בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 09, 2008 9:06 pm
דורך פאטאקי08
פעלדער וועט עס לכאורה נישט מאכען היינט נאכט
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 09, 2008 9:10 pm
דורך בסייעתא דשמיא
NY Senate 25th Dist. (D) Mhtn/Bklyn
236 of 266 Precincts Reporting
NAME VOTES Pct.
DANIEL SQUADRON 11,143 56%
MARTIN CONNOR 8,760 44%
נאך 30 דארף מען ציילן
איך פארלאז א טרער פאר פעלדער.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 09, 2008 9:12 pm
דורך בסייעתא דשמיא
וואס טוט זיך אין קרית יואל?
איז געוען עני עלקשענס דארט?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 09, 2008 9:13 pm
דורך בסייעתא דשמיא
דניאל האט געווינען
באשטעיטיגט דורך סי בי עס
NY Senate 25th Dist. (D) Mhtn/Bklyn
253 of 266 Precincts Reporting
NAME VOTES Pct.
DANIEL SQUADRON 11,988 56%
MARTIN CONNOR 9,581 44%
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 09, 2008 9:25 pm
דורך פאטאקי08
שטארקע געווינס פאר שעלי סילווער
67 פערצענט
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 09, 2008 9:26 pm
דורך בסייעתא דשמיא
נעבעך אונזער גוטע פריינד ר' שמחה האט פארלוירן.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 09, 2008 9:28 pm
דורך שוועמל
פארקער איבערגענומען פעלדער.
באמת היסטארישע וואלן דאס יאר, סיי מיט דעם לאנגיעריגן פעלדער און סיי מיט קאננאר וואס ביידע האבן פארלוירן צו זייערע אפאנענטס.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 09, 2008 9:29 pm
דורך איך_הער
א רחמנות אויף ר' שמחה'ן.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 09, 2008 9:30 pm
דורך שוועמל
עד טאונס האט געווינען מיט א לענדסלייד בד"וו.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 09, 2008 9:31 pm
דורך איך_הער
אינטערעסאנט פארוואס זיי פראזשעקטן נאכנישט פארקער אלץ ווינער, ווען אלע דיסטריקט'ס זענען שוין געציילט.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 09, 2008 9:39 pm
דורך מיללער
וואס הערט מען ביי סילווער?
שמעי'
דאס אז פריימעריס זאלן נידון ווערן ממש ווי אמת'ע עלעקשאנס איז נאר אין די סיטי ווי עס איז נאר דא איין אקטיווע פארטיי (דעמס) ממילא ווער עס געוואונט די פריימעריס איז דער אוטאמאטישער געווינער, משא"כ אין די סטעיט ארום איז פריימערי גאר א שוואכער טאג.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 09, 2008 9:42 pm
דורך איך_הער
יעצט האבן זיי געפראזשעקט פארקער אלץ ווינער, מיט 49 פראצענט, און 37 פראצענט פאר פעלדער, און פערצן פראצענט פאר סטוארט.
מילער, קענסטעס מיר בעסער מסביר זיין?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 09, 2008 9:44 pm
דורך איך_הער
סילווער, געוואונען מיט 68 פראצענט, אקעגן נאועל, (כ'ספעלעס גוט?) 23 פראצענט, און הענרי 9 פראצענט.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 09, 2008 9:49 pm
דורך מיללער
ניו-יארק1 האט שוין 100% רעזאלטאטן איבעראל;
פארקער 49.21%, פעלדער 36.88% סטוארט 13.91%
איז דער דריי-שפוציגער פארמעסט געווען א פראבלעם פאר פעלדער?
איכער'ל,
וואס זאליך מסביר זיין בעסער?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 09, 2008 9:52 pm
דורך שוועמל
ווער איז דער זשעפפרי אין ראקלענד? איז עס נוגע דעם היימישן ציבור?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 09, 2008 11:29 pm
דורך קרעמער
שעלי סילווער'ס נאמען אנערקענונג האט זיך אים גוט אויסגעצאלט, ווען ער האט געווינען גאר שטארק קעגן די קאנדידאטן וואס זענען אינדארסירט געווארן דורך אלע זיינע פיינט, אריינגערעכנט מעיאר בלומבערג.
מארטין קאנער וועט צום ערשטן מאל אין ווייסעך וויפיל יארן נעבעך זיין ארבעטסלאז.
