פישל גרין האט געשריבן:יצחק אייזיק האט געשריבן:פישל גרין האט געשריבן:יצחק אייזיק האט געשריבן:פישל גרין האט געשריבן:ניין! נישט קיין "ערנסטע פראצענט" בכלל, לכאורה פערצענטואל איז עס א קלענערע פראצענט ווי די אידן פון די פליגער וואס האבן נישט געטראגן קיין מאסקעס, און אויב שמירסטו דאס ארויף אויף גאנץ כלל ישראל קענסטו קיין טענות אויף לופטאנזא נישט האבן.
קיינער שמירט עס נישט ארויף אויף גאנץ כלל ישראל. אבער ס'איז דא אידן וואס ביי זיי איז עס אן ענין און א חשיבות, און ביי גויים איז נישטא אזא מציאות. ביי פארצייטישע אידן איז זיכער געווען אזוי, אסאך אידן זענען נישט געגאנגען אין שויער סתם אזוי אינמיטן די וואך. און היינט קען איך אויך אזעלכע אידן.
מעשה שהיה. פאר א שטיק צייט פלעג איך מיך דרייען אין א בית המדרש פון א געוויסע חסידות, און דארט זענען דא א גרויסע צאל אידן וואס גייען נישט אין שויער אינמיטן די וואך בשיטה!
קודם כל וואלט איך געוואלט טרעפן די אידן און זיי זאלן מיר מסביר זיין די ענין און די חשיבות דערפון.
והשנית ער האט עס יא ארויפגעשמירט אויף כלל ישראל, די גאנצע היץ דא האט זיך אנגעהויבן ווען איינער האט געשריבן בתוך הדברים אז מ'דארף אויסלערנען אין די ישיבות צו נעמען א שויער, סיריעסלי? א זאך וואס 99.9% פון כלל ישראל טוט טעגליך דארף מען אויסלערנען אין די ישיבות???
ס'איז דא ישיבות וואס לערנען אויס די חשיבות פון נישט נעמען א שויער, זיי דארפן אויך צולייגן א הערה אז ס'איז דא פעלער וואס איז יא א צורך.
וועלכע ישיבה לדוגמא?
באלאנגט בכלל נישט אין דעם אשכול. לגמרי נישט.
קוק איין תגובה העכער דיינס, אדער קענסטו קומען אין אישי.