וואס קען כלל ישראל טוהן מונע צי זיין א טראגעדיע ח"ו - ל"ג בעומר תשפ"ב הבא עלינו לטובה

נייעס און באריכטן

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

וואס קען כלל ישראל טוהן מונע צי זיין א טראגעדיע ח"ו - ל"ג בעומר תשפ"ב הבא עלינו לטובה

תגובהדורך געוואלטיג » פרייטאג מאי 13, 2022 3:19 pm

רעדנדיג מיט עסקנים וואס זענען געווען אין מירון זאגן זיי אז עס איז דארטן דא א רעסעפי פאר א שרעקליכע דיזעסטער ח"ו און מען דארף אסאך תפילות אז עס זאל נישט קאסטן קיין נפשות ר''ל

(א דוגמה קטנה זיי האבן צינימען די וועג ארויף צו די מרפסת הכהנים וואס אין קורצן אויף אנארמאלע אופן גייט א כהן נישט קענען צוקומען צו נאנט צו די מערה אבער די ווועג ארויף איז האלב געבויעט שיעף פיל מיט אייזענענס און עס איז פארמאכט מיט א פשוטע צוים יעצט אויף צו צוברעכן די צוים איז א קלייניקייט און איינמאל מענטשן הייבן אן צו ניצן די וועג איז עס א גרויסע סכנה ווער רעדט נאך אויב מען וועט זיך דארט שטיפן וויל איך אפי' נישט טראכטן)

ועוד פלאנען אסאך גרעסערע און קלענערע קהילות צו מאכן הדלקת אן רשות מיט מוזיק און פארשטייט זיך אז די עלעף טויזנט פאליצאנטן וואס די רשעים האבן באשטעלט גייען ווערן ווילד און ווען זיי זענען ווילד און די עולם איז אנגעהיצט פון די מעשה רשע וואס זיי טוען דארט אפ מיט צעווארפן בנינים ועוד בלי שום הסבר כלל ווער ווייסט וויאזוי דאס קען זיך ענדיגן ח"ו

און חוץ פון דעם איז אנדערש ווי געווענליכע מצבים ווי אפילו הפגנות איז די עטליכע עסקנים וואס האבן פארבינדונג מיט די פאליציי צי ראטעווען פון סכנה אבער יעצט האט מעןמגענומען מאדנע פארשוינען וואס האבן נישט און זוכן נישט צי האבן קיין ברעקל קאמיוניקאציע צווישן די עסקנים און די פאליציי און ווען זיי רעדן ווייסן זיי אויך נישט בכלל וואס זיי ווילן
עס שפירט זיך ווי רוסישע פאליציי אין מאריופעל...

דעריבער ווער עס האט עצות פאר כלל ישראל צי ראטעווען די מצב זאל אריינקומען!
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!

אוועטאר
Hershy21
שר חמש מאות
תגובות: 636
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 10, 2021 4:02 pm

Re: וואס קען כלל ישראל טוהן מונע צי זיין א טראגעדיע ח"ו - ל"ג בעומר תשפ"ב הבא עלינו לטובה

תגובהדורך Hershy21 » פרייטאג מאי 13, 2022 3:24 pm

מ'זאל נישט מאכן. דעי טראגעדיע פון לעצטע יאר וואלט געקענט געשען יארן פריער, א נס אז נישט

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 10718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: וואס קען כלל ישראל טוהן מונע צי זיין א טראגעדיע ח"ו - ל"ג בעומר תשפ"ב הבא עלינו לטובה

תגובהדורך נו גוט נו שוין » פרייטאג מאי 13, 2022 3:26 pm

מ’זאל -אויב מ’קען נאך - צונעמען יעדע פינטל בעלות פון די דארטיגע רעגירונג

אוועטאר
Hershy21
שר חמש מאות
תגובות: 636
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 10, 2021 4:02 pm

Re: וואס קען כלל ישראל טוהן מונע צי זיין א טראגעדיע ח"ו - ל"ג בעומר תשפ"ב הבא עלינו לטובה

תגובהדורך Hershy21 » פרייטאג מאי 13, 2022 3:31 pm

הלואי מקען נאך

משה מאנוס
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 10:53 pm

Re: וואס קען כלל ישראל טוהן מונע צי זיין א טראגעדיע ח"ו - ל"ג בעומר תשפ"ב הבא עלינו לטובה

