כינוס כלל ישראל לנשים - הצלת הדורות - ג' שלח תשפ"ב - בלויז נייעס און אפדעיטס

אחראי: יאנאש

אוועטאר
שעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 12:40 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל

תגובהדורך שעמעדיגער » מיטוואך מאי 25, 2022 10:46 pm

געהערט אז אנגעפירט ביי טעג ארגעניזאציע
לעב און לאך א גוטס

ווער איז שטערקער?!
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל

תגובהדורך ווער איז שטערקער?! » מיטוואך מאי 25, 2022 10:51 pm

ווען גייט מען נאכאמאל מאכן פאר די מענער?
וואס גייט זיין די תקנה (אזויווי פילטערס נאך כינוס כלל ישראל)?

סטאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 02, 2022 3:06 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל

תגובהדורך סטאר » מיטוואך מאי 25, 2022 10:53 pm

בן כלבא שבוע האט געשריבן:
שיינע שטריימעל האט געשריבן:דאס מיינט אז דינסטאג שלח גייט מען דארפן בעביסיטן

די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס גאנץ כלל ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן גייען בעביסיטן אינאיינעם!

קול מבשר גייט צושטעלן א ספעציעלע פראגראם אנגעהויבן פון ניין אזייגער...

די בתי מדרשים גייען דארפען בלייבען אפען פאר מעריב נאכן כינוס

טראוועי
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2020 1:52 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל

תגובהדורך טראוועי » מיטוואך מאי 25, 2022 10:59 pm

בן כלבא שבוע האט געשריבן:
שיינע שטריימעל האט געשריבן:דאס מיינט אז דינסטאג שלח גייט מען דארפן בעביסיטן

די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס גאנץ כלל ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן גייען בעביסיטן אינאיינעם!

קול מבשר גייט צושטעלן א ספעציעלע פראגראם אנגעהויבן פון ניין אזייגער...

אייוועלט וועט האבן מערסטע באנוצערס...
'טרא' די אמת, 'וועי'- וועט ממילא ארויף פארן (ארויפשווימען).

התחברות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל

תגובהדורך התחברות » מיטוואך מאי 25, 2022 11:13 pm

פרעדיקשאן:

די קהילות וועלכע זענען געגאנגען תשע״ב - וועלן זיך צושטעלן תשפ״ב.

וכן להיפך.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 12603
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: כינוס נשי כלל ישראל

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מיטוואך מאי 25, 2022 11:34 pm

התחברות האט געשריבן:פרעדיקשאן:

די קהילות וועלכע זענען געגאנגען תשע״ב - וועלן זיך צושטעלן תשפ״ב.

וכן להיפך.

לא באלף, דאסמאל רעכנט מען זיך מיט יעדן
ביים מעלדן א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נייגונגען אין א זייט - אבער איך איגנאריר עס נישט.
בילד
קרעדיט: @רעים

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל

תגובהדורך פרעזידענט » מיטוואך מאי 25, 2022 11:42 pm

סטאר האט געשריבן:
בן כלבא שבוע האט געשריבן:
שיינע שטריימעל האט געשריבן:דאס מיינט אז דינסטאג שלח גייט מען דארפן בעביסיטן

די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס גאנץ כלל ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן גייען בעביסיטן אינאיינעם!

קול מבשר גייט צושטעלן א ספעציעלע פראגראם אנגעהויבן פון ניין אזייגער...

די בתי מדרשים גייען דארפען בלייבען אפען פאר מעריב נאכן כינוס


אפשר איז כדאי פאר די איין נאכט צו ריאקטיוועזירן די קאראנא ״שכנים- מנינים״ פאר מנחה מעריב לתועלת הציבור
הנה ימים באים... ימים, ימים, ימים באים דאס זענען די TAG - ער איז שוין אויפן וועג!

קינדערגארטן
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 10, 2021 5:25 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל - ג' שלח

תגובהדורך קינדערגארטן » מיטוואך מאי 25, 2022 11:59 pm

green sunday האט געשריבן:
סטאר האט געשריבן:ווער זענען די אנפירערס? סאטמאר גייט?
פרינדזשעס.. האט געשריבן:גייט זיין צוטיילט אין צוויי,
איין טאג יודישע דרשות און איין טאג ענגלישע.

