כינוס כלל ישראל לנשים - הצלת הדורות - ג' שלח תשפ"ב - בלויז נייעס און אפדעיטס

אחראי: יאנאש

אוועטאר
זאג א גוטס
שר האלפיים
תגובות: 2514
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

כינוס כלל ישראל לנשים - הצלת הדורות - ג' שלח תשפ"ב - בלויז נייעס און אפדעיטס

תגובהדורך זאג א גוטס » מיטוואך מאי 25, 2022 3:15 pm


אפצייכענדיג גאנצע צען יאר נאך די היסטארישע "כינוס כלל ישראל - הצלת הדורות" וועלכע האט אוועקגעשטעלט דעם פרעצעדענט פאר קדושת ישראל, גרייט מען זיך פאר א היסטארישע "כינוס נשי כלל ישראל" נאך שבועות הבעל"ט
לעצט פאראכטן דורך זאג א גוטס אום דאנארשטאג מאי 26, 2022 10:43 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
"פראדאקטיווע צייט פארטרייבונג" איז נאר ממש איבריגע צייט (אויב עס איז דא אזא זאך) וואס קאסט נישט אויפן חשבון פון טייערע (קרן) צייט פאר זיך און פאר די משפחה.
(א טייער ווארט פון: @זארג נישט)

אדם הראשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

כינוס נשי כלל ישראל - ג' שלח

תגובהדורך אדם הראשון » מיטוואך מאי 25, 2022 3:16 pm

עס ווערט געבראכן די נייעס אז א ריזן מעגא אסיפה הצלת הדורות פאר אלע נשים פון כלל ישראל ווערט פארקומען דעם קומעדיגן דינסטאג שלח אינעם ריזן
prudential center newark nj פאררופן דורך אלע קהילת בישראל

אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: כינוס נשי כלל ישראל - ג' שלח

תגובהדורך פרינדזשעס.. » מיטוואך מאי 25, 2022 3:23 pm

גייט זיין צוטיילט אין צוויי,
איין טאג יודישע דרשות און איין טאג ענגלישע.
זאג איך צו אייך מיינע טייערע ברודער אין אמעריקא
איר קאנט האלטן שבת!!! (הרה"ק המנחת אלעזר ממונקאטש זצוקללה"ה)

אוועטאר
יצחק אייזיק
שר חמשת אלפים
תגובות: 5732
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל - ג' שלח

תגובהדורך יצחק אייזיק » מיטוואך מאי 25, 2022 3:23 pm

פארוואס אזא ווייטע פלאץ?
ר' אייזיק צושמייכלט זיך א טראפ, און שאקלט אים צו מיטן קאפ, נא נא...

ומגביה שפלים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 12, 2022 11:06 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל - ג' שלח

תגובהדורך ומגביה שפלים » מיטוואך מאי 25, 2022 3:24 pm

מער דעטאלען?


האקט

ווייט פיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 6:33 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל - ג' שלח

תגובהדורך ווייט פיש » מיטוואך מאי 25, 2022 3:25 pm

מען גייט אויכעט רעדן וועגן צניעות?

סטאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 02, 2022 3:06 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל - ג' שלח

תגובהדורך סטאר » מיטוואך מאי 25, 2022 3:26 pm

ווער זענען די אנפירערס? סאטמאר גייט?

אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: כינוס נשי כלל ישראל - ג' שלח

תגובהדורך אלט מאנרא » מיטוואך מאי 25, 2022 3:30 pm

סטאר האט געשריבן:ווער זענען די אנפירערס? סאטמאר גייט?

סאטמאר גייט
ווארטן מיר נאר צו הערן וועליכע..
איז די עד געווען און דער איד & בלאט די וואך?
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.

אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2096
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל - ג' שלח

תגובהדורך פארפלאנטערט » מיטוואך מאי 25, 2022 3:32 pm

אין 'דער איד' איז עס געווען

אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1286
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע: חק"ס שטיבל

Re: כינוס נשי כלל ישראל - ג' שלח

תגובהדורך לעמאן סאדע » מיטוואך מאי 25, 2022 3:32 pm

פרויען רעדנערס ?

רבנים רעדנערס ?

אוועטאר
ניס קראכער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7195
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל - ג' שלח

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך מאי 25, 2022 3:33 pm

פארגאנגענע וואך איז געוועזן אן אסיפת הרבנים אין שטוב פון כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
האט א שייכות צו דעם כינוס?
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!

שיינע שטריימעל
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2021 12:16 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל - ג' שלח

תגובהדורך שיינע שטריימעל » מיטוואך מאי 25, 2022 3:34 pm

קומט אריין קלאר
וועלעכע גדולי מנהיגי דורינו פאררופן דאס?

קאנספיראציע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 09, 2021 12:46 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל - ג' שלח

תגובהדורך קאנספיראציע » מיטוואך מאי 25, 2022 3:39 pm

ניס קראכער האט געשריבן:פארגאנגענע וואך איז געוועזן אן אסיפת הרבנים אין שטוב פון כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
האט א שייכות צו דעם כינוס?


כ'מיין אז נישט,
דוכציך אז יענץ איז געווען אנבאלאנגט צניעות, אין דייקא אין וומסב"ג,
און ס'געווען א קלער פון מאכן א אסיפה פאר מענער פון וומסב"ג,
די וואך זונטאג איז געווען א אסיפת עסקנים מיט פארשטייער פון קהילות
סאטמאר | סאטמאר | פאפא | וויזשניץ וומסב"ג | און נאך.
לעצט פאראכטן דורך קאנספיראציע אום מיטוואך מאי 25, 2022 3:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

Re: כינוס נשי כלל ישראל - ג' שלח

תגובהדורך שפע רב » מיטוואך מאי 25, 2022 3:49 pm

קאנספיראציע האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:פארגאנגענע וואך איז געוועזן אן אסיפת הרבנים אין שטוב פון כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
האט א שייכות צו דעם כינוס?