תגובהדורך משה מאנוס » פרייטאג מאי 13, 2022 3:39 pm

מתפלל זיין. איינציגסטע און בעסטע אפציע

געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: וואס קען כלל ישראל טוהן מונע צי זיין א טראגעדיע ח"ו - ל"ג בעומר תשפ"ב הבא עלינו לטובה

תגובהדורך געוואלטיג » פרייטאג מאי 13, 2022 3:47 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:מ’זאל -אויב מ’קען נאך - צונעמען יעדע פינטל בעלות פון די דארטיגע רעגירונג

זיי זענען ליידער שטערקער אין רשעות און אין פאווער מער ווי רוסלאנד און אוקריינע צוזאמען און איך גלייב נישט אז מקען דא עפעס טוהן זיי ציצינעמען בעלות דארף מען כאטש ארבעטן ביי ציבור מיט עצות וואס מקען טוהן צי ראטעווען די מצב
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!

אוועטאר
יצחק אייזיק
שר חמשת אלפים
תגובות: 5090
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וואס קען כלל ישראל טוהן מונע צי זיין א טראגעדיע ח"ו - ל"ג בעומר תשפ"ב הבא עלינו לטובה

תגובהדורך יצחק אייזיק » פרייטאג מאי 13, 2022 3:50 pm

די פראבלעם איז נישט נאר אז די פאליציי זענען רוסישע בריונים (פון מגרש הרוסים...) נאר אויך אז די אידן זענען גרייט צו קעמפן ווי אוקריינער...
ר' אייזיק צושמייכלט זיך א טראפ, און שאקלט אים צו מיטן קאפ, נא נא...

געמבלער
שר חמש מאות
תגובות: 508
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: וואס קען כלל ישראל טוהן מונע צי זיין א טראגעדיע ח"ו - ל"ג בעומר תשפ"ב הבא עלינו לטובה

תגובהדורך געמבלער » פרייטאג מאי 13, 2022 4:05 pm

יעצט איז גאנץ שפעט פאר אזא אשכול. תפתח'ן איז זיכער נישט קיין מהלך, בלויז דאווענען און זיך פארלאזן אויפן באשעפער און אויף רבי שמעון, (ווי ביז היינט) לשנה הבאה בירושלים.

אוועטאר
פישל גרין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 18, 2022 8:52 pm

Re: וואס קען כלל ישראל טוהן מונע צי זיין א טראגעדיע ח"ו - ל"ג בעומר תשפ"ב הבא עלינו לטובה

תגובהדורך פישל גרין » פרייטאג מאי 13, 2022 4:14 pm

וואס כלל ישראל קען טון?
דער וואס געפינט זיך אין חוץ לארץ קען בלויז מתפלל זיין, און דער וואס גייט זיך געפינען אין מירון זאל פשוט נישט באגיין קיין נארישע שריט.

שטיגליץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

Re: וואס קען כלל ישראל טוהן מונע צי זיין א טראגעדיע ח"ו - ל"ג בעומר תשפ"ב הבא עלינו לטובה

תגובהדורך שטיגליץ » פרייטאג מאי 13, 2022 4:17 pm

די איינציגסטע עצה ווי עס קוקט אויס לע"ע איז הייסע תפילות און יעדע מענטש פאר זיך זאל אבאכט גיבן זיך נישט אריינצולייגן אין א סכנה.

ווער ראטעוועט יעדע מענטש פון נישט אריינלויפן אין א הייוועי? איך מיין אין וויליאמסבורג למשל איז נישט דא קיין שום צוים וואס האלט אפ מענטשן פון אריינלויפן אין די רוישיגע בי קיו אי איז ווער האלט אפ די מענטשן? זייער אייגענע שכל.

זאל יעדע איד וואס פארט קיין מירון אכטונג גיבן זיך זעלבסט נישט אריינצולייגן אין א סכנה.

זעהסט א געדרענג? גיי נישט אהין! סימפל. איי ווילסט דאך אנקומען צו וואו די ווילסט אנקומען? דיין לעבן איז וויכטיגער.

זעהסט א געשלעג מיט די פאליציי? גיי נישט אהין! איי ווילסט אויך מוחה זיין אויף די רשעות'דיגע פאליציי? דיין לעבן איז וויכטיגער.