כדי סאטמאר זאל גיין קען נישט זיין קיין ענגלישע דרשות, ציטיילט מען עס אויף צוויי טעג (יעצטיגע פלאן)

איך הער אז ס'איז געקומען אויפן פארלאנג פון האדמו"ר מהר"א נאך וואס די עסקנים זענען איהם געקומען אנלאדענען

בלייב געזונט
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 10:16 am

Re: כינוס נשי כלל ישראל - ג' שלח

תגובהדורך בלייב געזונט » דאנארשטאג מאי 26, 2022 12:00 am

אורח הכבוד האט געשריבן:
סטאר האט געשריבן:ווער זענען די אנפירערס? סאטמאר גייט?

גאטליב, סאטמאר גייט (איינס זיכער, איך מיין די 2טע אויך)

נאך גארנישט זיכער
מען איז געווען ביים רבי'ן און דער רבי האט געגעבן די אקעי פאר אזא געדאנק
מען ברויך נאך אויסארבעטן די דעטאלן זיכער צו מאכן אז סאטמאר קען גיין

אוועטאר
eller
שר שמונת אלפים
תגובות: 8702
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: כינוס נשי כלל ישראל

תגובהדורך eller » דאנארשטאג מאי 26, 2022 12:01 am

It gonna be babysitting there? Or it gonna take less then 3 hours?
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
---
לאמיר אינאיינעם מיט טויזענטער אידן די קומענדיגע 40 טעג דאנקן אונזער גוטער באשעפער דאנקן השי"ת

אוועטאר
יצחק אייזיק
שר חמשת אלפים
תגובות: 5732
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל

תגובהדורך יצחק אייזיק » דאנארשטאג מאי 26, 2022 1:43 am

ווי ס'האלט יעצט קוקט אויס אז אלע קהילות פלאנען צו שיקן צום כינוס.



די רגע איך וועל זען דעם אשכול אין אקטועלע וועל איך וויסן אז כאטש איין קהילה איז שוין מסופק...
ר' אייזיק צושמייכלט זיך א טראפ, און שאקלט אים צו מיטן קאפ, נא נא...

אוועטאר
לא ימושו מפיך
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל

תגובהדורך לא ימושו מפיך » דאנארשטאג מאי 26, 2022 8:10 am

סאטמאר מהר״א

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די עסקנים פונעם כינוס "נשי כלל ישראל" אקעגן די פגעי' טעכנעלאגיע וועלכע וועט פארקומען אי"ה אין די קומענדיגע וואכן, ווי די עסקנים האבן אנגעפרעגט ביים רבי'ן עטליכע שאלות, דערנאך זענען זיי איבערגעגאנגען אלע דעטאלן און פלענער, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב להצלחת המעמד.
לאז נישט דיין געלט אין באנק זאמלן שטויב, קויף קרקע!

פאראויס
שר האלפיים
תגובות: 2266
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל

תגובהדורך פאראויס » דאנארשטאג מאי 26, 2022 9:01 am

פומפדותא האט געשריבן:קוקט אויס אז מיט די מענער קען מען קען גרויס הצלחה נישט האבן, פרובירט מען מיט די פרויען.

מיט מענער האט מען שוין מצליח געווען בשעתו בגדול. כ’דענק ווי אפילו חשוב’ע אפיסעס, אפיסעס אפילו פון מוסדות, האבן בעפאר’ן כינוס געהאט קאמפיטערס אן פילטערס. פארן כינוס און נאכן כינוס איז אן אנדערע וועלט.

