כפרה האט געשריבן:די פאליציי האט שרעקליך אויפגעמעסט דא. אין א ציוויליזירטע שטאט ברויכן זיי אלע רעזיגנירן, און גיין פאר טרעינינג.
אט אזוי.
דא שטעלט זיך די פראגע, א לאנד ווי איינער וועלכע קען נישט קויפן קיין ביר קען לעגאל קויפן א AR-15 כדי צו קענען זיך אננעמען פאר פראפערטי-רעכטן קעגן די פעדס ווען זיי טרעטן איף די קאנסטיטוציע, הייסט א ציוויליזרטע לאנד? (אגב, מ'דארף זיין 21 צו קויפן א האנט-ביקס אבער 18 פאר א AR-15.....)
א לאנד ווי א סקולס זענען נישט אזוי באשיצט ווי עירפארטס אין בענק, הייסט א ציוויליזירטע לאנד?
א לאנד ווי אזוי פיל קרימינאלן שפירן פאר וויכטיג אויסצודרוקן זייערע שמערצן אויף אומשולדיגע מענטשן נישט פאר כעס אויפן באטראפענעם אדער צו בארויבן, הייסט א ציוויליזירטע לאנד?
א לאנד ווי די בליק פון איין פאליטישע זייט צום צווייטע איז דורכגעווייקט מיט האס און שנאה, יעדער ציהט זיך צו זיינע ווינקלען, קאנווינסט אז זיין זייט איז גערעכט אויף אלעם און גארנישט קארופטירט און דאס אנדערע איז אויף גארנישט גערעכט און אויף אלעם קארופטירט, הייסט א ציוויליזירטע לאנד?
א לאנד ווי רעגירונגס פירער און אנדערע איינפלוסרייכע כוכבים, גיבן דעם איינדרוק אז ס'איז א שוואכקייט נישט צו האבן א ביקס, א ריעל "גבר/מאנסביל" האט א ביקס אדער צוויי צו צייגן שטארקייט ביי זיך אין די פאמיליע, געמיינדע א.א.וו, הייסט א ציוויליזירטע לאנד?
א לאנד ווי אזויפיל מענטשן זענען ביי די מיינונג, (הויך אדער שטיל) אז די בענעפיט פון ביקסן קעגן די רעגירונג וועגט איבער די געפאר וואס דאס שטעלט פאר די געזעלשאפט, די אלע טויטפאלן פון ביקסן איז "just the cost of doing business", הייסט א ציוויליזירטע לאנד?
א לאנד ווי געזעץ-געבער וועלכע פרובירן צו ארבעטן אויף סיי וועלכע ביי-פארטיזן סאלושענס ווערן ארונטערגעריסן פון ביידע צדדים, הייסט א ציוויליזירטע לאנד?
א לאנד, ווי קרימינאלן ווערן ארויסגעלאזט אויף בעיל נאר צו קענען תיכף נאכאמאל אפפענדן ואין פוצה פה ומצפצף, הייסט א ציוויליזירטע לאנד?
א לאנד ווי מ'קען אפזיצן אין טורמע פאר יארן יארן, פארן עובר זיין אויף מינדערוויטיגע ווייסע-קאלנער קריים, הייסט א ציוויליזירטע לאנד?
ואטו כי רוכלא....
קיינער דארף נישט רעזיגנירן, זיי פיטן אינעם פאזל ליידער.