כ'מיין אז נישט,
דוכציך אז יענץ איז געווען אנבאלאנגט צניעות, אין דייקא אין וומסב"ג,
און ס'געווען א קלער פון מאכן א אסיפה פאר מענער פון וומסב"ג,
די וואך זונטאג איז געווען א אסיפת עסקנים מיט פארשטייער פון קהילות
סאטמאר | סאטמאר | פאפא | וויזשניץ וומסב"ג | און נאך.

קאנפירעמט עס האט נישט קיין שייכות מיט די אסיפת הרבנים אין שטוב פון כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א, דארט האט מען דן געווען די פירצה פון שייטלען.

אוועטאר
אורח הכבוד
שר האלפיים
תגובות: 2769
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: כינוס נשי כלל ישראל - ג' שלח

תגובהדורך אורח הכבוד » מיטוואך מאי 25, 2022 4:07 pm

סטאר האט געשריבן:ווער זענען די אנפירערס? סאטמאר גייט?

גאטליב, סאטמאר גייט (איינס זיכער, איך מיין די 2טע אויך)
ובאו כולם בברית יחד נעשה ונשמע אמרו כאחד!!

יהדות אמעריקע אשריכם!!

קאנספיראציע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 09, 2021 12:46 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל

תגובהדורך קאנספיראציע » מיטוואך מאי 25, 2022 4:10 pm

וואס'ע פשט אז מ'מאכט עס אין א נאכט ווען ס'דא צענדליגע חתונות?

אוועטאר
צוויבל קוגעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 16, 2021 3:40 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל

תגובהדורך צוויבל קוגעל » מיטוואך מאי 25, 2022 4:13 pm

קאנספיראציע האט געשריבן:וואס'ע פשט אז מ'מאכט עס אין א נאכט ווען ס'דא צענדליגע חתונות?

קען זיין ווילן טעסטן די געטריישאפט פונעם ציבור :wink:
יעדער שמויגער פאר זיך טויג ער

דריידל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7381
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל

תגובהדורך דריידל » מיטוואך מאי 25, 2022 4:14 pm

קאנספיראציע האט געשריבן:וואס'ע פשט אז מ'מאכט עס אין א נאכט ווען ס'דא צענדליגע חתונות?

ס'דאך סייווי נישטא גענוג פלאץ פאר אלע פרויען
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; ריף מיך צוריק נאכמיטאג

סטאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 02, 2022 3:06 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל

תגובהדורך סטאר » מיטוואך מאי 25, 2022 4:18 pm

דריידל האט געשריבן:
קאנספיראציע האט געשריבן:וואס'ע פשט אז מ'מאכט עס אין א נאכט ווען ס'דא צענדליגע חתונות?

ס'דאך סייווי נישטא גענוג פלאץ פאר אלע פרויען

וויפיל זיצן איז דא דארטן?

אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: כינוס נשי כלל ישראל

תגובהדורך פרינדזשעס.. » מיטוואך מאי 25, 2022 4:23 pm

סטאר האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
קאנספיראציע האט געשריבן:וואס'ע פשט אז מ'מאכט עס אין א נאכט ווען ס'דא צענדליגע חתונות?

ס'דאך סייווי נישטא גענוג פלאץ פאר אלע פרויען

וויפיל זיצן איז דא דארטן?

19,000.JPG
19,000.JPG (36.75 KiB) געזעהן 14945 מאל
זאג איך צו אייך מיינע טייערע ברודער אין אמעריקא
איר קאנט האלטן שבת!!! (הרה"ק המנחת אלעזר ממונקאטש זצוקללה"ה)

אוועטאר
צוויבל קוגעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 16, 2021 3:40 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל

תגובהדורך צוויבל קוגעל » מיטוואך מאי 25, 2022 4:25 pm

וויפול מענער איז געווען ביים כינוס כלל ישראל?
יעדער שמויגער פאר זיך טויג ער

אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל

תגובהדורך אחד הרבנים » מיטוואך מאי 25, 2022 4:26 pm

להערה בעלמא: די דאטום איז א טעות. דינסטאג שלח איז כ״ב סיון

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4574
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל

תגובהדורך מי חכם » מיטוואך מאי 25, 2022 4:27 pm

שוין אדווערטייזט וואכן לאנג אין די מאנסי אויסגאבעס
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
צוויבל קוגעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 16, 2021 3:40 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל

תגובהדורך צוויבל קוגעל » מיטוואך מאי 25, 2022 4:29 pm

קיינמאל נישט באמערקט
יעדער שמויגער פאר זיך טויג ער

דריידל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7381
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: כינוס נשי כלל ישראל

תגובהדורך דריידל » מיטוואך מאי 25, 2022 4:31 pm

צוויבל קוגעל האט געשריבן:וויפול מענער איז געווען ביים כינוס כלל ישראל?
Screenshot_20220525-162826_Chrome.jpg
Screenshot_20220525-162826_Chrome.jpg (38.07 KiB) געזעהן 14764 מאל

דאס איז מער ווי דאפעלט ווי די איצטיגע. פלאס דעמאלטס האט מען צוגעלייגט נאך א פלאץ, פלאס די פאפולאציע האט זיך געדאפלט פלאס יעצט וועלן ביידע סאטמארס קומען
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; ריף מיך צוריק נאכמיטאג


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: דוקטור און 2 געסט