דריידל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7381
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג מאי 26, 2022 9:03 am

מענין לענין
נעכטן איז געווען א כינוס פאר גרעסערע מיידלעך דורך די ארגענעזאציע "הננו". די כינוס איז געפירט געווארן דורך הרב גאטליעב און איז פארגעקומען אין פרודענשעל סטעדיום. איין גרעיד פון יעדע סקול האט זיך באטייליגט וואס דאס באדייט טויזנטער מיידלעך פון מערערע שטעט איבער אמעריקא און קאנאדא. (די כינוס קומט פאר יערליך)
די דרשות זענען געווען אויף ענגליש חוץ פון סקולענע רבי וואס האט גערעדט אידיש און רב גאטליעב האט עס דערנאך טראנסלאטירט אויף ענגליש
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; ריף מיך צוריק נאכמיטאג

אליעזר ווייס
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל

תגובהדורך אליעזר ווייס » דאנארשטאג מאי 26, 2022 9:08 am

פאראויס האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:קוקט אויס אז מיט די מענער קען מען קען גרויס הצלחה נישט האבן, פרובירט מען מיט די פרויען.

מיט מענער האט מען שוין מצליח געווען בשעתו בגדול. כ’דענק ווי אפילו חשוב’ע אפיסעס, אפיסעס אפילו פון מוסדות, האבן בעפאר’ן כינוס געהאט קאמפיטערס אן פילטערס. פארן כינוס און נאכן כינוס איז אן אנדערע וועלט.

אודאי האט עס אויפגעטוהן גאר אסאך עס האט אלעס געטוישט אבער די צוגאנג ביי די נשים האט זיך אויכט געטוישט דעמאלס עס איז טאקע געווען א כינוס נאר פאר מענער אבער די יסודות האבען אויכט אריינגענומען פרויען און אסאך אויפגעטוהן א"כ וואס מאכט מען יעצט אזא טראסק דווקא ביי זיי ?

אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 10403
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: כינוס נשי כלל ישראל

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג מאי 26, 2022 9:15 am

יצחק אייזיק האט געשריבן:די רגע איך וועל זען דעם אשכול אין אקטועלע וועל איך וויסן אז כאטש איין קהילה איז שוין מסופק...


דער אשכול גייט ווארשיינליך בקרוב אריינגיין אין אקטועלע, און נישט צוליב טעגלאש. מיר קוקט אויס ווי עס ברויך געגעבן ווערן שיעור דאהי וויאזוי אן עדאלט קאנווערסעישאן גייט צו איבער ערענסטע נושאים....

אייוועלט איז נישט וואטסעפפ וכדו’, עס איז א פלאץ ווי העכסט נארמאלע מענטשן שמועסן זיך צונויף. האט איר עפעס צוצולייגן צום שמועס, אדרבה שרייבט דאס. האט איר א זאלציגע מילביגע וויצל, זייט וויסן אז עס באלאנג נישט דא.

מיט דאנק פאר פארשטענדעניש
יאנאש

נ.ב. ברענד ניו ניקים וועלכע האבן נאך נישט ארויס דעם מהות פון אונזער וועלטל, גיבן זעלטן צו צום שמועס. ביטע בויעט אייך אויף רעספעקט אין אנדערע אשכולות ערשט.

שמחהלע
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 12:50 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל

תגובהדורך שמחהלע » דאנארשטאג מאי 26, 2022 9:25 am

דריידל האט געשריבן:מענין לענין
נעכטן איז געווען א כינוס פאר גרעסערע מיידלעך דורך די ארגענעזאציע "הננו". די כינוס איז געפירט געווארן דורך הרב גאטליעב און איז פארגעקומען אין פרודענשעל סטעדיום. איין גרעיד פון יעדע סקול האט זיך באטייליגט וואס דאס באדייט טויזנטער מיידלעך פון מערערע שטעט איבער אמעריקא און קאנאדא. (די כינוס קומט פאר יערליך)
די דרשות זענען געווען אויף ענגליש חוץ פון סקולענע רבי וואס האט גערעדט אידיש און רב גאטליעב האט עס דערנאך טראנסלאטירט אויף ענגליש


וועגן טעכנעלאגיע?