וכהנה ועוד

דער עיקר איז מאך נישט קיין חשבונות אז ביזט שוין געווען אין ענליכע מצבים און עס קוקט אויס פיין, ווייל קען זיין אז די יעצטיגע מצב קוקט דיר אויס אקעי אבער קענסט קיינמאל נישט וויסן צו וואס עס קען זיך דערקייקלען אין מינוטן.

געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: וואס קען כלל ישראל טוהן מונע צי זיין א טראגעדיע ח"ו - ל"ג בעומר תשפ"ב הבא עלינו לטובה

תגובהדורך געוואלטיג » פרייטאג מאי 13, 2022 4:49 pm

שטיגליץ האט געשריבן:די איינציגסטע עצה ווי עס קוקט אויס לע"ע איז הייסע תפילות און יעדע מענטש פאר זיך זאל אבאכט גיבן זיך נישט אריינצולייגן אין א סכנה.

ווער ראטעוועט יעדע מענטש פון נישט אריינלויפן אין א הייוועי? איך מיין אין וויליאמסבורג למשל איז נישט דא קיין שום צוים וואס האלט אפ מענטשן פון אריינלויפן אין די רוישיגע בי קיו אי איז ווער האלט אפ די מענטשן? זייער אייגענע שכל.

זאל יעדע איד וואס פארט קיין מירון אכטונג גיבן זיך זעלבסט נישט אריינצולייגן אין א סכנה.

זעהסט א געדרענג? גיי נישט אהין! סימפל. איי ווילסט דאך אנקומען צו וואו די ווילסט אנקומען? דיין לעבן איז וויכטיגער.

זעהסט א געשלעג מיט די פאליציי? גיי נישט אהין! איי ווילסט אויך מוחה זיין אויף די רשעות'דיגע פאליציי? דיין לעבן איז וויכטיגער.

וכהנה ועוד

דער עיקר איז מאך נישט קיין חשבונות אז ביזט שוין געווען אין ענליכע מצבים און עס קוקט אויס פיין, ווייל קען זיין אז די יעצטיגע מצב קוקט דיר אויס אקעי אבער קענסט קיינמאל נישט וויסן צו וואס עס קען זיך דערקייקלען אין מינוטן.

שטארק!
מדארף ווען אויך ארויסקומען מיט מאפעס פון סכנהדיגע וועגן וואו נישט צי גיין
אויך הדרכה וואס צי טויען אויב חלילה ווערט א שטיפעניש
לעצט פאראכטן דורך געוואלטיג אום פרייטאג מאי 13, 2022 5:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!

אוועטאר
יצחק אייזיק
שר חמשת אלפים
תגובות: 5090
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וואס קען כלל ישראל טוהן מונע צי זיין א טראגעדיע ח"ו - ל"ג בעומר תשפ"ב הבא עלינו לטובה

תגובהדורך יצחק אייזיק » פרייטאג מאי 13, 2022 4:59 pm

אויך אויב איינער זעט ווי די פאליציי וויל לייגן א געיט ר"ל זאל מען עס נישט צולאזן.
ר' אייזיק צושמייכלט זיך א טראפ, און שאקלט אים צו מיטן קאפ, נא נא...

געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: וואס קען כלל ישראל טוהן מונע צי זיין א טראגעדיע ח"ו - ל"ג בעומר תשפ"ב הבא עלינו לטובה

תגובהדורך געוואלטיג » פרייטאג מאי 13, 2022 5:02 pm

יצחק אייזיק האט געשריבן:אויך אויב איינער זעט ווי די פאליציי וויל לייגן א געיט ר"ל זאל מען עס נישט צולאזן.

ליצנות ךאז אין אנדערע אשכולות דא לאז פאר אמתע עצות
ווי פארשטענדליך די עיקר איז תפילה אבער אויב איז דא השתדלות וואס מקען טוהן דארף מען עס וויסן
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!

קלאנג
שר חמש מאות
תגובות: 691
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: וואס קען כלל ישראל טוהן מונע צי זיין א טראגעדיע ח"ו - ל"ג בעומר תשפ"ב הבא עלינו לטובה

תגובהדורך קלאנג » פרייטאג מאי 13, 2022 5:05 pm

וועט זיין צוגעשטעלט קאלט וואסער צו טרינקן אין די גרויסע היצן?