דער 28 יעריגער דניאל סקוואדראן וועט אנשטאט דעם אריינגיין אין כולל "סטעיט סענאט" ווייזן וואס ער קען (נישט).
אין מיין געגענט האט מען היי יאר נישט געשטימט פאר סטעיט סענאטאר בכלל (א פאקט וואס די אלע טעלעפאן מעסעדזשעס צו מיין שטוב ערב ובוקר וצהרים האבן פארזעהן). איך האב נאר געשטימט פאר "עד טאונס" וואס זיצט שוין אין קאנגרעס נאך פאר מיין געבורט.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2008 12:02 am
דורך שוועמל
קרעמער כתב:
מארטין קאנער וועט צום ערשטן מאל אין ווייסעך וויפיל יארן נעבעך זיין ארבעטסלאז.
איך מיין פארקערט.
פון יעצט און ווייטער וועט ער מוזן זיך נעמען ארבעטן.. ביז היצט האט ער געלעבט אויפן פעטערס חשבון.
דא האט איר א פונקטליכן רעפארט פון אלע היינטיגע לויפערס און געווינערס. באגלייט מיט ציפערן פון אלע באראס. (קרעדיט: קרעמער)
http://hosted.ap.org/dynamic/files/elec ... TE=DEFAULT
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2008 10:43 am
דורך יאסל
עטליכע פונקטען בנוגע פעלדער
קודם איז ער נישט דער לאנגיאריגער וואס איז ארויסגעשטויסען געווארן, נאר פארקערט ער איז א סיטי קאנסולמאן וואס נישט וועלענדיג זיך טרעפען אן א דזשאב מכוח טורם לימיטס האט ער געטרייט ארויס צישטויסען א לאנגיאריגער סענאטאר אין געלויבט השי"ת סאיז אים נישט געלונגען, וואס דאס פירט מיר צים צווייטען פוינט
די דיסטריקט וואס פעלדער האט געטרייט ארויסצישטויסען דעם שווארצען פארקער איז איבער 75 פראצענט שווארץ, און אין נארמאלע אומשטענדען וואלט ניטאמאל געווען א רעדע אז א ווייסער זאל דארט געווינען, דא האט זיך אבער געמאכט א מעשה אז פארקער האט אויך געהאט א שווארצען טשעלענדזשער אין פעלדער האט געהאפט אז מיטן צוטיילען די שווארצע שטימען קען ער האבן א שאנס, אין ווי געזאגט ס'האט זיך אים ב"ה נישט איינגעגעבן.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2008 10:52 am
דורך לאז געמאכט
יאסל פארוואס ביסטו אזוי העפי אז א איד איז געבליבן אן קיין פרנסה?
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2008 10:55 am
דורך יאסל
ער איז ביז דערווייל נאכנישט אן פרנסה זיין טורם לויפט אויס ערשט סוף 09'
איך בין העפי אז סאיז אים נישט געלונגען ארויסצישטויסען א לאנגיאריגען שוואצען סענאטאר אין א שווארצע דיסטריקט
מיין פילונג איז אז סאיז בעסער אזוי
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2008 11:08 am
דורך לאז געמאכט
פארשטיי איך וואס די זאגסט...
ווייסט איינער ווי איך קען זעהן די פונקטליכע רעזאלטאטען לויט די פאל סייטס?
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2008 7:13 pm
דורך פריץ
יאסל האט געשריבן:ער איז ביז דערווייל נאכנישט אן פרנסה זיין טורם לויפט אויס ערשט סוף 09'
איך בין העפי אז סאיז אים נישט געלונגען ארויסצישטויסען א לאנגיאריגען שוואצען סענאטאר אין א שווארצע דיסטריקט
מיין פילונג איז אז סאיז בעסער אזוי
ילמדני רבינו
פארוואס איז בעסער אזוי?
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2008 9:05 pm
דורך איך_הער
מסתמא האטער אינזין אנטיסעמיטיזם.
מילער, סישוין נישט אזוי וויכטיג. נעכטן האבעך געפרעגט פארוואס נאכן זיין פארטיג מיטן ציילן האבן זיי נאך אלץ נישט געפראזשעקט פארקער אלץ ווינער, און דו האסט מיר געענטפערט עפעס, און כאבעס נישט פארשטאנען, און טאמער האט דיין תגובה נישט מיך געמיינט, דאן, זשאסט איגנאר מי.