדן מיט צענדליגער יונגעלייט האבן אלע געהאט בערך די זעלבע עקספיריענס ווי מיך, איינער ערגער און איינער נאך ערגער, אנגעהויבן פון צוגעקומענע טשארזשעס אויפ'ן קארטל, והעיקר אז די סעקיוריטי געלט בלייבט ביי אים אין טאש, ס'איז פשוט א סקעם, האסט איין ברירה, אדער אים נאכלויפן ביזט דו ווערסט מיד, אדער פיילן מיט אמעריקאן עקספרעס אלס פראוד. – איין חבר פארציילט מיר ווי נאך נאכלויפן פאר 14 (!) וואכן האט ער נישט געהאט קיין אנדערע ברירה נאר צו קלעימען פראוד מיט זיין קרעדיט קארד פירמע.
טייערע אידן איך בין נישט אין די קאר רענטעל ביזנעס, און איך זוך נישט צו רעדן סתם שלעכטס, עס איז אבער דא א חיוב צו אנמערקן אויף א בור ברשות הרבים, ארויסנעמען א קאר ביי ארי'ס וועט זיך ענדיגן מיט עגמת נפש און געלט שאדן, ווען עס איז מיינע פיר הונדערט טאלער וואלט איך געשוויגן און זיך אפגעווישט די נאז, אבער נאכ'ן הערן פון אזויפיל וואס האבן זיך אפגעבריט שפיר איך א חוב אז דער ציבור זאל וויסן, און ווי דער רבי אין חדר פלעגט זאגן, זאלסט נישט זאגן כאדיר נישט געווארנט, וראה הזהרתם.
אויב ווילט איר דינגען א קאר פאר א ביליגע פרייז, קריגן א גיהנום פון א קאר און צאלן פונקט טאפלט ווי אפגעשמועסט אויב נישט מער, דעמאלט איז ארי די פאסיגסטע אדרעס פאר אייך, ווייל צוריקצוזען די סעקיוריטי געלט איז חוץ לדרך הטבע.
מיטצוטיילן אייער פערזענליכע געשיכטע, אדער אויב האט איר סיי וואס פאר אן איידיע וויאזוי אפצושטעלן די גניבה ביטע שיקט אן אימעיל צו
אושפיזין האט געשריבן:צוויי ינוגעלייט האבן אונטערגעשריבן צו זיין א קא-סיינער פאר א ליעס פאר אסאך קארן פאר ארי'ס רענטל קאמפעני. פארן פרייז פון 200 א חודש, און ביזדערווייל האט ער זיי אונטערגע'חתם'ט פאר די גאנצע בעלות אויפן קאר, און די רענטעל קאמעני האט פארדינגען די קארס פאר אנדער 18 חברה און פאר דראג באנדעס וכדומה, און נישט באצאלט קיין בילס, פארקינג טיקעטס, טאללס, וכו וכו
און די אלע קרימינאלע זאכן געטון דורך די קאר איז ארויף אויף זייער רעקארד אן זיי זאלן וויסן, און זייער סאשעל איז געווארן אנגעזעצט לייסענס סוספענדעד.
יעצט זאל איינער אריינקומען צוענדיגן
--
האקט
האקט