פערדס מיניסטער האט געשריבן:נעכטן ביינאכט האט מען אפגעשטעלט איינעם וואס האט געדינגען ביי אים א קאר אויפן ארענדש טורנפייק און מ'האט אוועקגעשלעפט זיין קאר ווייל ס'האט נישט געהאט קיין פלעיטס אדער אינשורענס און די מענטש האט באקומען 5 טיקעטס
די מעשה איז געווען איך בין געפארן מיט א חבר אריין אין שטאט, פון מאנראו, און אויפן וועג צוריק האב איך גענומען דאס רעדל, און אויפן old 17, וואס איז א ראוד וואס טוישט זיך די ספיד לימיט פון 35 צו 45 צו 55 אפאר מאל, האט מיר א פאליס אפגעשטעלט פארן ספידן.
ביי די לייסענס און רעגיסטראציע פראגע, האב איך ארויסגענומען מיין לייסענס פארשטייט זיך און אהינגעגעבן, און זענדיג ווי מען זוכט די רעגיסטרעישאן... רופט זיך דער פאליס אן "it's good, sometimes this types of cars doesn't come with it..." און ער גייט זיך צוריק צו זיין קאר...
נאך עטליכע לאנגע מינוטן, קומט די פאליס צוריק מיט אזעלכע מאדנע בליקן, ''listen, I pulled up the plate numbers and it's coming back to me as nothing..., Who's car is this?"
איך קוק אויף מיין חבר וואס זיצט ביי פעסענדזשער סיעט, וואס קען נישט אזוי גוט קיין ענגליש.. און ער זאגט 'מיי פרענד'ס'
Is your friend from Texas?
No...
"Ok, so to me this car has no registration, no insurance and no inspection, I'll try to look up the vin number and if it comes back to nothing, I'll have to tow this car away, I mean, such a car cannot be on the road"
ער האט גענומען א בילד פונעם וין נומער פונעם דרייווערס טיר, און צוריקגעגאנגען צו זיין קאר, נאך עטליכע מינוט קומט ער צוריק און ווי ערווארטעט האט ער גארנישט געטראפן, און ער האט אונז געלאזט וואוסן אז מ'זאל מיר ארויסנעמען אלע זאכן וואס מיר דארפן פון די קאר, אחוץ די שליסלען.
איך האב געהאט מזל אז א אנדערע גוטע חבר איז נישט געווען צו ווייט פון דארט, ער איז געקומען 15 מינוט צופארן פון מאנסי, בשעת די פאליס ענדיגט זיינע פעיפער-ווארק...
אונז לייג מיר אזוי אריין די ביסל זאכן אין די אנדערע קאר און די פאליס קומט ארויס און דערלאנגט מיר 5 טיקעט'ס, און זאגט מיר איך זאל אפשרייבן די אדרעס צו וואו מ'גייט שלעפן די קאר אויב די פרענד וויל עס קומען אויפפיקן.
בקיצור ס'האט זיך ארויסגעשטעלט, אז מיין חבר האט נישט קיין קרעדיט קארד און ער האט געזוכט א קאר, און איינער האט אים געקאלט זאגן אז ער קען יעצט האבן א קאר פון ארי'ס פאר 3 וואכן פאר $900, און ער האט עס גענומען, און עפעס א בחור האט אים געברענגט די קאר, ער איז אפילו נישט אראפגעגאנגען אהין צו די רענטל, און ער האט נישט באצאלט נאר אפגעשמועסט אז ווען ער גייט צוריקברענגען די קאר גייט ער באצאלן קעש $900, און די מעשה איז געווען פונקט איין טאג פאר ער האט געזאלט צוריקגעבן דעם קאר.
ער האט באקומען א טאג פארדעם א נייע טעמפארערי פלעיט ארויפצולייגן נאכדעם וואס די אלטע איז אפגעלאפן, ווי ס'קוקט אויס זענען ביידע געווען פאלש...
א טאג נאכדעם ווען ער האט זיי געזאגט וואס ס'האט פאסירט, האבן זיי זיך אים גענומען זאגן אז איך זאל זיי אריינשיקן אלע טיקעט'ס און 'זיי וועלן עס שוין מסדר זיין' פארשטייט זיך אז כ'האב זיי גארנישט געשיקט.
זאל דר'עולם וואוסן אז פון אזעלכע זאכן שטייט מען די ווייטסטע וואס מען קען.