אוועטאר
דרייטצעך
שר האלף
תגובות: 1481
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: וואס קען כלל ישראל טוהן מונע צי זיין א טראגעדיע ח"ו - ל"ג בעומר תשפ"ב הבא עלינו לטובה

תגובהדורך דרייטצעך » פרייטאג מאי 13, 2022 5:19 pm

תפילה אלני, יעדע אנדערע ווארט איז גענצליך איבריג (און רחוק מן המציאות בדרך כלל).
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען, און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!

אוועטאר
את פתח לו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7649
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: וואס קען כלל ישראל טוהן מונע צי זיין א טראגעדיע ח"ו - ל"ג בעומר תשפ"ב הבא עלינו לטובה

תגובהדורך את פתח לו » פרייטאג מאי 13, 2022 5:21 pm

;l;p-
יצחק אייזיק האט געשריבן:די פראבלעם איז נישט נאר אז די פאליציי זענען רוסישע בריונים (פון מגרש הרוסים...) נאר אויך אז די אידן זענען גרייט צו קעמפן ווי אוקריינער...
@יצחק אייזיק האט געשריבן איבער די מצב אין מירון:

"די פראבלעם איז נישט נאר אז די פאליציי זענען רוסישע בריונים (פון מגרש הרוסים...) נאר אויך אז די אידן זענען גרייט צו קעמפן ווי אוקריינער..."

loyodea
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: וואס קען כלל ישראל טוהן מונע צי זיין א טראגעדיע ח"ו - ל"ג בעומר תשפ"ב הבא עלינו לטובה

תגובהדורך loyodea » פרייטאג מאי 13, 2022 5:34 pm

פון די עיקרי אמונה איז צו גלייבן אז יסורים קומט פאר חטא, אדער פאר חוטאים אדער פאר שיתוף מיט חוטאים, אדער פאר נישט מוחה זיין בהחוטאים, נישטא קיין סיבה פאר טראגעדיעס חוץ מזה, אלעס אנדערש איז הבל ורוח, אויב ביי טייל איז א חלק מעבודת ה' להתפלל במקום קדוש כזה, איז עס א מצוה ווי אלע יארן.

עס קען נישט זיין
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 20, 2022 4:08 am

Re: וואס קען כלל ישראל טוהן מונע צי זיין א טראגעדיע ח"ו - ל"ג בעומר תשפ"ב הבא עלינו לטובה

תגובהדורך עס קען נישט זיין » פרייטאג מאי 13, 2022 5:45 pm

משה מאנוס האט געשריבן:מתפלל זיין. איינציגסטע און בעסטע אפציע

און וואס איז מיט השתדלות?

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 11418
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: וואס קען כלל ישראל טוהן מונע צי זיין א טראגעדיע ח"ו - ל"ג בעומר תשפ"ב הבא עלינו לטובה

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » פרייטאג מאי 13, 2022 5:59 pm

את פתח לו האט געשריבן:;l;p-
יצחק אייזיק האט געשריבן:די פראבלעם איז נישט נאר אז די פאליציי זענען רוסישע בריונים (פון מגרש הרוסים...) נאר אויך אז די אידן זענען גרייט צו קעמפן ווי אוקריינער...

;l;p- ;l;p-
ביים מעלדן א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נייגונגען אין א זייט - אבער איך איגנאריר עס נישט.
בילד
קרעדיט: @רעים

קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: וואס קען כלל ישראל טוהן מונע צי זיין א טראגעדיע ח"ו - ל"ג בעומר תשפ"ב הבא עלינו לטובה

תגובהדורך קאנסאלטענט » פרייטאג מאי 13, 2022 6:07 pm

זאגט מיר א יוד אז ער פארט נישט אויף מירון די יאר ווייל סקוקט אויס ווי סגייט זיין נאך קדושים... און אזוי ברויך מען טון.. איך גלייב נישט אז די מנהיגים פונעם דור הקדום וואלטן אזוי דירעקטירט דעם עולם ווי אין פייער אריין.
ואני בתומי אלך.

פוילער
שר האלף
תגובות: 1986
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: וואס קען כלל ישראל טוהן מונע צי זיין א טראגעדיע ח"ו - ל"ג בעומר תשפ"ב הבא עלינו לטובה

תגובהדורך פוילער » פרייטאג מאי 13, 2022 6:09 pm

יצחק אייזיק האט געשריבן:די פראבלעם איז נישט נאר אז די פאליציי זענען רוסישע בריונים (פון מגרש הרוסים...) נאר אויך אז די אידן זענען גרייט צו קעמפן ווי אוקריינער...