דריידל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7381
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג מאי 26, 2022 9:29 am

שמחהלע האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:מענין לענין
נעכטן איז געווען א כינוס פאר גרעסערע מיידלעך דורך די ארגענעזאציע "הננו". די כינוס איז געפירט געווארן דורך הרב גאטליעב און איז פארגעקומען אין פרודענשעל סטעדיום. איין גרעיד פון יעדע סקול האט זיך באטייליגט וואס דאס באדייט טויזנטער מיידלעך פון מערערע שטעט איבער אמעריקא און קאנאדא. (די כינוס קומט פאר יערליך)
די דרשות זענען געווען אויף ענגליש חוץ פון סקולענע רבי וואס האט גערעדט אידיש און רב גאטליעב האט עס דערנאך טראנסלאטירט אויף ענגליש


וועגן טעכנעלאגיע?

יא.
רוב מיידלעך זענען געקומען פון די טריי סטעיט עריע פארשטייט זיך. ס'זענען אויך געקומען פון פענסילווייניע, לאס אנזשעלעס, טאראנטא און נאך
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; ריף מיך צוריק נאכמיטאג

אוועטאר
אורח הכבוד
שר האלפיים
תגובות: 2769
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: כינוס נשי כלל ישראל

תגובהדורך אורח הכבוד » דאנארשטאג מאי 26, 2022 10:32 am

סאטמאר מהר''א שטעלט זיך צו צום כינוס
ובאו כולם בברית יחד נעשה ונשמע אמרו כאחד!!

יהדות אמעריקע אשריכם!!

אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: כינוס נשי כלל ישראל

תגובהדורך פרינדזשעס.. » דאנארשטאג מאי 26, 2022 10:36 am

אורח הכבוד האט געשריבן:סאטמאר מהר''א שטעלט זיך צו צום כינוס

מקור?
זאג איך צו אייך מיינע טייערע ברודער אין אמעריקא
איר קאנט האלטן שבת!!! (הרה"ק המנחת אלעזר ממונקאטש זצוקללה"ה)

לעורר לב
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2021 7:04 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל

תגובהדורך לעורר לב » דאנארשטאג מאי 26, 2022 10:38 am

איז שוין באשטעטיגט צו עס גייט זיין רעדנער'ס אדער רעדנערינ'ס?

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7883
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג מאי 26, 2022 10:49 am

פרינדזשעס.. האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:סאטמאר מהר''א שטעלט זיך צו צום כינוס

מקור?

אויב מ'שטעלט זיך צו וועט מען וויסן ווען מען וועט הייסן גיין
אבער אזויפיל האב איך געהערט אז זיי זענען נעכטן געווען ביים רבין, און זיי האבן געזאגט זיי זענען גרייט אויף אלעם וואס מ'פארלאנגט, כדי סאטמאר זאל שיקן זייערע מענטשן, און זיי האבן געבעטן מ'זאל צושטעלן איינע פון די רבני הקהלה וואס זאל זיצן ביי די מיטונגען און זיכער מאכן אז אלעס וואס ווערט געמאכט איז וואס איז פאסיג פאר סאטמאר
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אליעזר ווייס
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל

תגובהדורך אליעזר ווייס » דאנארשטאג מאי 26, 2022 10:51 am

אורח הכבוד האט געשריבן:סאטמאר מהר''א שטעלט זיך צו צום כינוס

וואס איז מיט סאטמאר מהרי"י ?

אוועטאר
פינאנץ מיניסטער
שר האלפיים
תגובות: 2144
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 18, 2021 1:45 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל

תגובהדורך פינאנץ מיניסטער » דאנארשטאג מאי 26, 2022 10:56 am

אליעזר ווייס האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:סאטמאר מהר''א שטעלט זיך צו צום כינוס

וואס איז מיט סאטמאר מהרי"י ?

גייט אויך
וואס איז דען געלט? גארביטש! אבער, אשרי הגבר אשר מלא את אשפתו מהם..

רויטע נאז
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2022 12:55 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל - הצלת הדורות - ג' שלח תשפ"ב

תגובהדורך רויטע נאז » דאנארשטאג מאי 26, 2022 11:00 am

קען מיר איינער פליז מסביר זיין, מיין ווייב איז ממש אפאר וואכן צוריק געווען ביי אזא כינוס דא אין מאנסי אין ווילחאוויץ, מ'האט שוין אונטערגע'חתמ'ט, מ'האט זיך שוין מקבל געווען... און וואס איז יעצט?


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט