פליגער לאנדעט אויפן גארדען סטעיט פארקוויי
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2008 11:14 pm
נעכטן מאנטאג תצא ס'ח האט א קליינער סעססנא פליגער געלאנדעט אויפן גארדען סטעיט פארקוועי אין ניו זשערסי, ווען קורץ נאכן אויפהייבן פון א דערנעבענדיגע פריוואטע ראנוועי האט עס פארלוירן קראפט און ס'האט סוקסעספול געגליידט ביזן גארדען סטעיט פאראורזאכנדיג טראפיק פאר א וויילע.
פאליציי האבן באקומען היסטערישע רופן פון פארבייפארער, מורא האבנדיג צי עס איז א טעראריסט מיט בייזוויליגע פלענער. עס זענען געקומען צו פליען מאצילייש (גירסת ניו גרסי) און סטעיט פאליס (יא, די אנטיסעמיטן וואס טיילן טיקעטס פאר אידן זוממער אויפן 17) ווי אויך די 'גוישע הצלה', ברוך השם עס זענען נישט געשען קיין שום פאטאליטעטן אינעם אינצידענט.
דורכפארער וועלכע זענען געבליבן געשטראנדעט האבן וואלונטירט אוועקצושטופן דעם איין-מאטארדיגן פליגער אויף די אקסלען פונעם GSP כדי אויפצומאכן די פארקער. ביז די פאליציי האט פארארדענט א ספעציעלן שלעפער טראק וואס זאל דאס אוועקנעמען פונעם פארקוועי.
די צוויי מאנשאפט אויפן פליגער האבן נישט געליטן קיין שום וואונדן. זיי זענען אידענטיפיצירט געווארן אלס יוסף רובין א פלייט אינסטרוקטער, און יונה האנען פון לאנג ברענטש נ.ג. (קרובים פאר עמיצן דא?)