בלאט 1 פון 1
שטעל דיך אויפן קאפ !!!
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 07, 2008 11:19 pm
דורך שוועמל
דער סלאגאן 'שטעל דיך אויפן קאפ' איז שוין גאר קיין וויץ נישט, זאג עס נישט צופיל פאר דיין חבר ווייל באלד וועט ער עס נאך מקיים זיין..
די צוויי דייטשע פריינט קלאדיוס גאלאס און סאבאסטיען מיקיסיאק האבן באשלאסן איינמאל פאר אלעמאל צו ווייזן פאר די וועלט אז יא, מען קען זיך אויפן קאפ שטעלן און ס'יז גארנישט אזא קללה ווי מען מיינט. ער האט געלאזט אויפבויען א הויז UPSIDE DOWN מיטן קאפ אראפ און פוס ארויף. לויט די דייטשע סלאגאן רופן זיי דאס 'Die Welt Steht Kopf' עס איז געווען פארמישט עטוואס אינזשענירונג ארבייט אז די יסודות זאלן קענען דערהאלטן דאס ברייטע געבוי פון דער הויך. ווי אויך האט מען אלע מטלטלין געברויכט צושרויפן צום 'פלאר' כדי עס זאל נישט אראפפאלן, ווארן די פלאר איז דאך דער דאך געווארן.
דאס הויז שטייט מיט איר פולן פראכט אין אוסדאם דייטשלאנד ביים באלטישן ים, און וועט דינען ווי אן אטראקציע ארט פאר טוריסטן פון איבער די וועלט, עס האט זיך געעפענט אינעם פינפטן צעפטעמבער יארע 2008.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2008 12:32 am
דורך סאכדעס
יישר כוח, וואס קען אלץ נישט איינפאלן פאר א משוגענעם גוי.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2008 3:20 am
דורך זעליג
ווען מעשיגע וואלט געמאכט וואקסן וואלטן זיי געשפאלטן דעכער.

.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2008 3:53 am
דורך געשמאקער
ווי ס'קיקט אויס איז ער טאקע אויפן קאפ געפאלן
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2008 6:10 am
דורך קרעמער
א דייטשע קאפ
כ'האף ער האט א זייטיגע הויז אויכעד, אנדערש בלייבט ער ביי בל תשקצו.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2008 8:16 am
דורך נעגל וואסער
זאלזעך ווען היטלער פארנעמען מיט אזאנע וויכטיגע זאכענעס וואלטעמער אנדערש אויסגעזעהן היינט
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2008 8:42 am
דורך צייטליך
שוועמל. גאר גוט!
צו לאנג וועט ער נישט קענען דארט וואוינען, ער וועט גאר שנעל קריגן א סטיף-נעק פון אזויפיל ארויפקוקען.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2008 2:23 pm
דורך יאנאש
איי אידאס גוט, ברויך ער נאר ענפינדן א שטיקל כח המושך וועט ער אויך קענען שפאצירן אויף די פאדלאגע (דאך.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2008 6:01 pm
דורך מאשקע
כ'האב עטליכע שאלות:
וויאזוי גייט ער זיצן אויפ'ן קאוטש אדער להבדיל ביי הכנות?
וואס פאסירט ווען מ'מאכט אויף דעם דזשאנק לעידל?
קען מען לייגן דארט א טשילאר? אויב יא - וויאזוי?
וויפיל געהעריגע הייזער וואלט מען געקענט בויען מיט דעם געלט?
ביי א האריקעין, וועלכע טייל פונעם הויז וועט פריער איינפאלן?
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2008 8:29 pm
דורך שוועמל
שכויח אלע מגיבים.
די בילדער וואלטן לכתחילה געברויכט זיך ליינען פון אונטען ארויף, נאר ס'האט זיך איבערגעדרייט צעזאמען מיטן הויז... ליידער.
מאשקע;
דיין טשילאר אויפן דאך איז מיר געפעליג געווארן. אבער אין די אמאליגע הייזער פלעגט מען בלויז נוצן 'פלאר לעמפּ'.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2008 9:15 pm
דורך אלחנן
די פלאהר וועט ער נישט דארפ'ן רייניגען, עס וועט זיי בלייבן צוכטיג ריין!
www.yiddishworld.com/forum/index.php?id=6977&rb_v=file
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2008 9:29 pm
דורך מאשקע
אבער דעם דאך וועט ער דארפן איבערגיין פון שפינ-געוועב יעדן עש"ק...
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2008 9:33 pm
דורך איך_הער
שוועמל, יישר כח, זייער שיין, נהניתי.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 09, 2008 2:08 pm
דורך שמערי בערי
איי ר' שוועמל, זענט איר זיס, ווי תמיד....
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 09, 2008 2:37 pm
דורך יעק
וויי גייט זיין די לעקטערס?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 09, 2008 2:39 pm
דורך יעק
ווי אזוי גייט מען ארויף אויפן צווייטען שטאק?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 09, 2008 2:52 pm
דורך אלחנן
יעק האט געשריבן:ווי אזוי גייט מען ארויף אויפן צווייטען שטאק?
דו מיינסט אוודאי ווי אזוי גייט מען ארויף אויפן ערשטן שטאק.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 09, 2008 3:19 pm
דורך scy4851
are they for REAL?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2008 3:23 pm
דורך יעק
יא יא וויאזוי גייט מען ארויף אויפן ערשטן שטאק