הא????
איך בין נישט קיין שרייבער, איך קאמאנטיר סך הכל.

ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1341
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

Re: וואס קען כלל ישראל טוהן מונע צי זיין א טראגעדיע ח"ו - ל"ג בעומר תשפ"ב הבא עלינו לטובה

תגובהדורך ותיק וחסיד » פרייטאג מאי 13, 2022 6:14 pm

עס איז דא א עצה, מען זאל פאלגן און זיך צישטעלן אין גאנצן.

אינטערסאנט קיינער טראכט נישט פון דעם עצה.

עס איז בערך אזוי ווי פרעגן איינעם איך גיי דיר אנפראסקענען, וואס קען איך טוען אז איך זאל ארויסקומען נישט אנגעפראסקעט.

פוילער
שר האלף
תגובות: 1986
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: וואס קען כלל ישראל טוהן מונע צי זיין א טראגעדיע ח"ו - ל"ג בעומר תשפ"ב הבא עלינו לטובה

תגובהדורך פוילער » פרייטאג מאי 13, 2022 6:15 pm

ותיק וחסיד האט געשריבן:עס איז דא א עצה, מען זאל פאלגן און זיך צישטעלן אין גאנצן.

אינטערסאנט קיינער טראכט נישט פון דעם עצה.

עס איז בערך אזוי ווי פרעגן איינעם איך גיי דיר אנפראסקענען, וואס קען איך טוען אז איך זאל ארויסקומען נישט אנגעפראסקעט.

פאלגן וועם?
איך בין נישט קיין שרייבער, איך קאמאנטיר סך הכל.

אוועטאר
את פתח לו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7649
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: וואס קען כלל ישראל טוהן מונע צי זיין א טראגעדיע ח"ו - ל"ג בעומר תשפ"ב הבא עלינו לטובה

תגובהדורך את פתח לו » פרייטאג מאי 13, 2022 6:17 pm

פוילער האט געשריבן:
ותיק וחסיד האט געשריבן:עס איז דא א עצה, מען זאל פאלגן און זיך צישטעלן אין גאנצן.

אינטערסאנט קיינער טראכט נישט פון דעם עצה.

עס איז בערך אזוי ווי פרעגן איינעם איך גיי דיר אנפראסקענען, וואס קען איך טוען אז איך זאל ארויסקומען נישט אנגעפראסקעט.

פאלגן וועם?

קויפן טיקעטס און אהיים פארן נאך פיר שעה
@יצחק אייזיק האט געשריבן איבער די מצב אין מירון:

"די פראבלעם איז נישט נאר אז די פאליציי זענען רוסישע בריונים (פון מגרש הרוסים...) נאר אויך אז די אידן זענען גרייט צו קעמפן ווי אוקריינער..."

אוועטאר
נישטאמת
שר האלפיים
תגובות: 2326
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: וואס קען כלל ישראל טוהן מונע צי זיין א טראגעדיע ח"ו - ל"ג בעומר תשפ"ב הבא עלינו לטובה

תגובהדורך נישטאמת » פרייטאג מאי 13, 2022 6:22 pm

פוילער האט געשריבן:
ותיק וחסיד האט געשריבן:עס איז דא א עצה, מען זאל פאלגן און זיך צישטעלן אין גאנצן.

אינטערסאנט קיינער טראכט נישט פון דעם עצה.

עס איז בערך אזוי ווי פרעגן איינעם איך גיי דיר אנפראסקענען, וואס קען איך טוען אז איך זאל ארויסקומען נישט אנגעפראסקעט.

פאלגן וועם?

דעם רצח. מדינת ישראל פאליציי זענען עלול פאר רציחה, דעס האבן שוין פריעדיגע געזאגט.

אין אמתן, איך מיין אז נאך די לעצטע טראגעדיע אין די תר"ע יארן, האט זיך אפגעשטעלט די געפארכט, אפשר דארף מען יעצט אויכעט. ווער בין איך דעס צוזאגן, מען דארף טאן וואס די רבנים זאגן צו טון.
nishtames@gmail.com

shalsheles האט געשריבן:די אויסגעוועפטע אויבנדערמאנטע טענה ״קענסט אוועקגיין פון ברוקלין״ וועט לכאורה נישט העלפן קיין כי הוא זה ביים יום הדין לאחר מאה ועשרים


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot, YandexBot און 8 געסט